היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ברוטאל דיפרעסיע: דריטע אליי-רוניש בריוו

ברוטאל דיפרעסיע: דריטע אליי-רוניש בריוו

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1398115
בלאט: 1 2

געשמאק » 29/5/2005 05:24

דיפרעסט, אנגעזעצט, מיואש, פארצווייפעלט, איז נישט גערעדט איבער וואס ס'קומט פאר אין אלייענס יאקאבאוויטש העד-קווארטערס, וואס מ'טוט ארבעט א רעטעך, יעצט איז געקומען א פרישער שטאפל פון פארצווייפלונג, אין ס'איז אנגעקומען א מיאוסער נעגעטיווער אליי-רונישער בריוו (אזוי רופט מען די בריוון אין בית- מדרש), ווי זיי קענען זיך שוין נישט מתגבר זיין אין זיי זענען מבזה-אן די מינדעסטע בושה- אומשילדיגע פריוואטע מענטשען.

ווער ס'קען זאל עס דא ארויפלייגן, אז יעדער זאל זעהן דער יאוש אין זיין פולן שיינקייט.

זשוליאני08 » 29/5/2005 05:32

די אלייענס דעפרעסקייט זעט זיך מער אן אין די צייטונגען און בריוון וואס זיי געבן ארויס, און אין די אליי-רונישע בריוון וואס זיי האבן געשיקט פאריגע וואך שבת.

די צוויי לעצטיגע בריוון, וואס בעטן דעם עולם צו וואוטן פאר באנדא און מיטלמאן און לאנדא, זענען געשיקט געווארן דורך באנדא אליינס, ער האט עס פינאנצירט און ארויסגעשיקט פאר'ן גאנצן שטעטל, ווי זיינע קינדער פארציילן פאר יעדן.

דאס ווייזט וואספארא ביליגער מענטש באנדא איז, אז ער איז גרייט צו קאמפיינען קעגן די אלייענס קאנדידאטן, און זיי לאזן פארלירן, אבי ער זאל געוואונען.

זאליweaky » 29/5/2005 07:17

איך הער אז זיי האבן שוין ענדליך פארשאפט סטעמפ'ס, נאך דעם מעכטיגן דורכפאל מיט דעם פערמיט נומבער...

כ'פארשטיי נישט יענקל ברוכ'ן, ער האט נישו קיין נומבער'ס פאר אזעלכע אקעישאנ'ס ???

אדער האבן זיי (די אהרונים ) פשוט פארלוירן טראסט אין אים נאך אזא מיאוס'ן דורכפאל ???

גיי קריך אריין אין די טיפע אליי--- קעפ...

קריתיואלער » 29/5/2005 10:28

דער באנדא איז נעבעך א לוזער מליזער

ער ווייסט אז מיט די אלייענס וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען, און מיט זייערע וואוטס וועט ער קיינמאל נישט געווינען די וואלן, פרובירט ער צו שיקן כיטרע צעטלעך צו די אהרונים, אז באמת איז ער אן אהרוני, און אויב מען וועט אים עלעקטן זאגט ער צו אז ער וועט אריינגיין צום רב און זיך דורכרעדן מיט אים...

דער מענטש איז נעבעך גרייט צו טאן אלעס נאר צו געווינען, פונקט ווי "פרעזידענט" דזשאן קערי (אופס, איך האב שיער פארגעסן אז זיי קומען פון איין פארטיי...)

אבער צו באנדא'ס שלימזל כאפט יעדער איינער ווער עס ליגט אונטער די צעטלעך

געשמאק » 29/5/2005 15:23

באנדא, טראכט נעבעך נאר ווען ער שיקט די אליי-רונישע בריוון וועגן די אהרונים וואס ער וויל אריינכאפן, וואס די זאליס\בני יואל,, זאגן ווען זיי זעהן אזעלכע ווערטער, ווי " יעקב יואל איז אונז פערזענליך מבטיח געווען אז ער איז מקבל מרות פון כ"ק הגאב"ד", "תיכף נאך די וואלן זעצט ער זיך מיטן רב שליט"א" דאס טראכט ער נישט.

