היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » גרשון יעקבזאהן איז געשטארבן!

גרשון יעקבזאהן איז געשטארבן!

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1399445

חלילה_וחס » 30/5/2005 02:41

מיט געציילטע שעה צוריק איז געשטארבן אין ניו יארק גרשון דזשעקאבסאן, דער רעדאקטער פון "אלגעמיינער זשורנאל", אין עלטער פון 72 יאר.

ווער עס האט געליינט אמאל זיין צייטונג, וועט זיך צו אים בענקען (איך רעד נישט יעצט פון די שיטה).

חלילה_וחס » 30/5/2005 02:41

קרןהתורה13 » 30/5/2005 02:42

מען קען זאגן "ברוך דיין האמת" אויפ'ן אלגעמיינער.

איך מיין אז דער צייטונג איז היסטאריע!

חלילה_וחס » 30/5/2005 02:43

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

natrul » 30/5/2005 03:06

ברוך דיין האמת,
ער פלעגט אייביג זייער גוט שרייבען,
זאיס א גרויסע פארלוסט,
האפנטליך וועט זיין צייטונג נישט אינדערגיין,

באראפארקער » 30/5/2005 03:08

איך ווייס פין גאר גרויסע צדיקים וואס פלעגען זיך באלעקען די פינגער מיט אן אלגעמיינער.

זאב58 » 30/5/2005 23:10

ביי די וועי ער איז "נפטר געווארען" נישט געשטארבען. הגם ער האט נישט געשטימט מיט ענקערע אינטערעסען.

אויסשווארץ » 30/5/2005 23:55

ביי זיינע ליינערס איז ער נפטר געווארן, און סאטמאר איז ער געשטארבן (אדער געפיי..), אין ליבאוויטש לעבט ער נאך...

זאב58 » 31/5/2005 00:11


גרשון דשיעקאבסאן איז געווען א איד פול מיט אמונה בה' ובתורתו ובמצותיו, ער האב געברענט מיט אהבת ישראל, יא ער האט געווארט אז דער אייבישטער זאל אונז אויסלייזען פון גלות, און ער האט נישט געגלייבט אין כחו ועוצם ידי.
גרשון האט מיט געמאכט אסאך און די אינגע יארן, און אלעמאל געווען אן ערליכער איך, אין אזא צייט וואס אין די היימישע קרייזען איז דא אזוי פיל מיט וואס זיך צו שעמען ליידער, אבער די גאוה אוועקצומאכען איז נאך אין גרויסען.

תוקן על ידי - זאב58 - 31/05/2005 0:28:28

טובעין » 31/5/2005 00:17

זאב

מאכסט א בארג פון גארנישט.

האט איינער געזאגט אויף א איד געשטארבען, BIG DEAL מעשים שבכל יום ויום.

האסט עפעס א ספעציעלער שייכות מיט ר' גרשון?

זאב58 » 31/5/2005 00:21

its the attitude, try it on a satmarer watch them fume.

natrul » 31/5/2005 04:18

ר' גרשון יעקאבסאן דער גרינדער און לאנג יעריגער ראדאקטער פונעם צייטונג "אלגעמיינער זשורנאל"

זיין לעבן איז געווען מוקדש צו פארדייטיגן און דאקעמענטורן מיט זיין זשורנאליסטישען קראפט די חסידישע אידישע השקפות און אידיאלען סזאל לעבן אין א מאדערנער אמעריקאנער עפאכע, ווערענדיג פאריתומט אלס אינג בחורל האט ער זיך ארויסגעראטעוועט פון סטאלין'ס רוסלאנד נאך די מלחמה צוזאמן מיט אלע שארית הפליטה האט ער זיך אויפגעהאלטן אין די וועלט באקאנטע ישיבת נאווארדאקע אין פראנקרייך פון דעם בעל מוסר און בעל מסירת נפש צוריק צושטעלן אידישקייט ר' גרשון ליבמאן זצ"ל דארטן האבן זיך אויך אויפגעהאלטן אזאלכע גרויסע אידן ווי להבדיל בין חיים לחיים צוזאמן מיט ר' נתן יוסף מייזעלס שליט"א און נאך חסידישע בחורים וואס זענען אויסגעוואקסן אלס שפעטערע מנהיגי הדור.

