היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » חבר(טראסטי) הכנסת, טשערמאן בבנין דוד

חבר(טראסטי) הכנסת, טשערמאן בבנין דוד

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1399485

געשמאק » 30/5/2005 06:23

א שרעקליכער שוידער האט ארומגענומען דעם עולם וואס האט זיך באטייליגט ביים דינער פון ישיבת בנין דוד ד'מאנטיווידעא, ווען עס האט אויפגעטרעטן (לדאבון לב כל יראי ה') דער חבר הכנסת (טראסטי) אברהם יושע פריינד אלס טשערמאן פון אווענט.

ה' ירחם על עמו !!!!!!

תוקן על ידי - געשמאק - 30/05/2005 6:28:12

שדים_טאנץ » 30/5/2005 08:25

וויי געוואלד,

מיט צוויי יאר צוריק איז פריינד געווען א העלד, ווען ער האט דערקלערט מיט שטאלץ אז נאך א מזל אז מיר זענען נישט אין דעם ווילידזש, "ווייל עס איז פונקט ווי דער כנסת און מען שמד'ט דארט אפ כלל ישראל."

אבער אברהם יושע פריינד האט ליידער נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און היי יאר ליידער ליידער מסכים געווען צו לויפן אלס חבר הכנסת.

די ווייטאג איז נאך סאך גרעסער אז אזא איד ווי הרב לייטנער, וואס איז אלעמאל ארויס שארף קעגן יעדע מינדעסטע ציונות האט דאסמאל געלאזט דעם פריינד צו רעדן ביי זיין דינער.

וויי געוואלד

שדים_טאנץ » 30/5/2005 08:41

אגב, ווייסט איינער אויב הרב לייטנער האט מוחה געווען אויף די שרעקליכע פירצה אז איינער וואס איז געכאפט אין ציונות לויפט פאר מעיאר פון קרית יואל?

rabbi88 » 30/5/2005 19:27

NO! You're missing the point! He wants to prove that HaShem will not allow him to enter into the Knesses HaMinim. Therefore he will run but HaShem will make sure that he loses so that he should have no need to enter into the Knesses HaMinim! Brilliant!

גולםקלאץ » 30/5/2005 19:42

שלום עליכם ראביי, וויאזוי איז געווען מירון? האסט מיטגענומען מיין קוויטל?

זאליweaky » 30/5/2005 21:45

rabbi

כ'האב אמאל געהערט פון א דעמאקראט, אז דער רבש"ע האט געוואלט ווייזן אז א איד קען געווינען אין אמעריקע - ד.ה. נישטא קיין אנטיסעמיטיזם, אבער עס וואלט דאך נישט גוט געווען פאר אידן, דערפאר האט מען אים אוועק גענומען פון הימל די וואלן וואס ער האט באמת געווינען...

אטוען » 30/5/2005 22:13

דאכט זיך מיר אז ווען "שרון" אליין לויפט ווען אויף די
אלייענס ליניע וואלט אברהם לייטנער אויך גארנישט געזאגט
ווייל זיין שנאה צום רב שליט"א פירט זיין לעבען, נעביך

אטוען » 1/6/2005 02:30

איינער פון די יודע דבר ביי די אלייענס האט איבערגעגעבען אז אברהם יושע פריינד האט מסכים
געווען צו זיין א קאנדידאט און דעם "כנסת המינים" (כלשונו) ע"פ הוראתו פון זיין רבי אברהם לייטנער.

זיין שאלה איז געווען: ער בעט דאך יעדען טאג
"ולא לידי נסיון" וויזוי מעג ער זיך אריינלייגען
בידים ממש און אזא נסיון.

דא איז די תשובה פון רבי אברהם לייטנער ווארט ביי ווארט!
"זיי נישט קיין שוואנץ! אויב די חלום'סט אז די וועסט געווינען ביזט די סתם א שוטה, און א שוטה איז פטור מכל המצוות!"

ודברי פי חכם חן ושפתים ישק!