היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אזוי גייען אויסקוקן די וואל מאשינען

אזוי גייען אויסקוקן די וואל מאשינען

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1400350

קריתיואלער » 30/5/2005 20:56

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהחיים » 30/5/2005 21:01

ווי אזוי גיייט די סיסטעם ווער עס איז ערשט אין ווער עס איז לעצט??

לכאורה האט "עקספריענס אין רעזאלטאטען" געהאט די מערהייט פאריגעס מאל פארוואס זענענן זיי יעצט לעצט??



העבר_אין » 30/5/2005 21:06

שלמה חיים

הער שוין אויף

אונז ווייס מיר שוין אז די ביזט אן אהרוני

מיר ווערן שוין דיזי פון דיר

גענוג איז גענוג

מיר וועלן זיך זעהן מיטוואך נאכט, אין שוהל, מיט יעקב יואל וואס דאווענט דאך אייביג אין שוהל 11 אזייגער ביינאכט

שלמהחיים » 30/5/2005 21:11

וואס ווילסטע?ווי קימט דא אריין ארוני?? אז די ווייסט נישט ענטפער נישט אפשר ווייסט א צווייטער יא

נעקסט טיים דערהייבסט נישט היץ הייב נישט אן

קריתיואלער » 30/5/2005 21:16

און דאס איז די סיבה פארוואס יעקב יואל באנדא לויפט נישט אויף די אלייענס פארטיי.

צוליב די שלימזלות פון פנחס יאקאבאוויטש און זיין שוועגערין, די נאוטערי פאבליק, מיסיס וויטריאל:
[בילד – נישט אפגעהיט]

העבר_אין » 30/5/2005 21:17

שלמה חיים

ווייל יעדער בר בי רב דחד יומא אין פאליטיק ווייסט אז א מעידזשאר פארטי איז אויפן טיקעט זענען זיי אויטאמטיש די ערשטע

און אנשטאט צו זיי מאנקי אין די מידעל צווישן די אלייענס צוויי ליסטעס האט מען זיך געשטעלט צו לעצטענס

א געוואלדיגע קשיא

און נאכאמאל לאז די פורם צו די אישו'ס, און דאנערשטאג וועט מען באהאנדלען דיין אינדיטעט

קריתיואלער » 30/5/2005 21:22

שלמה חיים,

ס'איז פשוט.

ווען דו וואלסט געווען א קרית יואל'ער וואלסטו נישט יעצט סורפרייזד געווארן אז עקספיריענס און רעזולטאטן איז ביים סוף, עס איז אלעמאל אזוי געווען אין קרית יואל, און מען האט דאס שוין ערקלערט פאר די תושבי קרית יואל ביי אלע וואלן.

אבער פאר די וואס וואוינען אינדרויסן פון קרית יואל וועל איך עס ערקלערן:

די דעמאקראטישע פארטיי איז א גרויסע פארטיי און לויט'ן געזעץ האבן זיי וועגן דעם די ערשטע רייע.

די עקספיריענס ענד רעזאלטס וואלט געדארפט זיין אויף די צווייטע רייע, ווייל זיי זענען די צווייטע גרעסטע פארטיי נאך די דעמאקראטן, אבער מען האט באשלאסן אז ס'איז סאך פראקטישער צו זיין גאנץ אונטן, אזוי אז די וואטערס זאלן נישט ווערן קאנפיוזד, צווישן די דריי רייעס, און זאלן וויסן אז מען דארף שטימען פאר די אונטערשטע שורה.

שלמהחיים » 30/5/2005 21:23

העבר אין

האסט עס נישט געקענט ענטפערן ווי א נערמאלער מענטש??

די מיזסט רעדן ווי א "זאלי-אלייענס" נעגאטיוו. קרום אין פארדרייט???




תוקן על ידי - שלמהחיים - 30/05/2005 21:26:09

davka » 30/5/2005 21:25

ראביי88 שרייבט:
Poor Banda! Now you even lost even the Alliance endorsement too.

But take heart, all's not lost!

It's not too late to get the endorsement from the
Working Families Party
Conservative Party
Independent Party
Liberal Party
Green Party
And you should have no probleem at all getting the endorsement from the Likud and the Labor Parties!