ער האט אנגעהויבן זיין לאנגער רייכער קאריערע דעמאלטס זייענדיג א אינגער בחור'ל דורך דעקן די דעמאלטיגע שטורעמישע "ווישי רעגירונג פראצעסן" פאר די ברייטע גארער וועלט אויפדעקענדיג דאס אנטיסעמיטוזם וואס האט דארט געהערשט פאר עטליכע וועלטס צייטונגען אויפאיינמאל, און פאר די לאקאלע פרענטש פרעסע, דערנאך האט ער גארבייט פארן "ניו יארק העראלד טרינביון" ווי ער האט געדעקט טעגליך די שווערע דראמאטישע סצענעס פון יענע יארן וואס איז אדורך אויף די אידישע ניו יארק, (איין היסטארישע מעשה וואס ר' גרשון האט געהאט צו זיין רעזומעי איז געווען א פראנט פעיזש סטארי פונעם נ.י. פאויסט פון א שרייענדער רויטער קעפל "די בלאדי לעטטער" העכער א בילד וויאזוי א איד ליגט מאכטלאז אין קאלאזש בלוט, עס איז געווען א באליבטער אידישער קענדי סוחר פון די איסטסייד וואס האט זיך געשטאכן ל"ע ווען ער האט געכאפט זיין טאכטער זיך האלזן מיט א פאטריקאנער שגץ, און ער האט נישט געקענט איבערטראגן די צער, די פאליציי איז אנגעקומען אויפן פלאץ נישט וויסענדיג וואס גייט פאר, ווען בלוט האט זיך געגאסן פון זיין האלדז אבער רעדן האט ער שוין נישט געקענט האבן זיי גערופן ר' גרשון וויסענדיג אז דער ראפורטער מיטן חסידישען בארד קען אידיש, אינמיטען דער נאכט האט ער פאר זיי פארגעליינט וואס דער איד האט נאך עספייעט צו שרייבן אין אידיש: "פאר דעם האב איך איבערגעלעבט דער מלחמה צו דערלעבען מיין קינד זאל חתונה האבן מיט א גוי?? מיין גאנצער לעבן איז גארנישט ווערט!!" דער נעקסטער אינדערפרי איז דער דראמאטישע צעטעלע ערשינען אויף די שער בלעטער פון אלע פאוסט'ס און ר' גרשון'ס פעדער האט אנגעמאכט א מוראדיגער קידוש שם שמים וויזענדיג ווי דער פונקעלע איד פלאטערט נאך גאר שטארק אין אידישע הערצער נישט קיין חילוק ווי ווייט זיי האלטן, ישראל קדושים)

דערנאך אלס נייעס-רעדאקטאר פונעם טאג מארגן זשורנאל, און פארן איזראעלי טאבלויד ידיעות אחרנות איז ער געווען די שטימע און אויער פאר אלע עסקנים רבנים און אידישע פירער, זיינעדיג א פארברענטער חסידישער תמימות'דיגער איד וואס פרעגט נישט קיין קשיות פון זיין רבין האט ער געטריי אויסגעפירט די שליחות וואס גדולי ישאל האבן אויף אים ארויפגעלייגט, ווי דער סאטמערער רבי אין די ערשטע יארן פון "דער איד" אלס סאטמאר צייטונג האט זיך באנוצט מיט זיינע כשרונות, (דער רבי האט אים געזאגט דעמאלט אז זיין צייטונג מוז האבן דער "העד-ליין" וויפל בלעטער די בחורים האבן זיך פארהערט, און נישט וויפל נצחונות די ציונים האבן אפגעהאלטן קעגן די אראבער, האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז ער גייט נישט שרייבן קיין ליגענט, און דער רבי האט פון אים שטארק הנאה געהאט פון זין מדת האמת.) און דערנאך שפעטער איז ער געשטאנען בראש המחנה פונעם ליובאוויטשען עדה הקדושה צו פארדייטיקען די חיצים ובלסטראות וואס די אינשי בלי יעל האבן אנגעפירט קעגן דעם לויבאוויטשען רבי'ן מיט נאכאנאנדיג לייט ארטיקלען און זיין אייגענער צייטונג "אלגעמיינער זשורנאל" ווי ער האט אויך אפגעדרוקט וועכענטליך דעם דעת תורה פון ליובאוויטשער רבין לעיני כל העולם

ר' גרשון איז געווען גאר א געשמאקער זיסער אבער זייער שארפער אריינזאגער מיט א שניידעדיגען וויץ שטענדיג פאר יעדן אויפצולעבן און אויסגראדען, זיין קורצער רעטארישען שפראך האט נישט קיינאמל געהאט א פארגלייך צווישען זיינע קאלעגן פון "דער איד", ווי ר' חיים משה שטויבער הי"ו וואס שרייבט ווי א באבע, און ר' סענדער דייטש ע"ה זענען געווען זיינע בעסטע פריינט זענען זיי הפנים אויף די בלעטער געוועזן געמאכטע שונאים זיי האבן עדות געזאגט אז ער האט פארמאגט א זעלטען שפיזיגען פאלעמישער כוח מיט פשוטע שניידעדיגע פאנטש-ליין'ס אן קיין לאנגע דרשות און מאמרי חז"ל (ער איז נישט געווען קיין יודע ספר) האט ער אומשעדליך געמאכט די גרעסטע ארגומענטן, זייענדיג אן איש פשוט מאוד וואס האט נישט געהאט קיין צייט צו לערנען, פון אינגווייז אן האט ער זיך אפגעגעבן מיטן שרייבן, האט אים דער לויבאוויטשער רבי אנגעווינטשען אז אין זכות פון זיין מסירת נפש פאר אידישקייט וועט ער זוכה זיין צו בנים תלמידי חכמים גדולים בתורה, און אזוי איז טאקע געשען ווען ער האט איבערגעלאזט נאך זיך דריי גאר חשובע זינען, פון די גרעסטע חב"ד משפיעים וואס פארען כסדר ארום איבער די וועלט אופצוהייטערן נשמות אבודות לאבינו שבשמים, הרב ר' סיימאן בעל מחבר ספר "טואערדס עי מיניגפול לייף" על פי שיחות הרבי מליובאוויטש, ר' ברוך שליט"א (מגדולי המשיחסטים), וואס איז א חסידישער דיימאנד סוחר און האט געגרינדעט, שרייבט און רעדאגירט דער ענגלישער אפטיילונג פונעם "אלגעמיינער" און זיין בן זקונים הרב ר' יוסף יצחק שליט"א וואס איז באקאנט אומעטים מיט זיינע טיפע תניא שיעורים, (אסאך סאטמערע אידן האלטן דאס מיט אין בארא פארק אין היכל מנחם און אין מאנסי) וואס ר' יוסף יצחק וועט מסתם איבער נעמען די לייצעס פון דעם "אלגעמיינער זשורנאל" און דאס באנייען און פארשטערקערן פילפאכיג מער לויטן נייעם דור, אויך האט ער צוויי גאר פראמיניטע חשובע איידימער, איינע הרב העכט זון פון אגודת הרבנים שליח אין קאנטיקעט, און דער צווייטער קאנינסקי וואס דינט ברבנות אלס שליח און דאון-טאון מאנהעטען און פין דער איסט-סייד