ביטע האלטן דעם ניווא פון דעם פארום הויך, דוקא

תוקן על ידי - davka - 29/05/2005 21:48:30

קרית_יואל » 29/5/2005 21:45

איך האב געלייענט די קאמפין ליטעראטור פון באנדא און עס שטעלט זיך ארויס אז ער רעדט גראדע זייער נארמאל און רואיג.
דערווייל זע איך דא אויף הייד-פארק ווי צעווילדעוועט די אהרונים זענען...

געשמאק » 29/5/2005 21:57

אבי קרית יואל זעהט שוין אויך איין ווער ס האט געשריבען די בריף

זאליweaky » 29/5/2005 21:57

איך ווייס נישט וואס דו האסט געליינט (די זאכן וואס מען שיקט דיר נישט קענסטו זען דא אויף היידפארק...).

אבער די אהרונים זענען באמת צעווילדעוועט פאר שמחה שפירענדיג דעם גערוך פון זיג.

און אין אונזער פאל מיינט דאס נישט אז ווידער גייט געווינען, דאס איז שוין לאנג נישט קיין זיג, עס מיינט נאר דער יאוש געפיל ביי די זאלי'ס - אז קרית יואל בלייבט קרית יואל, אונטער די השפעה פון כ"ק רבינו שליט"א, ובנו הגדול כ"ק הגאב"ד שליט"א !!!, און וועמען עס שמעקט נישט, קען געזונטערהייט שיקן בריוו צו די אהרונים בשם שלמה לייב וויינבערגער און מאיר ווערטהיימער...

שלמהחיים » 29/5/2005 22:59

איך ווייס נישט וואס די מאכסט אזוי חוזק פינעם לעצטען בריוו?

גראדע איז עס זייער א גיטע בריוו אין א גיטע אדיע פין ניצן שלמה לייב וויינבערגער מיט יודל כהנא וואס זייער אסאך ארונים אין נייטראלע מענטשן. {מענטשן וואס די חסידות ברענט נישט אין זיי אבער זענענן נישט קעגן ווי לאנג מעו באדערט זיי נישט} האלטן אז פאר זיי קימט זיך די קרעדיט פין ביליגע דירות

נישט אימזינסט האט מען אזוי אינטערגעריסן יודל כהנא ביי די פאריגע וואלן מען האט עס געמיזט טיען מען האט אים געמיזט מאכן "שונא" נומבער 1 ווייל אסאך נערמאלע מענטשן אפילו ארונים האבן געוואלט שטימען פאר אים וויסענדיג אז ער האלט אמת'דיג ביים ברעגען ביליגע דירות

מילא איך האלט אז די נעכטיגע בריוו גייט זיכער קאסטן פאר קהל לכל הפחות 250 שטימען

חיץ אויב שלמה לייב וועט ארים לויפן פין יעצט ביז די וואלן אין ביהמ"ד אין זאגען אז עס די מעשה איז שקר.
אין ווי באלד ער איז מער באגלייבט ווי די אלייענס וועט מען עס אננעמען אין אים גלייבן
אין אויב עס איז אמת וואס זיי שרייבן אין בריוו וועט שלמה לייב עס "נישט" לייקענען
א צעטיל פין שלמה לייב וועט לכאורה נישט העלפן ווייל מען וועט זאגן אז עס איז ליגענט

דאס איז מיין מהלך המחשבה קען זיין אז איך מאך א טעות אבער למעשה היינט אין מקווה רענעדיג מיט מיינע חברים אויך ארונים האט מיר עס אזוי אויסגעקיקט
אין איך {מיט מיין ווייב מיט מיין ברידער אין זיין ווייב } זענענן אויך פין די אז אויב שלמה לייב גייט עס נישט לייקענענן גיי מיר אינז וואטען פאר באנדא. מיטטעלמאן. לאנדא.