So take heart you can still win it and win it big!

אטוען » 30/5/2005 22:21

פארפאלען, דער בחור טויג אייזען!

ער איז טאקע גערעכט, אז באנדא שיקט א באס צו די
יום העצמות ראלי קומט איהם אז דער ליכוד זאל איהם
אינדארסירען!

גולםקלאץ » 30/5/2005 22:37

פאר נייע וואטערס:

א בילד פון א ניו יארקער וואטינג בוט.

ווען מען קוקט אויף דעם קען מען פארשטיין די אינסטראקשנס, וויאזוי צו שטימען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

העבר_אין » 30/5/2005 22:40

און פאר די קאנספירענדע אלייענס

די וויער אויבן ביי די רעכטע זייט, איז די ווידיאו וואס כאפט אן פונקטליך וויאזוי מען שטימט

...............

זאליסאסמאן » 30/5/2005 23:40

שלמהחיים

כל הפוסל במומו פוסל, האסט געמאכט די זעלבע גאבידש קאמענטס צו סים אין א אנדערער פארום.

YOU CANT TAKE THE HEAD GET OUT.

גולםקלאץ » 31/5/2005 19:40

פארוואס לויפט נישט די ווילידזש אויף די רעפאבליקאנער פארטיי?

די רעפאבליקאנער פארטיי איז דאך נאמבער 1 אויף די וואטינג ליסט, וואלטן די ווילידזש קאנדידאטן געווען די ערשטע?

תוקן על ידי - גולםקלאץ - 31/05/2005 19:43:01

you_bet » 31/5/2005 19:50

גולם זיי נישט אזא גולם

יו בעט, אז די אלייענס ווילן אטדא דאס

ווייל טראץ וואס עס איז נישט קיין געזעץ, פארט איז איינגעפירט אז אויב ביידע גרויסע פארטייען לויפן, דאן צוטיילט מען זיך מיט פאול אינספעקטערס און אלע אנדערע פוקציעס

איז דעריבער יו בעט אז די אלייענס האבן באשלאסן צו לויפן אויף די דעמאקראטישע טיקעט אז די אהרונים זאלן לויפן אויף די רעפובליקאנער טיקעט

אבער יו בעט זיי זענען גוט דורגעפאלן

ווער מיינסטו האט צושטערט דעם פלאן

יו בעט, א דעמאקראט

און זיין נאמען איז הערי בערגער - הילערי'ס עלעקשאן לויער - וואס איז אויך עיב ווידער עלעקשאן לויער

און יו בעט ער האט געכאפט דעם פלאן, און ער האט דאס פארציילט

סאו, יו בעט, אז די אלייענס ווארט נאך ביז יעצט, אז די אהרונים זאלן לויפן אויף די רעפובליקאנע טיקעט

און יו בעט אז זיי קענען ווארטן רואיג

און זאלן זיי בלייבן מיט ראו עי

Lumber » 31/5/2005 19:54

You Bet:
His name is Henry Berger

you_bet » 31/5/2005 19:57

גערעכט

איי געס ער איז א קנאקער מיט א נון

rabbi88 » 31/5/2005 22:06


Working Families Party
Conservative Party
Independent Party
Liberal Party
Green Party
Likud Party
and the Labor Party

All are going to endorse Jacob Banda

אטוען » 31/5/2005 23:30

זיי נישט אזוי זיכער!

ס'דרייט זיך א שמועה אז וויבאלד די אלייענס האט
צוריקגעצויגען א חלק פון זייער ענעקסעשאן פלאן
האבען זיי נושא חן געווען ביי די Green Party
און זיי וועלען לאזען די אלייענס לויפען אויף זייער
ליניע!

דערווייל גייט ווייטער אען דער "קלא דלא פסיק"
אז "שרון, פון די ליכוד פארטיי" פילט זיך שולדיק
פאר באנדא און ער וויל איהם ארויסווייזען הכרת
הטוב פאר באנדא'ס פעולות פאר די יום העצמות חגא

אויב נאר איינע פון די שמועות זענען ריכטיג וועט די
ווילעדש מוסען טוישען די מאשינען!