עס וועט נאך אסאך טינט פארגאסן ווערן איבער דעם גרויסן אבידה וואס האט געקעמפט בראש המחנה פונעם אידישען חורבן און אויפשטייג פאר א תקופה פון איבער זעכציג רייכע יארן אידישע היסטאריע

זאליweaky » 31/5/2005 05:06

איך קען שוין קוים ווארטן אז זאב מיט נייטראל זאלן האבן נאך אזעלכע געלעגנהייטן צו באשרייבן די אלע מענטשן פון דעם סוג...

אינאיינוועג'ס וועט שוין זאב כאטש זען די סאטמארער FUME'ן...

עפל4סדר » 31/5/2005 06:54

אין סאטמאר האט מען אים געריפן דער (א---ל)געמיינער

geferlich » 31/5/2005 07:44

נישט אים! נאר זיין צייטונג..

פון אים האט מען ניטאמאל גערעדט...

geferlich » 31/5/2005 07:45

זאלי

איך קען שוין אויך קוים ווארטן...
אשאד אז די שרייבערס פון בלאט זענען נאך יונג...
תוקן על ידי - geferlich - 31/05/2005 7:47:55

תוקן על ידי - geferlich - 31/05/2005 7:50:09

זאב58 » 31/5/2005 08:49

זאלי.
די ווארטסט אז זיי זאלען חלילה שטארבען. איך בין באמת נתפעל פון דיין פיינקייט, ווי האסטו דאס געלערענט, ווער זיינען דיינע עלטערען דיינע זיידעס ? מסתם זייערע חשובע תלמידי חכמים.

breslever » 31/5/2005 23:23

ער איז געווען א גרוזינער פון גרוזיא Georgia

ליובאוויטש האט מקרב געווען דארטען אידן און זיי האבן געהאט א ישיבה דארטען

ליטואק » 2/6/2005 09:07



--------------------------------------------------------------------------------

June 2, 2005
Gershon Jacobson, 70, Founder and Editor of Yiddish Journal, Is Dead
By MARGALIT FOX
Gershon Jacobson, the founder, editor and publisher of Der Algemeiner Journal, one of the largest Yiddish-language weekly newspapers in North America, died on Sunday at NYU Downtown Hospital in Manhattan. He was 70 and lived in Brooklyn.

The cause was complications of diabetes, his son Simon said.

A former reporter for The New York Herald-Tribune, Mr. Jacobson founded Der Algemeiner Journal in 1972, publishing it for years from an office on the Lower East Side before moving it to his home last year. The paper, printed in Yiddish with a four-page English supplement, has a circulation of 18,000. Simon Jacobson said yesterday that his family plans to continue publishing the paper.

Although Der Algemeiner Journal is widely read by Hasidic Jews, for whom Yiddish is the language of everyday affairs, Gershon Jacobson himself defied easy categorization. Describing himself as an observant Jew, he lived near the Lubavitcher community in Crown Heights, but was not formally affiliated with any Hasidic sect. His paper, at times a lightning rod in the Orthodox Jewish world, reported freely on tensions between rival Hasidic sects, notably the Lubavitch and the Satmar.

Mr. Jacobson was born Boris Yacobashvili in Moscow on May 30, 1934, to a scholarly Lubavitcher family. His father was exiled to a Siberian prison camp during the Stalinist regime but escaped after World War II. The family fled the Soviet Union, eventually settling in Paris, where Gershon began his journalism career, and later in Toronto.

Mr. Jacobson received an undergraduate degree from the University of Toronto and a graduate degree from the Columbia University Graduate School of Journalism. He worked on The Herald-Tribune from the late 1950's until it ceased publication in 1966 and was later city editor for Der Tog-Morgen Journal, a Yiddish-language daily. After Der Tog closed in late 1971, he founded Der Algemeiner Journal.

Mr. Jacobson is survived by his wife, the former Sylvia Lipskier; three sons, all rabbis: Simon, Boruch and Yosef Y., all of Brooklyn; two daughters: Freida Hecht of Norwalk, Conn., and Chana Krasnianski of Manhattan; two brothers, Betzalel and Sholom, both of Brooklyn; 31 grandchildren; and one great-grandchild.