אין אינזער סיבה איז זייער פשוט איך בין טאקע א ארוני אבער ווי באלד אברהם ווידער גייט סייוי געווינענן זאל ער נאר געווינען מיט א קליינע מערהייט פין איין פראצענט אזוי אז מען וועט שיקן א גרויסן פראטעסט צי די וועד הקרי' אין זיי וועלן זיך ווייטער מיזן צי שטעלן מיט דירות נישט בלויז געזעצן

עס לוינט איינצינעמען די בושה אז מען געווינט נאר מיט א קליינע מערהייט קעגן די גרויסע ריוח אז הקרי' וועט זיך מיזן אראפ זעצן מיט שלמה לייב אין אויסהערן זיינע פלענער


תוקן על ידי - שלמהחיים - 29/05/2005 23:06:59

קריתיואלער » 29/5/2005 23:11

אויב די אלייענס גייט נאך ארויס וואוטן פאר באנדא נאכדעם וואס ער האט ארומגעשיקט אזעלכע צעטלעך, אז מען זאל נישט וואוטן פאר זייערע קאנדידאטן, דעמאלטס זענען זיי גוט גוט פארוקט...
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 29/5/2005 23:14

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

refwmore » 29/5/2005 23:21

כ'ווייס נישט וואס ס'ליגט אונטר דעם. אבער עס קוקט אויס ריזיג.
אפילו אויב באנדא האט עס געשריבן רירט ער אבער אן אן אפענעם וואונד.
דאס איז מיין מיינונג (קיינער זאל פון מיר נישט נעמען א דעה פאר וועמען צו שטימען)...

שלמהחיים » 29/5/2005 23:27

קריתיואלער

געווענליך בין איך מסכים אין אלעס וואס די זאגסט אבער ביי די בריוו נישט! איך האלט דייקא אז עס איז זייער א גיטע בריוו איך בין א ארוני פינקט ווי די אבער זיי נישט אזוי בלינד שלמה לייב מיט יודל כהנא זענענן צוויי זייער גיט שטעקענעס




תוקן על ידי - שלמהחיים - 29/05/2005 23:31:02

זשוליאני08 » 29/5/2005 23:29

שלמהחיים,

שלום עליכם, איך האב שוין לאנג געזוכט א איד פון בארא פארק, זאל מיר זאגן וויאזוי די דארטיגע מקואות קוקן אויס.

ביי אונז אין קרית יואל האסטו מסתמא געהערט אז מען האט איינגעפירט די נייע עלעקטעראנישע מאשינען, אלזא, וואס איז דער מצב דארט אין בארא פארק? וויפיל מקואות האבן דעם עלעקטערישן סיסטעם? און, last but not least, אין וועלכע בארא פארקער מקוה ביסטו היינט געווען? (אדער קען זיין אז אלס בארא פארקער פאסט דיר נישט צו גיין אין מקוה...)

זשוליאני08 » 29/5/2005 23:32

פאר די וואס ווילן וויסן וואו שלמהחיים וואוינט, זאלן קוקן אין דעם לינק,

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=4&topic_id=1375954

און כדי ער זאל נישט יעצט לויפן אויסמעקן יענע תגובה, וועל איך עס ברענגען אזוי ווי עס שטייט און גייט, אז עס זאל בלייבן פאר די רעקארד:

וואס איז טאקע די מצב אין וומ"ס בנוגע דעם עירוב?

ביי אונז אין בארא פארק איז עס זייער רואיג א ריזיגער עולם טראגט מיטן עירוב אין עס איז א קידוש השם ווי יעדער האלט זיך צי די הוראה פין זיינע רבנים מיט א איידלקייט אן מחלוקות

וואס איז די מצב אין וומ"ס וויפל פראצענט טראגן??

refwmore » 29/5/2005 23:32

איך האלט אז עס וועט סייווי נישט אויסמאכן. אבער ס'איז נישט שלעכטס. איך פריוואט וועל וואויטן פאר ווידער, אבער (שששש... קיינער הערט נישט?) כ'קען באשטיין עס זאל זיין א גרויסער נומבער וואס פארלאנגט א טשעינדזש...

איך פערזענליך בין א חסיד פון קאמפעטישאן. כאטש יעצט וועל איך וועגן די פאליטיק נישט שטימען פאר באנדא, ווייל כ'פארגין נישט די אלייענס. אבער צווישן אונז גערעדט איך קוק שוין אויך ארויס אויפ'ן טאג וואס אן אהרוני וועט לויפן און קאמפיטען מיטן מעיארשאפט. מי יתן והיה! עס איז שוין אבאוט טיים!

נאכאמאל, קלאר צו מאכן. איך האב גארנישט קעגן מעיאר ווידער, אבער איך בין בטבע פאר א טשעינדזש. און כ'האב ליב אישוס ביי א קאמפיין נישט סתם די חסידות. (כ'האף מען וועט מיך נישט באפאלן דא... (די וואס ווייסן ווער איך בין פארשטייען מיך).

