א גריס אייך פין ישראל. ווי באוויסט איז איבער די פארגאנגענע יארן געווארן מער אין מער נמצא דאס אז אנשי שלומינו גייען צו די מדינה אויף ל"ג בעומר. נו וואס איז שוין, מ'גייט צו ר' שמעון'ען אין מ'קומט צירוק; צום כותל? מן דכר שמיה.
איך לכשעצמי גייט דאס נישט אהן. אבי געזונט. עס איז דא גרעסערע פראבלעמן ביי אידן ווי פארלירן שלאף איבער שטיצן דאס וואס רבינו האט אינז אנגעוויזן.
געטראכט האב איך אבער אז די קהל הקודש דא וועט אוודאי הנאה האבן צו הערן אז נישט נאר איך, קוים איין עצוץ נקוב, האט אזא געדאנקן-גאנג, נאר אויך די וואס דרייען זיך לפני ולפנים.
פין קראנטע מקורות ווערט איבערגעגעבן אז דעם פארגאנגענעם שבת קודש איז יואלי גאלד, משמש בקודש אצל כבוד קדושת אדמו"ר שליט"א געוועהן ביים כותל. פאר די וואס ווייסן נישט פין וואס איך רעד, דאס איז דער כותל דערגעגן וואס די רבי האט געשטעלט דאס אידישקייט. דער כותל המערבי, שריד בית מקדשינו. (ממעג דערמאנען דער ווארט דא אין פורום?)
"האסט נישט מורא דא צו זיין?" האט איינער עם געפרעגט.
"פארדעם קים איך שבת," האט ער געענפערט מיט נישט-געווענדליכע חכמה, "מען זאל נישט האבן קיין פיקטשערס פין מיך ביים כותל."
איר מיינט אז ער האט זיך אנגעטון א הויכע ביבער-הוט ווען ער איז געגאנגן צום כותל? אפילו אויב יא, איז עס פארט נישט געוועהן חול המועד!