Copyright 2005 The New York Times Company Home Privacy Policy Search Corrections RSS Help Contact Us Back to Top


תוקן על ידי - אינהכינמי - 02/06/2005 20:15:20

yossiw » 3/6/2005 02:38

אפעס אז די שרייבער סאיז די זעלבע ווארטער פוןnatrul


http://www.col.org.il/show_news.asp?12019




ונה]





תוקן על ידי - yossiw - 03/06/2005 2:55:22
[בילד – נישט אפגעהיט]

natrul » 6/6/2005 02:16


דאס לעבן פון אלגעמיינער זשורנאל

נאך אלעמען איז ר' גרשון יעקאבסאן ז"ל געווען דער איינציגסטער פרומער איד וואס זאל עפענען א יידישער צייטונג נישט פאר די אינטערעסן פון יענע פארטיי אדער חסידות, נאר בלויז פארן איין איינציגען ציל צו דערציילן און פארשפרייטן די מעלות פון יידישע קינדער און צו דערהייבן דעם נאמען פון באשעפער אויף די וועלט על כל יושבי תבל

לאמיר זעהן וועלכע אנדערע אידישע צייטונגען פארמאגן אונזער ניוז סטענדס: "דער איד" האט זיך געגרינדעט פאר מלחמה האלטן מיט ציונים. "דער בלאט" פאר די אהרונים. "די צייטונג נייעס באריכט" צו קאמפיינען פאר די לינקע ליבעראלע דעמאקראטן רח"ל. "דער פארווערטס" צו דינען די אסימילירטע ארבייטער רינג פאראיין וואס האט איינגעגלידערט די פרייע אידישע אימיגראנטען. דער אלגעמיינער זשורנאל שטארט ארויס אלס איינציגע אידישע צייטונג וואס מקען נישט זאגן ער זאל האבן געדינט עפעס א שמאלער מאטריאלער ציל, אלזא איז דאך נישט מער ווי רעכט מיר זאלן זיך אפשטעלן און פארשען וואס האט געטריבן א איד מיט אזא אומגעהוירע לויטערע אויסגאבע, נישט קיין געלט, נישט קיין כבוד, און נישט קיין לעבן, וואס יא

Anecdotes About My Father
By Boruch Jacobson

When I worked in the newspaper I once gave an article to my father to edit. He called me into his office and explained to me that when I write I should try not to preach. Instead of writing you "must" do this or you "need" to do that, say you "should." People will accept a gentle suggestion much faster then if you preach ("predick" in Yiddish).

* * *
One day after the publication of the newspaper, Dr. Manfred Lehmann of blessed memory called to complain about a few mistakes that crept into his article. As a new editor with little experience in how to deal with disgruntled writers who threaten never to write again, I went to my father for help. "be humorous," my father said. Tell him "az a shreiber shtarbt foon drook feleren neet foon hartz feleren!" A writer dies from publication problems and not from heart problems!
***
One night at about 2 am I heard my father typing away on his typewriter down in the basement. This was not so uncommon, since I was a child I was accustomed to seeing my father typing at every hour of the day or night. But when my father finished, I heard him dialing the phone and reading his editorial. I was very curious, whoever else works in the middle of the night, besides my father?

I waited until my father hung up the phone and eagerly asked whom he had just called so late at night?
My father smiled and explained that he just finished reading his column to his artist Zalman Kleiman who would sketch a cartoon to illustrate my father's opinion in a humorous or thought provoking way.
* * *
Every few months my father would receive a special phone call, sometimes late at night. The secretary of the Lubavitcher Rebbe, Rabbi Chaim Mordechai Isaac Hodakov a"h, would tell my father that the Rebbe asked me if it would be possible for you to reserve space in the newspaper for a letter that the Rebbe would be writing addressed to all of world Jewry.
When the letter would arrive my father would joyously read it and reread the letter and then he would create an exciting headline to honor the Rebbe's message. It was these opportunities that were my father's greatest joy, the entire newspaper and all its challenges were all a stepping stone for the Rebbe's letter, he often told me.
* * *
I once asked my father why he leaves the main headline on the front page of the newspaper blank until the last moment before going to press?
My father showed me a big smile and said: I always hope that I would have the "scoop" of all generations and report that Moshiach has arrived!
* * *
In 1976 my family went on vacation to Miami. Just then my father's newspaper was burned down by a group of hoodlems who were not happy with one of my father's articles. My father's response was to give out an even nicer newspaper with pictures of the damage and then he wrote that there is an "old folk's tale" that "noch a fire vert men reich!" after a fire you become rich!
The Rebbe's secretary Rabbi Chadakov called my father and told him that the Rebbe wants to see him. My father immediately took the next flight back to New York.
When my father came into the Rebbe's room the Rebbe told my father that I've read what you wrote that there's an "old folks tale" that after a fire you get rich. So I want you to know that it's not an old folks tale it is "m'pee kedoshei elyon" in the name of the Baal Shem Tov and it is printed in Derech Mitzvosecha.
If it's not much of a bother I would ask you to print a correction and may the blessing be fulfilled in every sense of the term "rich."
* * *
When my father would talk about money and real estate and the ambition that some people have to acquire a lot of money and a lot of possessions, he would always say that his richness is his family his children and grandchildren. In life, he would say there is nothing more valuable than your family.
* * *
When my father talked about his parents it was always with a lot of emotion he would often say my parents didn't have the opportunity to see me or my brothers get married nor did they see any of their grandchildren and great grandchildren. I have been blessed to marry off all of my children to beautiful loving people and on top of that I was privileged to see grandchildren from all my kids. I know that my parents are proud from on high.
* * *
When my father would peel us (the kids) an orange he would always ask: "Tzoonemen?" should I take apart the pieces of orange.
* * *
My father wouldn't cry often but when he did it would shower. One of those times was by Kol Nidrei and another time was by Maftir Yonah at Mincha of Yom Kippur. Year after year I would watch as my father would listen to the Rebbe read the Haftorah about Yonah and how he tries to run away from His responsibility that G-d had placed upon him.