שלמהחיים » 29/5/2005 23:35

גראדע בין איך א קר"י אבער עס מאכט נישט אויס

ווייל איך זע נישט פארוואס ביזסט אין קאמף מיט מיר בשעת אין בין "נישט" אין קאמף מיט דיר
95פראצענט האלט אין ווי דיר בנוגע די וואלן .רבנות, וכד'

חיץ די איין זאך אז אויב די מעשה פין ש.ל.וויינבערגער איז אמת גיי איך, אין נאך אסאך אידען וואטען פאר באנדא, מיטעללמאן, לאנדא,

צאנז_קאורט » 29/5/2005 23:43

רעפיומאר, אויף דיר איז נעבעך א גרויסע רחמנות!!!!
דו האסט ליב א טשעינדזש. אבער דו גייסט נישט וואויטן פאר קיין צווייטן ווי מעיאר ווידער, אלעס וועגן די פארשטינקענע פארטייאישע אינטערעסן.
שעם זיך פאר דיר אליין, דו האלסט זיך פארשקלאפט, דו ווילסט אז דער קאמפיין זאל גיין אויף אישוס, אבער דיין נארישע שרעק אז די פארטיי וועט כאפן א קיצל, דערשטיקט דיינע אמת'ע געפילן און געברויכן.
א רחמנות אויף דיר.

און אגב. אויב רעדסטו זיך איין אז ווען איין אהרוני וועט קאמפיטן קעגן אן אנדערן אהרוני וועט עס נישט זיין אריינגעדרייט אינעם חסידות, האסטו א גרויסן טעות. מען וועט אלץ אויפווייזן אז איין קאנדידאט איז א שטערקערער חסיד, און דער אנדערער וועט אויטאמאטיש ווערן א שונא/זאלי/אלייענס/בני יואל פאר די "העזה" פון וועלן לויפן קעגן דעם קאנדידאט.
אויב האסטו ליב א טשעינדזש. דעמאלט וואויט יעצט פאר באנדא, און נישט פריי זיך ווען אנדערע מאכן דעם דזשאב וואס דו האסט ליב.

זשוליאני08 » 29/5/2005 23:43

שלמהחיים, גראדע ביסטו פונקט אזא קרית יואלער ווי דו ביסט אן אהרוני.

עס מאכט גרויס סענס אז דו ביסט אפשר אליינס געווען דער שרייבער פון יענעם צעטל, און זעענדיג כי כלתה אליך הרעה, און מורא האבנדיג אז באנדא וועט דיר נישט צאלן פאר דיין אומגעלונגען שטיקל, וויבאלד אלע אהרונים אין בית המדרש שטייען און לאכן אוועק פון דעם בריוו, ביסטו ארויפגעקומען דא אויף היידפארק און זיך דערקלערט אלס אן אהרוני וואס איז נתפעל געווארן פון דעם בריוו.

Too Late My Friend

דיין בלאף איז שוין אויפגעדעקט געווארן.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 29/05/2005 23:52:11

refwmore » 29/5/2005 23:49

ווייסטו וואס, איך מאך מיט דיר א דיל:

ברענגסט מיר א צעטל פון 500 שטימ-בארעכטיגטע זאליס/ בני יואל/וכו' וואס גייען נישט וואויטן פאר באנדא, דעמאלט וועל איך וואויטן פאר באנדא (און כדי ס'זאל האבן א פנים ווי א דיל וועל איך דיר שאפן ביז 100 וואוטס פאר באנדא).

אבער נישט מאך א טעות. איך בין פערזענליך העכסט צופרידן פון מעיאר ווידער, אויב האב איך אויף איינעם טענות איז עס נישט אויף אים. אבער א טויש קען איך נאך אלץ באשטיין, און אפילו אויף שוין, אבער נאר בתנאי אז די זאליס/אלייענס דרייען עס נישט אריין אין א פאליטיק.

מסכים?

