היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » משה מאנדרא קאמפיינט פאר זיין אלטן בענקל

משה מאנדרא קאמפיינט פאר זיין אלטן בענקל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1401645

ארגינעלער » 31/5/2005 20:25

משה פריעדמאן (המכונה משה מאנדרא) דער אמאליגער ראש הקהל, האט זיך באוואוסט געמאכט מיט זיין געפערליכע קארופטירטע ווירטשאפט, און מיט'ן רייך ווערן אויפ'ן חשבון פון די ארימע קרית יואלער איינוואוינער, ביי וועמען ער האט געריסן געלט פאר יעדע קלייניקייט. פאר יעדע פערמיט וואס מען האט געוואלט באקומען פון ווילידזש האט מען געמוזט באצאלן עפרות זהב, פאר יעדע פראגראם וואס ער האט געברענגט פון די גאווערמענט האט ער געריסן שווערע געלטער פון די וואס האבן עס באקומען.

שוין א שיינע פאר יאר וואס משה פריעדמאן פרובירט צוריקצוקומען צו די מאכט, אבער אן קיין שום הצלחה. מיט פיר יאר צוריק איז ער געווען דער בריח התיכון פון דעם מענדל שווימער קאמפיין, און זינט דעמאלס גיט ער נישט אויף און האלט אין איין פרובירן זיין לאק.

יעצט איז משה מאנדרא נאכאמאל צוריקגעקומען פון וויליאמסבורג קיין מאנרא, כדי צו העלפן ארגאניזירן די וואלן אין קרית יואל.

די לעצטע פאר טעג דרייט ער זיך ארום פון איין סטאר צום צווייטן און ער שטעלט אפ וועם ער קען און בעט זיך אז מען זאל וואטן פאר די קאנדידאטן, וואס וועלן אים צוריקברענגען זיין אמאליגן גלאנץ.

וויפיל מאל דארף מען דעם מענטש ווינקן, אז ער זאל פארשטיין אויפ'ן ווינק אז די פריעדמאן דיקטאטורשאפט איז היסטארי.

rabbi88 » 31/5/2005 20:29

He wants to be just like Bill Clinton.

ארגינעלער » 31/5/2005 20:31

משה מאנדרא קומט ארויס פון איין סטאר און גייט צו די נעקסטע
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 31/5/2005 20:36

ער זוכט איינער וואס זאל אים אויסהערן
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 31/5/2005 20:41

העי דו האלא, קום אהער, איך וויל דיר עפעס זאגן, זייער וויכטיג
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהחיים » 31/5/2005 20:48

מען שטעלט שוין אויף דעם טענט פאר די פייערוג מארגן נאכט

לאמיר שוין אלע אנהייבן צי זינגע
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
ב"ה סאטמער האט געזיגט ב"ה די תורה האט געזיגט

לאמיר גיין אין א רקידה
[בילד – נישט אפגעהיט]

rabbi88 » 31/5/2005 22:00

Forget Satmar and forget everything else, they will only say that COMMON SENSE WON!

גוטזאגער » 1/6/2005 01:51

מארגן גייט משה פרידמאן פון "וויליאמסבורג" זיין איינע פון די אלייענס וואטערס אין קרית יואל.

ער גייט זיין נאר איינער פון אסאך וויליאמסבורגע וואס גייען קומען וואטן פאר די אלייענס.