Finally, one year I built up the guts and asked my father why do you cry so hard by Maftir Yonah? My father waited a moment and then answered: The Rebbe is the Yonah of our generation but he never tries to run away from his responsibilities to lead and inspire a world that is dark and rebellious.

Later when I grew up and stood closer to the Rebbe as he said the Maftir about Yonah, a familiar cry was heard but this time it was the Rebbe crying.
* * *
In a private audience that my father had with the Rebbe, the Rebbe said among other things, that in America there are three months missing. Cheshvan: There is no "cheshbon," accountability. Teves: nobody does anybody "teives," favors. Iyar: There is no "eer" a respectful expression that replaces "you" when we address an elderly person, a rabbi and the like.
* * *
One late evening we finished working about 12 am, we left the building of 404 Park Avenue South and descended into the subway. Frankly, I was scared and when we got onto the train I said to my father you are not scared? There is nobody on this train... My father said we "are" on this train and there is nothing to fear but Hashem.
* * *
One late Wednesday afternoon in the middle of the hoo-ha of making the paper, the type-setters were busy setting the lead. The artists were busy pasting the pages, the advertising department was busy placing their last orders before the final deadline, the proofreaders were busy checking the copy, in short, the place was like a birthing delivery room. Suddenly in the midst of all the commotion, my father takes my hand and says come with me. Where are we going? I asked, you will soon see, he said. We went downstairs and strolled down the street, nice and slow for a block or two until we reached a shoemaker, we both sat down and got our shoes shined. I was very surprised but very relaxed.

On our way back to the office my father told me that this is how to relax when we find ourselves in the eye of the storm.
* * *
My father was once delayed in the airport for about six hours. While everybody was upset, angry, anxious and running wild, my father sat calmly and read his newspapers, clipping pertinent items that he would need for his work. When he finished all the material in his bag. He pulled out an envelope with manus and began to edit them without even noticing that the hours were running by.
* * *
May my father's efforts over the years to inspire the world against all odds bring his soul peace and harmony, and may he be a representative for all of us to beseech that G-d should bring all of klal Yisroel all blessings and especially my father's dream to have the scoop that Moshiach is Here

Baachi » 6/6/2005 08:02

זאלי
גיפרעליך

"איך קען שוין קוים ווארטן אז זאב מיט נייטראל זאלן האבן נאך אזעלכע געלעגנהייטן צו באשרייבן די אלע מענטשן פון דעם סוג...

זאליweaky


איך קען שוין אויך קוים ווארטן...
אשאד אז די שרייבערס פון בלאט זענען נאך יונג...
geferlich"

דאס זענען אייערע לשונות?

שעלטן יידען זאלען שטארבן?
ווייל זיי האלטן אנדערש פון אייך
מעשה (תלמידיו של) בלעם הרשע

איך טענה יעצט איין מיט א קראנקן אין שפיטאהל ער זאל נישט מורא האבן צועסען פון סאטמער ביקור חולים. איך פראווו איהם צו פארקויפן אז בעצם האבן זיי ליעב יידן.

איך האף ער ליינט נישט אייערע "קלוגע" תגובות

geferlich » 6/6/2005 08:23

ווי עס שיינט, דאס מאל רעדסטו זייער ערענסט

גלייב מיר באטשי מיין'ער

צוויי זאכן

1, א רעדאקטאר איין כופר בעיקר איין מחרחר ריב ברויך מען יורד לחייו זיין.

2, איך בין מסכים אים צו געבן עסן, אבער אין שפיטאל.

און מערק ווי דאס מאל ביסטו פארקראכן פון אשכול

השנאה מקלקלת את השורה

YOU STILL OWE ME A FEW REPLIES!





תוקן על ידי - geferlich - 06/06/2005 8:51:03

אייןסאטמאר » 6/6/2005 18:43

דער אלגעמיינער איז געגרינדעט געווארן צי דינען די לבאוויטשער אינטערעסן, פינקט ווי דער איד/בלאט פאר סאטמערע אינסערעסן, דער זון אליין שרייבט אזוי,
the entire newspaper and all its challenges were all a stepping stone for the Rebbe's letter, he often told me, פרוביר נישט פאררקויפן אז עס איז געווען לש"ש.

