היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וויטאמינען וגרורותיה

וויטאמינען וגרורותיה

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1399398

ליכטיג » 30/5/2005 00:38

עס איז דא מענטשען וואס לעבן אויף ווייטעמינ'ס, אנדערע האלטען אז עס איז סתם א חלום, און עס העלפט גארנישט.

עס איז געווען א וויכוח וועגען דעם דאנערשטיג אין דער ארבעט, איך בין נייגעריג וואס איז די עקספיריענס פון די גולשים דא.

מענדלדרעי » 30/5/2005 07:43

עס איז דא וויכטיגע ווייטעמינס וואס יעדער קערפער דארף.

דאס האט גארנישט מיט דמיונות וואס די בלאפער'ס פארקויפען פאר מענטשען וואס זענען אויף צרות וד"ל.

geferlich » 30/5/2005 08:24

בעצם זענען וויטאמינס א גוטע זאך, ס'יז אבער ראטזאם נישט צו נעמען אויף די אייגענע פארשטאנד. און אויך נאר די פארטיקיולער ווייטאמין וואס פעלט אויס פארן קערפער.

אין אסך פעלער איז דא אז די וויטאמינס ווערן נישט גוט פארדייט אין די דייזשעסטיוו סיסטעם, פאר סיי וועלכע סיבה, און דאס איז גורם אז אפילו מ'נעמט וויטאמינען איז עס אבער גערנישט ווערט. דעריבער זאל מען קודם רעדן מיט אן עקספערט דייאגנאזן דעם סיסטעם דערנאך קען מען נעמען נאר די וואס פעלן אויס פארן קערפער.

מולטי ווייטאמינס זענען לויט מיין עקספערטיז, נאר געמאכט פאר גענצליך געזונטע מענטשן צו מעינטענען א העלטהי סיסטעם בע"ה, און אויך נאר אזא וואס פארדייט זיך גרינג.

Baachi » 30/5/2005 08:48

איין ערליכער איד איז אמאהל ארויף געקומען אויף יענעם עולם כדרך כל הארץ, און באקומען זיין מקום כבוד אין גן עדן.

לשנה הבאה איז די מיסיס אויך אנגעקומען אהין, און געבעטן ביים גבאי פון בי"ד של מעלה אז זי וויל טרעפן איהר מאן,

יענער האט פארשטייט זיך נאגעקוקט אויפן קאמפיוטער און איהם געטראפן, מען האט געשיקט א מלאכ'ל צו ווייזען דעם וועג.

דער מאן האט זיך מיט איהר דערזעהן, א שמחה וששון, און איהר געפירט ארום ווייזן זיין נייע דירה דארט.

זי איז אזוי נתפעל געווארן פון די גרויסע ליכטיגע צימערן

"סאיז דאך אסאך שענער אין בעסער ווי מהאמיר געהאט דארט אונטן"

" איך ווייס איך ווייס, און ווען נישט דיינע נארישע איינגערעדטע ווייטעמינען, וואלטן מיר שוין געוועהן דא צעהן יאהר צוריק"

שמעתי מפי עד שמועה

man10952 » 30/5/2005 20:14

עס איז א איינרעדניש

קרינסקי » 30/5/2005 21:31

מען דארף זייער אכטונג געבן פון מענטשען וואס באמוטשען קראנקע אידן אז זיי זאלען נישט גיין אויף טריטמענט'ס ווייל נעטשרול וועט זיי בעסער העלפען.

די חברה כאפען אריין אידען וואס זענען אין א עת צרה, אין האבען אידיש בלוט אויף זייער הענט