שלמהחיים » 29/5/2005 23:51

ביי די וועי יענע תגובה באב איך געשריבען ווייל איך בין א יליד ב"פ אין איך בין דארט יעדע צווייטע וואך דערוויל שנה ראשונה

אבער עס קימט נישט אהער ענטפער מיא פארוואס איך בין נישט גערעכט

זשוליאני08 » 29/5/2005 23:59

שלמה חיים

איינער האט מיר מודיע געווען אין תיבהאישית, אז די אלייענס פלאנט צו ברענגען צענדליגער וואטערס פון בארא פארק, אלזא, ווי ס'קוקט אויס וועסטו זיין איינער פון זיי.

ווילסט הערן א פשוט'ער ענטפער פארוואס דו ביסט נישט גערעכט?

ווייל נאכדעם וואס איך האב אויפגעדעקט אז דו ביסט א בארא פארקער ביסטו געלאפן ווי א קאוערד, און אויסגעמעקט דיין תגובה

דאס ווייזט ווי דו האלטסט באמת.

You can run but you cannot hide

שלמהחיים » 30/5/2005 00:03

ווי האב איך געמעקט???

ענד אף סטארי, ווייל כ'וועל מיט דיר סייווי אין ערגעץ נישט אנקימען די רעדסט נאר ארום אין ארום אבער ווילסט נישט רעדן פינעם פוינט,מילא מיין קאמפעסעישן מיט דיר איבער די נושא איז געשלאסן

האב הצלחה

תוקן על ידי - שלמהחיים - 30/05/2005 0:10:00

צאנז_קאורט » 30/5/2005 00:08

קענסט מיר מסביר זיין פשט אינעם אהרונישן סארט דיל. איך זאל דיר געבן 500 נעמען און דו וועסט מיר געבן 100???

זשוליאני08 » 30/5/2005 00:09

און יעצט לאמיר גיין צו דעם אנדערן חכם רעפיומאר און זע וואו ער וואוינט:

קוקטס דעם לינק:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=720837

דאס איז די תגובה. אין קעיס רעפיומאר לויפט עס אויסמעקן:

אבי_געזונט, אמאל מעג מען יענעם באדאנקען אויך!
דיינע לינקס איז מיר יעצט גוט צוניץ געקומען. ס'איז א מחי' ווען מען דארף מאכן א סקעדזשול.
איך דארף מארגן פארן קיין קרית יואל און עס איז מיר ממש צו די האנט צו וויסן דעם קלארן וועטער.
א דאנק דיר.

שלמהחיים » 30/5/2005 00:13

צאנז_קאורט שרייבט
קענסט מיר מסביר זיין פשט אינעם אהרונישן סארט דיל. איך זאל דיר געבן 500 נעמען און דו וועסט מיר געבן 100???


צאנז_קארט
דארפסט פארשטיין אז עס איז זייער א גיטע דיל פאר דיין זייט' די גיבסט אים סך הכל 500 בהמות ער גיט דיא 100 מענטשן
מילא כאפ דיך צי דערצי



תוקן על ידי - שלמהחיים - 30/05/2005 0:16:25

ווארהייט » 30/5/2005 00:16

צו מיינע טייערע קאלעגען:

ביטע איבערלאזן דעם אשכול און נישט מגיב זיין פאר די קומענדיגע פאר שעה.

לאמיר לאזן די דריי ניקנעימען צאנזקאורט, רעפארמער און שלמהחיים פירן א פאלעמיק צווישן זיך, בשעת זייער בעל הבית טשוכעט זיך אביסל אויס די נערוון...

refwmore » 30/5/2005 00:16

זשוליאני08, וואס איך האב דיר שלעכטס געטאן ווייס איך נאך נישט, אבער עפעס ווערסטו שנעל צעווילדעוועט. אויב כ'וועל נישט האבן קיין ברירה, דעמאלט וועל איך העכסטנס נישט גיין וואויטען.

וועסט שוין זיין מער צופרידן.