אוודאי טאר מען נישט שעלטן א איד, אבער איך מעג זאגן אז ר' גרשון ע"ה און זיין צייטונג האבן יארן לאנג מבזה געווען מיט די מיאוסע ארטיקלך די גרעסטע גדולי ישראל וואס זענן נישט געגאנגען אין זייער שפאן, ותהא מיתתו כפרתו.

Baachi » 6/6/2005 20:42

גיפערליך

I DONT OWE YOU A THING

איך שרייב פאר יידען וואס האבן חילוקי דעות, כמנהג גוברין יהודאין, ירושלין איז געוועהן רבתי עם, זאגן חז"ל רבתי בדעות!

נישט פאר איינעם וואס איז גרייט צו ממית'ן גאנץ כלל ישראל, אבי זיין רבי/איאטולה/פויפסט/גורו/פיהרער זאל בלייבן גערעכט

איעצך דו זאלסט דיר זוכען א צווייט פאלק, דאס יידישע םאלק איז צו פארדרארבן פאר דיין "גיפערליכן גישמאק"
שרייב מיר ווען דו וועסט טרעפן א בעסערס.

קענסט אויף מיט נעמען דיין חבר פון ששיבת בלעם הרשע זרליWAKY

אויב און ווען דו וועסט זיך אויסטשוכען פון דיינע טפשותדיגע ווערטער, (תשובה העלפט נישט אויף טפשות) וועל איך דיר ענפערן.

אייןסאטמאר

איך בין נישט קיין ספעציאליסט אויף גרשון דשעקאבסאן ע"ה, אבער איך גלייב נישט אז ער האט עמעצן מבזה געוועהן.

ער האט געארבעט פאר ליובאוויטשער אינטערסן, וואס ביי איהם איז דאס נאטירליך געוועהן לשם שמים, ער האט זיך אין די זעלבע ראמען אנגענומען אין פארטיידיגט ליובאוויטש קעגען אטאקעס (פון סאטמער און ליטוואקעס) אבער וויפיל איך האב געליינט פון איהם האט ער קיינמאהל נישט אנגעגריפן קיינעם פאר גיין אין אנדערן וועג ווי ער.

מיש נישט אויס פארטיידיגן מי אנגרייפן

SELF DEFENSE WITH AGRESSIVE ATACK

אדרבה איך בין נייגעריג
דו קענסט דאס באשטעטיגן מיט פאקטן?



תוקן על ידי - baachi - 06/06/2005 20:51:49

geferlich » 6/6/2005 21:12

ניין באטשי

איך גלייך זייער אידישע קינדער, איך פערזענליך גלייך און איך טוה טובות ווי אימער, קיין הינטערשיד וועלכע קרייז שפראך אין קאליר,

נאר וואזשע דען איינער וואס איז א משכיל א מחרחר ריב ברויך מען דורס זיין, כענין נעשה גל של עצמות.

לגבי מיין חסידות\רבי'ן, פארטיידיג איך, כדרך שאתה עושה, איך האב נאך נישט געשאלטן איין ערליכן איד.

בנוגע דעם אלגעמיינעם, איך האב דאס קיינמאל אין די האנט נישט געמומען אבער לידעתי איז דאס געווען באגלייט מיט בוז שחץ וזלזול וקלון, עס איז כדאי צו הערן פון איינעם וואס האט דאס רעגלמעסיג געלעזען..

איך וואונטש דיר אהן אלדאס גוטס.

אייןסאטמאר » 6/6/2005 21:16

צו שרייבן אויף סיגעטער (דעמאלס) רב "מאכיל חמץ בפסח" בלויז ווייל ער און נאך רבנים האבן געשריבן אז ענטעבי איז נישט געווען נסים, בניגוד לדעת רבו, הייסט זיך פארטיידיגט?

דאס וואס איך געדענק יעצט, אבער איך גערענק אלס קינד/בחור ווען זיי האבן זיך געקריגט מיט סאטמאר, האבן זיי יעדע וואך געגאסן פעך און שוועבעל קעגן די רבנים, רבי'ס וואס האבן געוואגט צו זאגן אנדערש פון זיין רבי'ן.

אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס ווען גרשון שרייבט אין די אינטערעסן פון זיין פארטיי (ליבאוויטש) איז עס לש"ש, און ווען ר' סענדער דייטש האט געשריבן אין די אינטערעסן פון זיין פארטיי (סאטמאר) איז עס נישט?. ילמדנו רבינו

Baachi » 6/6/2005 21:22

איך האב אמאהל גילערנט אין א חדר וואס איך וויל נישט דעמאנען דעם נאמען משום לישנא בישא, זאל עס בלייבן דער ווייל בסוד.

פלעגט מען זאגן אזוי

דער רבי איז דאך מלא אהבת ישראל דאס הארץ טריפט פאר יעדען ייד, מעהר ווי דר רברי חיים אליין

מטאהר נישט חלילה רעדן אויף קיין שום ייד
מרעדט נישט חלילה רעדן אויף קיין שום רבין
מרעדט נישט חלילה אויף קיין שום ת"ח

אלא מאי?

קודם מאכט מען אויס ייד/רבי/ת"ח

אין דערנאך דמו הפקר, ומצווה לקרעו כגד ביום הכיפורים שחל להיות בשבת.

