היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מעיאר ווידער האלט דרשה פארן ליינען

מעיאר ווידער האלט דרשה פארן ליינען

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1398116

אלסווייסער » 29/5/2005 05:32

היינט פארן ליינען האט אברהם ווידער אויפגעטרעטן, אין געבעטן דעם עולם צו שטימען פאר עם מיט זיינע טראסטיס מיטעלמאן-לאנדא, ער האט געזאגט אז דער רוהיגער קאמפיין איז געווען א שטארקער סוקסעס (זעהט אויס אז ביי אונז אויף היידפארק קוקט ער נישט ), און ער בעט דער עולם זאל קומען אין די מאסן.

עיב !!!

תוקן על ידי - אלסווייסער - 29/05/2005 5:38:28

גוטזאגער » 29/5/2005 10:06

איך בין געווען זייער גערירט פון די דרשה, ער האט גערעדט מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט אין זייער פון הארץ, סאיז געווען א ריזיגער עולם, אסאך געסט וואס זענען שוין געבליבען לכבוד ל"ג בעומר, ער האט גערעדט אויפן באלעמער אין דער גאנצער בית המדרש האט געקענט מיטהאלטן, איך האב זייער גוט געפילט אז אלס מעיאר דינט אזא ערנסטער איד.

אויך האב איך זייער באוואונדערט, אז דער בית המדרש איז נישט געווען קיין שום קאמפיין צעטלעך, נאר 1 צעטל מיט די נעמען פון די קאנדידאטן, ס'איז געווען א קידוש ה' אז א שבת פאר מעיאר וואלן איז געווען א גאר געהויבענער ל"ג בעומר שבת.



תוקן על ידי - גוטזאגער - 29/05/2005 10:08:48