KJAlliance » 30/5/2005 00:22

שלמה חיים אדער רעף ענ מאור

שני דברים

קודם וועלן מיר ווארטן ביז מיטוואך נאכט צו זעהן די דיפרענץ אין די שטימען פון בענדאו, און זיינע צוויי קאלעגען

ביי שווימער איז געווען די דיפרענץ שווימער 8 מער ווי שלמה פעדער, און פעדער 8 מער ווי קלמן ווייס, טראץ וואס מענדל איז געווען [און איז....] א היבשע וואוילער מענטש, און קלמן ווייס איז קאמענטארן איבעריג

ממילא, איז נאריש לדעתי צו אפמאכן וואס עס גייט זיין

די צווייטע נקודה איז, אז לויט מיין מיינונג איז דער רב שוין ארויסגעקומען א זיגער ווען עס איז קלאר אז די גאנצע קאמפיין דרייט זיך ארום, ווער עס מיינט זיינע איטרעסע,

ווייל ווען דער שנאה אנגעפרעסענער משה לייב דייטש וואלט געווען א פיצקעלע גערעכט וואלט דאך דער קאמפיין געדארפט זיין א פיטשקע קאפויער, ווער עס איז ווייניגער אהרוני, און ביזדערווייל....


און צום לעצט, פאר די דרויסענדיגע פון קרית יואל וואס זענען אהרונים, און ווילן וואס די אלע "אהרונים" פון "קרית יואל" ............. האלטן אין איין חלומ'ן דא, זאלן אנקאלן סיי וועלעכע ידיד אדער קרוב וואס זיי האבן אין קרית יואל מיט די פאלגענדע פראגע:

אויב וואלטסו געהאט די ברירה צו שטימען פאר איינס פון די צוויי פאלגענדע טיקעטס, פאר וועלעכע וואלסטו געשטימט

איינס, אברהם ווידער, אברהם יושע פריינד און יחזקאל ווויינשטאק, מיט די פאלגענדע הסבר..... אברהם ווידער איז דאךהשתיקה יפה לו, זיינע מעלות ברויכן נישט קיין הסבר, מה שאין כן, ר' יעקב מיטעלמאן, איז נישט באקאנט ביים עולם מיט עסקנות, יא, ער ארבעט טאקע אין ווילידזש, אבער קיינער הערט נישט, זעהט נישט, פילט ניטש, אז "ער" איז דער וואס מען דארף מכיר טובה זיין, און ר' שמואל אהרן לאנדא, איז דא דער מערסטער אינדענטעפיצירט מיט ר' מאיר הירש, ממילא אנשטאט די צויי זאל מען שיקן א מעסעדזש מיט אויסקלייבן די אנדערע צוויי, סייוואו וועט בלייבן א מערהייט פון 3 קעגן 2

די צווייטע אויסוואהל וועט זיין, דער בריוו וואס רופט פאר באנדא, מיטעלמאן און לאנדא, וואס די סיבה פארוואס אראפצוווארפן דעם מעיאר און דוקא לאזן די אנדערע צוויי האב איך נאכנישט פארשטאנען בידערווייל פארוואס פארקערט איז נישט פונקט אזוי גוט, חוץ אויב מר. באנדא איז דער וואס האט עס געדרוקט דעם בריוו

איך קען מיר פארשטעלן וואס דער ענטפער פון "אלע" קרית יואל אהרונים

קריתיואלער » 30/5/2005 00:25

מען דארף נישט נאכטשעקן די רעקארדס פון רעפיומאר און שלמה חיים צו וויסן ווער זיי/ער זענען/איז, עס איז קלאר קיין קרית יואלער איז ער נישט נישט, ווייל אפילו די זאליס אין קרית יואל לאכן פון באנדא און זיינע בריוון, און די וואס גייען וואוטן פאר אים טוען עס נאר צוליב איינגעבאקענע שנאה קעגן די קרית יואל לידערשיפ.

אבער זייטס נישט באזארגט, דער פארשוין וואס שטייט אונטער די נעמען, און זיינע חברים וועלן שוין אויסטרעפן נעמען פון אונטער דער ערד, אדער באשאפן נייע נעמען וועלכע וועלן זיך דערקלערן אלס אהרונים, כדי עס זאל אויסקוקן אז עס איז דא אהרונים וואס רעדן זיך איין אז דער בריוו איז עכט.

אבער עס איז א שאד די מי, די בריוון זענען ללעג ולקלס אין קרית יואל, און ווי יעדער ווייסט שוין היינט איז דאס שוין אן אלטער פארצווייפלטער טריק וואס די זאליס נוצן ווען זיי זענען שטארק מיואש, ארויסצושיקן מכלומר'שטע אהרונישע בריוון.

