היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מיר קאמפיינען נאך נישט

מיר קאמפיינען נאך נישט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1398907

נעטראל » 29/5/2005 18:19

היות עס זענען דא אפאר יחידים וואס זיי האלטען זיך נישט צו די פארשריפטן פון אונזער ווילידזש, און זיי קאמפיינען

ווילן מיר נאכאמאל מודעה זיין אז וועלן זיך האלטן צו דעם אז מיר קאמפיינען נישט כדי צו פארזיכערן דאס וואוילזיין פון די איינוואוינערס
ביטע ליינט נישט דעם בולעטין נאר דעם זשורנאל
געדענקט מיר קאמפיינען ניט קוקט נישט אויף די אלע קאלירטע צעטלעך וואס הענגט און דו בתי מדרשים ווייל מיר קאמפיינען נישט

פאטאקי » 29/5/2005 18:26

נעטראל
וואס פארשטייסטו נישט פארוואס זיי קאמפינען לויט ווי מזעהט האט זיי די מעיאר יעקב יואל באנדאס בריוו ארויס גענומען פון די כלים עד כדי כך אז סעגעדין האט געשריגען שבת איןבית המדרש אז איך וועל זיי וויזען אז מוועט אזוי פילען די בתי מדרשים מיט פאסטערס אז אלע זייערע צעטלעך און בריווען וועט פארגעסען ווערן

קריתיואלער » 29/5/2005 18:54

האסט א גרויסער טעות נעטראל/פאטאקי, מען האט ערשט היינט זונטאג אנגעפאנגען דעם קאמפיין פאר ווידערערוויילונג, אבער מען קאמפיינט אידישליך, רואיג, שטיל און סאליד, ווי עס פאסט פאר אידן און פאר נארמאלע מענטשן.

עס איז די ערשטע מאל אין די היסטאריע פון אמעריקאנער קאמפיינס וואס מען פאנגט אן א קאמפיין נאר דריי טעג פאר די וואלן, און דער קאמפיין איז מוראדיג באגרעניצט, אן קיין שום ראליס אדער מעילינגס.

עס איז א נחת צו קוקן וויאזוי די אלייענס היץ קעפ גייען ממש אויס פאר כעס, וויאזוי עס איז שטיל און רואיג און שטעטל.

זיי ווילן אזוי שטארק אז מען זאל זיי ענטפערן, כדי אז מיילעך מנובל שטערן זאל קענען שרייען אז די ווילידזש פירערס האבן אנגעפאנגען דעם גויאישן קאמפיין, און אויך כדי אז זיי זאלן קענען דערקלערן פאר זייערע קעלבערלעך אז די סיבה פארוואס די ווילידזש קאמפיינט שמוציג, איז ווייל מען האט מורא פון זייער "כח" (וואס "נאר דער אויבערשטער קען אונטערברענגען", עפ"ל)

אבער שטעלטס ענק אויפ'ן קאפ, עטס זענטס נישט קיין נאמבער, עס איז א שאד יעדע פעני וואס מען גיט אויס זיך וויסנדיג צו מאכן פון א קליינע גרופע לוזערס. אנשטאט קען מען נוצן די געלט אנצופילן די טאשן פון יעדן אהרוני וואטער. די איינציגסטע צעטלעך וואס הענגען אין בית המדרש זענען צו רופן דעם עולם צו גיין וואוטן. עס איז נישטא קיין שום נעגאטיווע צעטלעך.

אפילו ביי די דזשענעראל עלעקשאנס קאמפיינט מען אין קרית יואל אפאר וואכן פאר די וואלן.

ביי די יעצטיגע ווילידזש וואלן ציט זיך דער קאמפיין דריי גאנצע טעג,

און נאכדעם קומט א געשמאקער געווינס.

אַהההההההההההההההההההההההה מחי'

קריתיואלער » 29/5/2005 19:01

דער לוזער משה לייב דייטש דרייט זיך ארום שרעקליך אנגעזעצט און פארשעמט.

ער האט זיך געהאט געשוואוירן אין עיר הצדק, אז די לעצטע צוויי וואכן גייט די ווילידזש דורכפירן א ווילדן און שמוציגן קאמפיין, מיט אטאקעס אז ס'וועט גיין א רויעך, און יעדן טאג וועלן קומען פרישע צעטלעך אויף די פאסט, און פרישע צעטלעך וועלן הענגען אין די בתי מדרשים.

דער לוזער דייטש האט זיך געשוואוירן אז דער קאמפיין גייט קאסטן 650,000 דאלאר, און ער האט שוין אפילו געמאכט א חשבון וויפיל 650,000 דאלאר קומט אויס, פער יעדער איינוואוינער.

דערווייל האט מען נאכנישט אויסגעגעבן קיין גאנצע 5,000 דאלאר פאר דעם קאמפיין

דייטש, יו אר די דזשאוק אף די טאון
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 29/5/2005 21:27

הונדערטער בחורים... לאזער וואס ער איז.

ביי די פאריגע וואלען זענען פין די ישיבה געקומען וואטען ארום 100 בחורים.

קרית_יואל » 29/5/2005 21:40

פארוואס ברענגסטו נישט דעם שטיקל וואו ער מאכט א חשבון אז לויט די פריערדיגע וואלן האט דאס רבנות פון ק"י פארלוירן די וואלן?...

קרית_יואל » 29/5/2005 23:20

דא איז דער שטיקל וואו ער מאכט דעם חשבון וויאזוי דאס רבנות אין ק"י האט פארלוירן.

[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 29/5/2005 23:21

המשך

[בילד – נישט אפגעהיט]

זאליweaky » 30/5/2005 02:34

עס וואלט זיך געלאזט גלייבן, אז אלע זיינע ציפערן האבן די אייניגע נאנטשאפט מיט די גערעכטיגקייט...

קרית_יואל » 30/5/2005 02:47

פלוצלינג רעדסטו אזוי איינגעצויגן.
איך קען דיך אלס איינער וואס האט ליב ווי מער צורעדן.

קריתיואלער » 30/5/2005 02:53

די אלייענס האלט אונטער דעם גאנצן שטעטל מיט זייערע שטוינענדע דורכפאלן און פליפ פלאפס.

אין דעם זעלבן עיר הצדק, צוויי פעידזשעס ארויף, דערקלערט די אלייענס אז די וואס בלייבן אינדערהיים געבן דערמיט א שטימע פאר דאס רבנות...

אין אנדערע ווערטער: ביי די פאריגע וואלן האבן די וואס זענען געבליבן אינדערהיים געוואלט שיקן א מעסעדזש קעגן דאס רבנות.

ביי די יעצטיגע וואלן, גייען די וואס זענען געבליבן אינדערהיים שיקן א מעסעדזש פאר דאס רבנות.



תוקן על ידי - קריתיואלער - 30/05/2005 2:57:17
[בילד – נישט אפגעהיט]