זשוליאני08 » 1/6/2005 01:26

יו בעט, לאמיך עס קלארער מאכן ווייל איך זע אז דו ווייסט נישט אזוי גוט וואס עס איז געווען.

לויט'ן געזעץ מוז דער ווילידזש קלערק אנפירן מיט די ווילידזש וואלן, און ער דארף צושטעלן "אלע" אינספעקטארס ביי יעדן טיש.

די געזעץ זאגט אבער אויך אז אויב א מעידזשאר פארטיי לויפט דעמאלטס מוז עס זיין 50-50, ביי די נעקסטע עלעקשאן.

פאריגע יאר איז די אלייענס געקומען מיט אן אויפטו אז זיי גייען לויפן אויף די דעמאקראטישע פארטיי און אזוי וועט די ווילידזש זיי מוזן געבן האלב פון די אינספעקטארס, ביי די וואלן פון היי יאר.

אברהם ווידער און גדלי' סעגעדין האבן נישט געוואוסט פון די גאנצע זאך, אבער האבן באשלאסן בשום אופן נישט צו לויפן אויף די רעפובליקאנער פארטיי, אפילו דאס וואלט געמיינט אז יאנקל פריינד און ברוך מרדכי מארקאוויטש וואלטן געווען נאמבער 1 אויף די וואל מאשין, ווייל אויב לויפט מען אויף א גויאישע פארטיי מוז מען אריינברענגען די גאנצע גויאישקייט אין שטעטל פון קאקוסעס, פריימעריס, קאנווענשאנס א.א.וו. ווי מען זעט ביי די אלייענס.

ווען ס'איז געקומען די וואלן היי יאר איז די אלייענס געקומען און אנגעפאנגען פארפירן אז זיי ווילן ס'זאל זיין 50-50. קודם האט מען געמיינט אז מען וועט זיי דארפן געבן 50-50.

אבער דעמאלטס זענען געקומען די עלעקשאן לאיערס פון ווילידזש און געזאגט אז 50-50 איז נאר אויב ביידע מעידזשאר פארטייען זענען געלאפן אין די פריערדיגע וואלן. אויב איז נאר איין מעידזשאר פארטיי געלאפן, בלייבן די וואלן ווייטער אונטער'ן קאנטראל פון ווילידזש קלערק.

יעצט האט מען געדאנקט דעם אויבערשטן, וואס האט פאראיאר חונן דעת געווען די ווילידזש פירערס נישט צו לויפן אויף א גויאישע פארטיי.

ווען מען וואלט דעמאלט געלאפן אויף די רעפובליקאנער פארטיי, וואלט מען געהאט א צייטווייליגע נצחון, אז מען וואלט געווען נומער 1 אויפ'ן וואטינג בוט, אבער מען וואלט אנגעוואוירן דעם קאנטראל פון די וואלן ביי די יעצטיגע עלעקשאנס.

אטוען » 1/6/2005 21:35

דערווייל גייט ווייטער אען דער "קלא דלא פסיק"
אז "שרון, פון די ליכוד פארטיי" פילט זיך שולדיק
פאר באנדא און ער וויל איהם ארויסווייזען הכרת
הטוב פאר באנדא'ס פעולות פאר די יום העצמות חגא

באנדא האט נעכטען שפעט ביי נאכט געקאלט "שרון" מלאה וגדוש מיט טענות היתכן ער האט איהם נישט געלאזט לויפען אויף די ליכוד ליניע!

"שרון" האט גיענפערט אז ער האט מחליט געווען אז ער וועט איהם יא לאזען. באנדא האט אבער גיענפערט אז ס'איז שוין צו שפעט ווייל די וואלען הייבען זיך שוין באלד אן.

האט "שרון" געפרעגט באנדא'ן, וואס? און די ספירה טעג האלט עטץ וואלען? מה דאך דעם עצם יום העצמות האסט די אפגעריקט אויף ל"ג בעומר וואלט עטץ וועין די וואלען אויך געדארפט מדחה זיין אויף ל"ג בעומר?

אויף דעם האט באנדא גיענפערט, נו טאקע פארדעם וויל איך זיין דער מיעאר פון קרית יואל אז איך זאל קענען איינפירען טאקע די זעלבע מנהגים ווי ס'איז שוין דא אין דיאמאנט קלוב!