היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » "גענעראל" באנדא מאכט "פארזאמלונג"

"גענעראל" באנדא מאכט "פארזאמלונג"

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1399484

ארענדאר » 30/5/2005 06:16

מארגן מאנטיג גייט זיין א קאמפיין ספיטש פון יעקב יואל (מציצה בפה) באנדא, אין שערי שמחה, המכונה בפי כל ראיעל רויז, דארט וועט מען האפענטליך קענען הערן דעם "פה מפיק דמיונות" אלע איינצעלהייטן וויאזוי ער גייט אויסקלינען דעם סעקשאן 1 לעיק, אויך גייט מען דארט טיילען דאבעל דיטעקטערס, אין אפשר אויך בענדא באמפער סטיקערס ( נישט אויסמישען מיט פינקוס פאליס סטיקערס), אויך ווערט ערווארט א דיספלעי פון זיינע כעלעם'ער יועצים וואס פירען זיין שלימזל'דיגער קאמפיין.

פרטים יבאו !!!!

כאפטס אריין א וואדקע

זאליweaky » 30/5/2005 07:23

אויך גייט מען דארט זען די "אהרונים פאר באנדא" קאמפיינער'ס...

צודערזאך » 30/5/2005 16:43

גייט מען אויך טיילן "היי-ליי'ס"?.. צו דאס איז שוין א פארגאנגענהייט?...

rabbi88 » 30/5/2005 19:21

He will give the children little Israeli flags!

קריתיואלער » 31/5/2005 03:53

עפעס א מעכטיגע איבערקערעניש גייט דארט פאר ביי די אלייענס.

אין עיר הצדק האבן זיי געשריבן אז עס גייט היינט זיין א גענעראל פארזאמלונג און די צוויי טראסטי קאנדידאטן, אברהם יושע פריינד און יחזקאל וויינשטאק גייען רעדן.

היינט האבן זיי ארויסגעלייגט נייע צעטלעך, אן קיין לעדער העד, און מיט א פלעינע אונטערשריפט פון די "וואל קאמיטע", אז דער מעיאר קאנדידאט יעקב יואל באנדא גייט גאר רעדן אין שערי שמחה (ראיעל ראוז, וואו עס געפינט זיך די אלייענס וואל הויפטקווארטיר).

יעקב יואל דרייט זיך ארום אין שטעטל און שרייט חי וקיים אז ער גייט נישט רעדן היינט נאכט, און די צעטלעך זענען ארויסגעהאנגען געווארן שלא ברשותו.

א שעה צוריק איז ארומגעגאנגען א רעקארדינג אויפ'ן טעלעפאן אז באנדא גייט רעדן.

בקיצור עס הערשט א כאאס צווישן די אלייענס, זיי ווייסן נישט ווער עס פירט זיי, ווער עס מאכט א גענעראל פארזאמלונג, ווער עס גייט רעדן, און ווער עס גייט וואוטן.

עפעס ערנסט קומט דארט פאר. עס וועט זיכער זיין נייעס אין די קומענדיגע פאר שעה.

קריתיואלער » 31/5/2005 03:54

די מיסטעריעזע צעטלעך וואס זענען היינט אויפגעהאנגען געווארן
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 31/5/2005 03:55

די פלאקאט וואס איז געווען אין עיר הצדק און אין דער איד
[בילד – נישט אפגעהיט]

אנזעצער » 31/5/2005 05:54

איך קום יעצט פון דארט.

עס הערשט א טאטעל כאאס, ס'איז דא אפאר מנינים יאנגסטער'ס, וואס זענען געקומען נעמען דעם ספר "מנחת קנאות" אבער דער פריץ באנדא קומט נישט אן

דער מצב איז זייער ביטער דארט.



תוקן על ידי - אנזעצער - 31/05/2005 5:58:47

קריתיואלער » 31/5/2005 06:04

נאכ'ן אים בעטן מיט גוטן און ווארענען מיט בייזן, איז ענדליך געלונגען פאר די חברה ארויסצושלעפן באנדא פונדערהיים ארום 10:15, און ער איז אנגעקומען שרעקליך דערשראקן און בלאס, און מיט א וואקלדיגע און דערשראקענע שטימע אפגעליינט זיין גאנצע בריוו, וואס ער האט געשיקט אויף די פאסט פאריגע וואך, און מיט דעם האט זיך די אסיפה געשלאסן, און ווידעראמאל האט מען געטריבן ליצנות פון אן עדה אידן.

דער "לאנג ערווארטעטער" ספר מנחת קנאות איז נישט אנגעקומען, ווער עס ווייסט וואו עס איז אהינגעקומען זאל ביטע מעלדן

אלסווייסער » 31/5/2005 06:37

יעצט גערעדט מיט א חבר, א אלייענס סיפפאטיקער,ער וויינט אז די אלייענס האט היינט פארלוירען שטיקער, שטיקער, יעקב יואל איז אנגעקומען שרעקליך צוטראגן, און חיים דוד דעסער איז געווען טשערמאן, ער האט אויסגערופן דעם באנדא, און באנדא האט אנגעהויבן צו זאגן אז ער האט שוין נישט וואס מוסיף צו זיין ער האט שוין אלעס געשריבען אין זיין בריוו ( אוי נעבעך לאמיר רעדן פון שמחות) און ער האט געזאגט אז אזוי ווי דעסער וויל אז ער זאל דווקא רעדן, ווייל דער עולם וויל עם הערן וועט ער פארליינען דעם גאנצן פלאן הויך ווארט ביי ווארט.

דער פארזאמלטער עולם איז געווען שרעקליך אנטוישט, ווייל מיט די גענעראל פארזאמלונג האט מען זיך מחזק געווען זייט ס'איז געשטאנען אין "איד" פאריגע וואך, נאכדעם איז עס געשטאנען אין "עיר הצדק" אין היינט איז שוין געשטאנען אז באנדא פערזענליך וועט מעלדן זיינע פלענער, און דא אזא אנטוישונג.




גוטזאגער » 31/5/2005 06:46

השבת אבידה, עס ווערט געזוכט א גאנצע סקיט מיט באקסעס פון דעם ספר מנחת קנאות, ווער עס ווייסט וואו ס'איז אהינגעקומען זאל זיך ביטע מעלדן צו די טראסטיס וויינשטאק אדער פריינד.

davka » 31/5/2005 09:36

זאליסאסמאן שרייבט:

באנדא מאכט זיך סתם נאריש

כאילו ער טראגט בכלל א שאנס צו ווערן מעיאר.

ווי קומט אז א סוחר זאל ארויס גיין פון זיין פאזיציע, גיין שאפען גרויס געלט, איינעמען בושות, בשעת ווען ער ווייסט גאנץ גוט אז ער האט נישט קיין מעגליכקייט.

מה ראה לשטות זה?

זשוליאני08 » 31/5/2005 19:12

עס איז געווען א גרויסער חילול השם אז די זקני תלמידי וחסידי האלייענס, ווי מאיר דייטש און זיינע קאלעגען, זענען געזיצן ביי א דרשה פון איינער וואס האט געמאכט אזא גרויסן חילול השם, מיט'ן צושטעלן באסעס צו די טריפה'נע ציוניסטישע ראלי, אין וואשינגטאן.

אטוען » 31/5/2005 20:24

עת לעשות לה' הפרו תורתך