די צרה איז נאר אז אין דעם אלא מאי?
איז אריין .99.9% פראצענט פון כלל ישראל.

איך מיין אז דו האסט אויך גילערנט אין די ישיבה


תוקן על ידי - baachi - 06/06/2005 21:25:19

verbeenich » 6/6/2005 21:54

ר' באטשי,
די ק. חסידים וועם דו האסט יעצט אזוי ליעב זענען נישט בעסער פון דע פון ווי די ביזט אנטלאפען.
זיי האבען פיינט אנדערע 99% פונעם כלל ישראל ובתוכם צווישן זיך אליין.
די זעלבע מיט די וו. חסידים
די זעלבע מיט די ב. חסידים
די זעלבע מיט די ל. חסידים

Baachi » 6/6/2005 22:22

יך רעד נישט פון אנשים פשוטים אין עמי הארץ
איך רעד פון די אפיציעלע ליניע.

geferlich » 7/6/2005 02:40

ווערביןאיך

ער האט טאקע גערעדט פון די קלזנברג'ע חסידים!

מערק ווי ער דערמאנט דעם דברי חיים, דאס איז נישט אין סאטמער, נאר צאנז-קלוזנבורג, ודו"ק.




geferlich » 7/6/2005 04:12

דאס אז דו ביסט געגאנגען אין יענע ישיבה דארפסטו נישט אויפברענגען, דאס איז ניכר בכוס בכיס ובכעס,

דו צרה איז דו ביסט דאס מקיים במלא מובנה!

אהן קיין הרגשים.

אויב ווילסטו נישט באשטעטיגן דאס, זאג איך דיר דאס:

מיר ליידן ביידע אויף די זעלבע קרענק, דו אויף שופרשופר און איך אויף דיר

בתוך שאר חולי ישרא'

getme » 7/6/2005 05:39

באטשי,במחילות כבודך

איין סאטמער, האט דיר זייער גיט געפרעגט!!

אז די האסט נישט וואס צי ענטפערן קענסטע.אדער מודה זיין אז ער איז גערעכט,
אדער העכסטענס שטיל בליייבן,

סתם פארדרייען די שמיס,דאס וואס די האסט געטיען, פאסט פאר קינדער וואס לערנענן נאך יעצט אין חדר
--------

דאס איז וואס איין סאטמער האט געפרעגט

צו שרייבן אויף סיגעטער (דעמאלס) רב "מאכיל חמץ בפסח" בלויז ווייל ער און נאך רבנים האבן געשריבן אז ענטעבי איז נישט געווען נסים, בניגוד לדעת רבו, הייסט זיך פארטיידיגט? דאס וואס איך געדענק יעצט, אבער איך גערענק אלס קינד/בחור ווען זיי האבן זיך געקריגט מיט סאטמאר, האבן זיי יעדע וואך געגאסן פעך און שוועבעל קעגן די רבנים, רבי'ס וואס האבן געוואגט צו זאגן אנדערש פון זיין רבי'ן. אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס ווען גרשון שרייבט אין די אינטערעסן פון זיין פארטיי (ליבאוויטש) איז עס לש"ש, און ווען ר' סענדער דייטש האט געשריבן אין די אינטערעסן פון זיין פארטיי (סאטמאר) איז עס נישט?. ילמדנו רבינו

אין דאס איז וואס באטשי ענטפערט

פלעגט מען זאגן אזוי דער רבי איז דאך מלא אהבת ישראל דאס הארץ טריפט פאר יעדען ייד, מעהר ווי דר רברי חיים אליין מטאהר נישט חלילה רעדן אויף קיין שום ייד
מרעדט נישט חלילה רעדן אויף קיין שום רבין מרעדט נישט חלילה אויף קיין שום ת"ח אלא מאי? קודם מאכט מען אויס ייד/רבי/ת"ח אין דערנאך דמו הפקר, ומצווה לקרעו כגד ביום הכיפורים שחל להיות בשבת. די צרה איז נאר אז אין דעם אלא מאי? איז אריין .99.9% פראצענט פון כלל ישראל. איך מיין אז דו האסט אויך גילערנט אין די ישיבה


זעט אויס אז די קשיא האט נישט קיין תירוץ אז מען מיז פארדרייען די שמיעס





תוקן על ידי - getme - 07/06/2005 5:53:20

Baachi » 7/6/2005 08:14

getme
איין סאטמאר

איהר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגן.
מיין תגובה איז נישט געוועהן אויף, אייןסאטמאר'ס שאלה

קוק אויף די זמנים,

מיין תגובה איז געוועהן אויף די "געפערליכע" פערל ווערטער

איך גלייך זייער אידישע קינדער, איך פערזענליך גלייך און איך טוה טובות ווי אימער, קיין הינטערשיד וועלכע קרייז שפראך אין קאליר,

נאר וואזשע דען איינער וואס איז א משכיל א מחרחר ריב ברויך מען דורס זיין, כענין נעשה גל של עצמות.

לגבי מיין חסידות\רבי'ן, פארטיידיג איך, כדרך שאתה עושה, איך האב נאך נישט געשאלטן איין ערליכן איד.ן


אויף דעהם איז געוועהן מיין תגובה אז קודם מאכט מען אים אויס איד.

