גענעראל פארזאמלונג נאמבער (?)
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1401484
היינט נאכט גייט פארקומען נאך א -- איר האט געגעסט -- גענעראל פארזאמלונג.
דאסמאל גייט עס פארקומען אין סאסמאנ'ס כולל.
פאליטישע אנאליסטן זאגן אז די אלייענס דארף דורכפירן נאך 20 גענעראל פארזאמלונגס, און זיי וועלן זיכער געווינען די וואלן.
תוקן על ידי - קריתיואלער - 31/05/2005 18:52:29
איך בין אויס מענטש, איך מוז עס וויסן.
גייט די מנחת קנאות שוין אן קומען היינט נאכט?
תוקן על ידי - טאגליכט - 31/05/2005 19:32:56
מען האט נאכנישט געהאט קיין צייט אראפצונעמען די צעטלעך פון די פריערדיגע גענעראל פארזאמלונגען, און שוין קומען פרישע.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער גייט רעדן? די "צינוקפיטיגע" קאנדידאטן?
עס לוינט זיך ציגיין, מ' גייט געבן צו עסן.
אה איך בין רואיגער, די מנחת קנאות וועט ענדליך אן קומען היינט נאכט.
איך גיי צו די גענעראל פארזאמלונג נאר ווייל איך דארף דעם הייליגן ספר.
איין סאטמער,גיי נישט אהין עסן ענדערש האלט דיך הינגעריג צי די גרויסע סעדוה וואס גייט קימען מיטוואך נאכט אין שאפונג סענטער
אדער צי די מלוה מלכא וואס עס גייט קימען מוצאי שבת אלץ ייש"כ פאר די אלע עסקנים וואס האבן געהאלפן
איך דערמאן זיך יעצט פיר יאר צירוק בין איך געווען ביי די מלוה מלכא אין אברהם ווידער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן אין געבעטן אז יעדער זאל צירוק גיין אין די בתי מדרשים לערנענן אין דאווענענן
דער עולם האט אים געוואלט צירייסן אויפן ארט,דאס דארפסטע אינז זאגן ? דאס איז די ארבעט פין א מעיאר אז דער עולם זאל לערנענן?
יא.געווען אמאל צייטן
תוקן על ידי - שלמהחיים - 31/05/2005 19:52:29
גרויסע סעודה אין שאפינג צענטער?
אויך מיר אן אהרוני.
יעדער אהרוני אין קרית יואל ווייסט אז ס'גייט נישט פארקומען א סעודה מיטוואך נאכט, מען קאמפיינט נישט און מען פייערט נישט נצחון.
אבער שלמה חיים געב נישט אויף
Try Harder
אפשר דאך וועט איינער מיינען אז אהרונים האבן גענומען סיריעסלי די פאלשע צעטל וואס באנדא האט ארומגעשיקט.
פיר יאר צוריק איז אויך נישט געווען קיין שום סעודה, נאר דרשות.
שלמהחיים
זשוליאני
האסט שוין פארגעסן די באקאנטע שיין בילד אויבן אין שאפינג סענטער צוויי יאר צירוק נאך די וואלן???
מען האט דארט געהערט י.פריינד רעדן ליידער ווי א .....
איב ווידער האט גערעדט דארמאן זיך נאר
אזוי אויך פיר יאר צירוק ווען ווידער האט געשריגען פין א פענסטער נאכדעם וואס ער האט געווינען אין סאטמער שטעטעל קוים מיט 56 פראצענט ציזאמען מיט די בחורים אז סאטמער האט געווינענן,
שוין פארגעסן, הא?? ווארט ביז מארגען
כי גוי אבד עצות המה ואין בהם תבונה
שלמה חיים, דער עולם באקלאגט זיך אז דו מאכסט צודרייט דעם ציבור.
דא האסטו איינמאל פאר אלעמאל ארויסגעוויזן ווער דו ביסט.
פון יעצט און ווייטער, אויב שרייבסטו נאך איינמאל ווי דו וואלסט געווען אן אהרוני, מעק איך אויס דיין תגובה.
מאך נישט ליצנות פון אן עדה אידן.
קענסט רואיג שרייבן לטובת דיין צד, אבער פארדריי נישט קיין קאפ.
שלמה חיים
בארואיג דיר
נאר 30 און א האלב שטונדן
ווער האט געשריבן פריער דא, וויפיל צייט עס איז נאך דא
איך האלט אז מען זאל מאכן אן אפישעל קאונדאון
שלמה חיים, שקר וכזב, אברהם ווידער האט פארלוירן אפילו מיט די בחורים.
נישט אזוי איז געגאנגען דער ניגון ביי ענק?
און באמת האט די אלייענס געווינען 60 פראצענט פון די וואטס, נאר סעגעדין האט געמאכט עפעס א שווינדל און עס אויסגעדרייט, אז ס'זאל אויסקוקן אז ווידער האט געהאט 60 פראצענט און די אלייענס די איבריגע.
תוקן על ידי - קריתיואלער - 31/05/2005 21:36:53
כי גוי אבד עצות המה ואין בהם תבונה
שלמה חיים
אין קוהלת פ' ז' פסוק ב' שטייט קלאר:
טוב ללכת אל בית אבל מלכת אל בית משתה באשר הוא סוף כל האדם...
ענדרש גייט צו די "איכה" אין ראיעל ראוס" ווי ביי די משתה אין שאפינג צענטער. ווי עס איז דער סוף פון אלע זאלונים... און אלייענס.
קודם וועט עטס געווינען און נאכדעם דערצו מקיים זיין א פסוק אין קהלת....
ווער גייט זיין די רעידנערס היינט נאכט?
מען ווייסט נאך אלץ נישט.