היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אנעקטאדן פונעם וואל טאג

אנעקטאדן פונעם וואל טאג

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1401858

געווינער » 31/5/2005 23:13

מען בעט דעם עולם אז מ'זאל דא מיטטיילן אינטערעסאנט עפיזאדן פון דעם וואל טאג.

יישר כחכם

אטוען » 31/5/2005 23:16

שווימער האט געווינען

צודערזאך » 1/6/2005 00:58

וואס האלט עטץ.

"אויב" באנדא וועט פארלירן, וועט ער אויפגעבן דעם "וויכטיגן זיצינג מיטן רב"?...

אטוען » 1/6/2005 01:26

וואס איז מיט דיר, צודערזאך?

באנדא קען נישט פארלירען! האסט דען נישט געהערט
אויף דעם קליף וויזיי שרייען נאכאמאל און נאכאמאל
"אינץ קען מיר נאר געווינען!

davka » 1/6/2005 01:54

קישטא קאי שרייבט:

היינט האט מען געטיילט א טעיפ פון 20 יאר צוריק פון אלתר משה גאלדבערגער, ווי ער איז מבאר דעם גודל החיוב אונטערצוברענגן דעם קאמוניסטישען רעזשים אין קרית יואל

אטוען » 1/6/2005 02:00

טאקע פאר דעם האב איך אזוי מורא געהאט.

איך האב געוויסט אז די אלייענס שלאפט נישט.
אבער אויף אזא זעטץ האב איך נישט גערעכענט!

אוי וויי! וואס וועט יעצט זעען?

צודערזאך » 1/6/2005 04:01

וויי געוואלד! אפשר שטופט מען אפ די וואלן??...

קיינעם נישט איינגעפאלן, הא??

גוטזאגער » 1/6/2005 05:07

דער נעבעכ'דיגער באנדא האט ארומגעקאלט היינט פארנאכטס און ער האט זיך געמאכט רעדן אזוי ווי א פרוי כדי אפצוקויפן די ווייבער (ר"ל), און ער האט געלאזט דארט הערן דעם טיפשות אז דער ווילידזש גייט אויפבויען חתונה זאלן, ווייל בית מרדכי האט נישט קיין קאוט רעקס,

איי בית מרדכי איז שוין נישט אין דינסט אפאר יאר, און אין קרית יואל מאכט יעדער חתונה אין פאראדייס ????

גיי פארענטפער א הארבן באנדא !!!!

זאליweaky » 1/6/2005 08:20

היסטארישע היפאקראטיע !!!


די אלייענ'ס האבן שוין ארויסגעוויזן זייער היפאקריטיזם אויף צענדליגער פעלער מיט צענדליגער ענינים.

היינט זענען זיי צוגעקומען צו נאך א פאזע.

די אלייענ'ס רבנים - די איינציגע אין דור וועלכע געדענקען דעם רבי'ן זי"ע, האבן ארויסגעגעבן א בריוו גאר ענליך צום נוסח פון "מפלגה הקרוב יותר לדת".

דהיינו, אז טראץ וואס יעדע שטימע איז טאקע ארויסגעווארפן צייט און געלט, איז אבער דא א חוב קדוש צו גיין שטימען, כדי צו אויסרופן א מחאה אקעגן די פירערשאפט פון די ווילעדזש וועלכע רייצן זיך מיט די גויים.

יעצט שטעלט זיך די שאלה. פארוואס האט מען נישט אריינגעלייגט דעם בריוו אין "עיר הצדק" ???

קען דען זיין, אז זיי האבן מורא פון די פארגעשריטענע זאלי'ס (וועלכע דאווענען נישט אין חרדים) וואס וועלן זיך אויפרעגן אויף די משוגעים און דייקא לכבוד דעם נישט ארויסקומען שטימען ???

איז מעגליך אז פאר עטליכע מינדערוויכטיגע שטימען (99% פון די אלייענס מעמבער'ס פאלגן דאך דעם ועד הרבנים אין אלעם...), איז מען גרייט נישט צו אויסרופן פאר די גאנצע וועלט דעם "חוב קדוש" פון די ועד הרע-בנים ???

ארענדאר » 1/6/2005 13:47

ניין, זיי האבן מורא געהאט אז די ועד הצניעות וועט פארפירען, אז ווי האט עטס די חוצפה צו הייסן שטימען פאר א פארטיי וואס מאכט חרוב בשאט נפש די קדושה פון שטעטעל.