יעצט אויף וואס דו האסט געשריבן וועגן סיגעטער בזמנו.

לפי ידיעתי זיינען די רייד אויפ'ן סיגעטער נישט געוועהן פאר זאגן אז סזענען נישט געוועהן נסים, אזוי ענדיגט זיך נישט קיין דרשה אין סאטמאר

די דרשה האט זיך גענדיגט לפי מיטב המסורת אז ווער סזאגט אז די ציונים האב געמאכט נסים איז ..... FILL IN THE REST

ור' הלל וו"ב בדבר העירוב יוכיח

אויף דעהם האט גרשון ע"ה גענטפערט, אין SELF DEFENSE.

אדרבה טאמער קענסטו מיר אויפווייזען אז ער האט אנגעגריפן איינעם נאר צוליעב זיינע מיינונגס פארשידענהייטן, און נישט ווייל ער האט בארעדט ליובאוויטש, וועל איך דיר מודה זיין ברבים אז ער איז נישט בעסער פון סענדער דייטש.

ואסיים בדברי אחד מחכמי הפארום

אז די האסט נישט וואס צי ענטפערן קענסטע.אדער מודה זיין אז ער איז גערעכט,
אדער העכסטענס שטיל בליייבן,
עכ"ל




תוקן על ידי - baachi - 07/06/2005 8:19:05

עפשטיין » 7/6/2005 14:38

די וואס האבען געכאפט מכות אין קראון הייטס זענען נישט געווען קיין סאטמארער חסידים, נאר משיחיסטן/אנטי משיחסטן.

עס איז נישט שביעה של פסח נאר בי די בחינה פון יורה דעה- הנחת אבן הפינה פון שליט"א FILL IN THE REST.

זאליweaky » 7/6/2005 15:16

באטשי:

דו גלייכסט געווענליך צו ארונטער רייסן יעדן וואס גייט נישט מיט דיר אין שפאן, אז ער איז ONE TRACK MINDED.

איך גלייך כסדר זיך צו איבערצייגן, אז דו ביזט נישט...

ווען א געוויסער איד אין א געוויסן קרייז האט מיאוס ארונטערגעריסן א רבן של ישראל, וואס איז געווען א שיינע פאר יאר עלטער פון אים, און געקענט אביסל מער לערנען פון אים, פאר דעם גרויסן "חטא" פון זאגן אז "נשתכחה דרך הבעל שם טוב".

איז דאס געווען SELF DEFENSE ???

און די וועלכע האבן פון דאן אן זיך אנגענומען פארן כבוד פון זייער רבי'ן, זענען גאר געווען די אטאקירער ???

YOU STILL NEED A LESSON IN HISTORY...

geferlich » 7/6/2005 17:33

זאלי

לאז דעס איבער פאר דעם בעלזען אשכול..

און זעה דארטן דעם באטשי'ס "צווייזייטיגע" תגובה אויפן 2טן דף. איין שטיק ארסיות.

ער וועט אייביג בלייבן גערעכט ווייל יוסי718 אדער זשיד וועלן אים דערלאנגען אפאר און ער וועט זיך קלאפן זיין שארף בייכל מיטן בעלבעתישן קאקאש קעיק..

זאב58 » 7/6/2005 17:54

זאלי
איך זעה אז די ווייסט נישט קיין היסטאריע.
יענער יונגער רבי האט נישט אטאקירט דעם אלטען רבי'ן פאר זאגען נשתכחה דרך הבעש"ט.
די האסט דאך ליעב פאקטען... יא
דער פאקט איז אז די מדינה האט דעמאלט אנגעהויבען צו טיילען געלט און דעם אלטן רבין'ס נעפיו איז געפארען קיין א"י לייגען פרעשער אז דער יונגער רבי זאל נישט נעמעמן קיין געלט (נאר זיי וועלען עם געבען פון קרן הצלה געלט !!!) ער האט נישט מסכים געווען האבען זיי ארויס געגעבען אן איסור אויף זיינע מוסדות און א סאך נייטראלע מענטשען האבן ארויס גענומען די קינדער, און נאך רדיפות וואס מען האט עם געמאכט.
יא בעט אז ער האט געטוען אין סעלף דיפענס.

זאליweaky » 8/6/2005 01:27

אזא געזונטער היסטאריקער.

נשתכחה תורת הבעש"ט איז געווען אין יאר תשי"ט.

קרן הצלה און נעמען געלט איז געווען תשל"ח.

ואידך פירושא זיל גמור...

זאב58 » 8/6/2005 03:39

טענו בחוטין והודה לו ב......

איך שרייב דאך אז די מחלוקה איז "נישט" געווען אויף נשתכח דרך הבעש"ט לייען נאכאמאל:

"יענער יונגער רבי האט נישט אטאקירט דעם אלטען רבי'ן פאר זאגען נשתכחה דרך הבעש"ט"

און עס האט זיך טאקע אנגעפאנגען בערך תשל"ח וועגען נעמען געלט און עס איז געווען אין SELF DEFENSE





תוקן על ידי - זאב58 - 08/06/2005 4:01:54

natrul » 8/6/2005 03:53

bacchi, after all with all the attacks from the satmera writers, you are[;-)a