היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מבקש עצה- פארוועם זאל איך שטימען מיטוואך

מבקש עצה- פארוועם זאל איך שטימען מיטוואך

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1401069

וואלמארט » 31/5/2005 13:38

איך דארף ראט פונעם עולם

איך האב געוואוט פאר מענדל שווימער פיר יאר צוריק, און אויך פאר די אלייענס טראסטי קאנדידאטן פאראיאר, ווייל איך האלט פון א צוויי פארטיי סיסטעם.

ווי איך קוק מיך צו דעם היי יאריגען קאמפיין בין איך אבער געקומען צו די פאלגענדע מסקנא, אז די אלייענס איז אין מיינע אויגן גענצליך דורכגעפאלן, און כדי עס זאל זיך עפענען א צווייטע פארטיי וואס זאל יא זיין סוקסעספול, מוזן זיי זיך אויפלעזן און לאזן פלאץ פאר אנדערע נייע פארטיי.

איז מיין דילעמא אזוי

זאל איך יעצט איינמאל וואטן פאר ווידער און בעטן מיינע חברים (אויך שווימער וואטערס) צו וואטען היי יאר פאר ווידער כדי די אלייענס זאל שטארק פארלירן, און אין רעזולטאט וועט זיך עס אויפלעזן, און עס וועט אויפקומען א נייע פארטיי, אדער ניין פאר ווידער קעו איך נישט וואטן, ווייל ער איז געווארן מעיאר פאר ס'איז געווען ערנסטע עלעקשאן'ס, דעריבער טוט ער רעפרעזענטירן דעם איין פארטיי סיסטעם.

רבותי !!!! געט מיר א עצה!!!!

נ.ב איך וויל דא קלאר מאכן אז איך בין א חסיד פון הגה"צ אב"ד דקהל יטב לב וויליאמסבורג, און איך בעט יעדען איינעם דא, אז מען זאל מיך טריטען מיט רעספעקט, אין מיר באמת ענטפערן, פארוועם דער עולם האלט איך זאל וואטען היי יאר, נאכן זעהן מיינע ספיקות.

שלמהחיים » 31/5/2005 19:12

עס איז קלאר אז די אלייענס גייען קיינמאל קיינמאל נישט אויפגעבען אפגעזען ווי שטארק זיי פארלירן והא ראי' פיר יאר צירוק האבן זיי פארלוירן ווי משוגע אין דאך זענענן זיי געבליבען די זעלבע משוגאים,נישט געטוישט סטראטעגיע פירערס גארנישט

עס איז קלאר אז די קענסט נישט וואטען פאר ווידער ווייל עס איז אקעגן דיין רב אין ביסט דאך א אמת'ע חסיד,ניין? מילא ווידער איז אויסגעשלאסן

עס איז קלאר אז די קענסט נישט וואטען פאר די אלייענס ווייל זיי זענענן די פארלירערס {לוזערס} אין די ווילסט דאך נישט זיין מיט די פארלירער בפרט יעצט ווי זיי שטעלן אפילו נישט ארויס קיין שום אגענדע גארנישט

מילא ביסטע קרח מכאן וקרח מכאן א ריכטיגע זאלי

בלייבט דאר נאר איבער איין זאך צי טיען, וואס? מופן קיין וומסב"ג, דארט וועסטע נישט האבן די אלע פראבלעמען.אדער בלייבן דא אין שעלטען יעדע צוויי יאר

זשוליאני08 » 31/5/2005 19:18

שששששש....

לאמיר אלע בלייבן שטיל און ערלויבן פאר שלמה חיים צו פירן א דעבאטע, צווישן זיך און זיין נייער נאמען, אומגעשטערט.

ווייסט אפשר איינער אויב שלמה חיים איז נישט דער אמאליגער עלהניסים (איינער געדענקט אים נאך?)

אטוען » 31/5/2005 21:16

ביזט טאקע אזא בטלן?

ווייסט די דען נישט אז די אלייענס גייט געווינען
און אז דער ווילעדש גייט זיי ווייטער בגנבענען?

אויב האסט די א שטארק הארץ זאלסטי ווייטער
שטימען פאר די אלייענס און אזוי וועסטי קענען
וויינען אז מ'האט דיך אויך בגנבעט!