שלמהחיים » 30/5/2005 00:30

דאס גיי איך שרייבען נאר פאר'ן רעקארד

איך בין א גרויסער חסיד פין קר"י רב איך גיי צי זיינע טישן,דרשות,באטעס וכו' מקבל מרות פין אים וכו'{איך ווייס נישט צי איך וועל מען מיך לאזן הרגענענן פאר אים גיין צווישן מאסן זאליס אין אויסשרייען אז זלמן לייב איז א שגץ אזוי אז מען זאל טאנצען אויף מיר אין איך זאל כאפן מכות רצח עד סכנת נפשות,אבער איך בין א אמת'דיגע חסיד}

איך בין נאר נתפעל געווארן פין די לעצטע בריוו,
נישט מען זאל זאגן ח"ו אז כ'האב איין מיינוג ווי צאנז_קארט

KJAlliance » 30/5/2005 00:42

שלמה חיים

רעף W מאור

צאנז קאורט

אלץ מענטשליכקייט וועל איך זיך נישט מישן ווען דו האלטסט אפ פריוואטע געשפרעכן צווישן דיר אליינס.

אבער פאר אנדערע עמך אידן וואס וואוינט 'אפיציעל' נישט אין קרית יואל, פרעגט זיך נאך וואס קרית יואלע אידן האלטן, ודי בזה.

תוקן על ידי - KJAlliance - 30/05/2005 1:15:06

שלמהחיים » 30/5/2005 00:42

kjאלייענס

ענדליך איינער רעדט שוין צי דער זאך

1}קען טאקע זיין אז ביז מיטוואך וועט די השפעה פין די בריוו אויסוועפן, אין אדער וועט מען אינגאנצן נישט וואטען, אדער וועט מען גיין לויט געפילן אין וואטען פאר פארטיי קען זיין אז ביי מיר וועט אויך אזוי זיין
מילא וועסט קיינמאל נישט וויסן וואס פארא השפעה די סארט קאמפיין{פין ניצן אזעלכע סארט בריוו}האט, ווייל אפשר גייען למשל 200 מענטשן בכלל נישט גיין וואטען לכבוד דעם

2}האסט מיר אויפגעקלערט א פוינט אז אויב אראפווארפן איינעם איז וואס עפעס ווידער. ענדערש מיטעלמאן וואס טיט גארנישט, אדער לאנדא וואס בארויבט אינז יעדן טאג מיט זיינע טייערע גראסארי פרייזן
האסט מיר געמאכט א פראבלעם אין כ'וועל עס מיזן איבער טראכטן
ווייל אויב גיי "נאר" איך וואטען קעגן לאנדא למשל וועט קיינער נישט דערהערן דעם מעסעדש ענדערש דארף ווען די אלייענס שרייבען אז מען זאל וואטען ווידער מיטעלמאן וויינשטאק
כ'וועל עס איבערטראכטן

תוקן על ידי - שלמהחיים - 30/05/2005 0:52:47

זשוליאני08 » 30/5/2005 00:53

שלמה חיים, און איך דיר גיי זאגן קלאר און דייטליך אז דו ביסט נישט קיין אהרוני, דו וואוינסט נישט אין קרית יואל (ווי ס'איז קלאר פעסטגעשטעלט געווארן), ווען אהרונים כאפן מכות טוסטו אדער שטיין אין א זייט, אדער העלפסטו ארויס זיי צו שלאגן, און... דו ביסט איינשטימיג הונדערט פראצענט מיט צאנז קארט.

איך וואלט עס געזאגט אפילו פאר'ן אויפדעקן ווער דו און רעפיומאר זענען, און יעצט ב"ה האב איך די עווידענס דערצו.

און רעפיומאר (דיין אנדערע ניקנעים), אוודאי און אוודאי בעט איך דיר אז דו זאלסט נישט גיין וואטן, ווייל דו וועסט סיי וואוטן אומלעגאל און אויך וועסטו וואוטן פאר די אלייענס טיקעט.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 30/05/2005 1:07:16

קרית_יואל » 30/5/2005 01:38

וואס גייט פאר מיט דיר זשוליאני?
ענדליך הער איך שוין פון דיר אז "די אהרונים כאפן מכות".
ביז איצט האסטו געהאלטן אין איין שרייען אז די אלייענס זענען דעפרעסטץ...

KJAlliance » 30/5/2005 01:38

שלמה חיים הכהן זאלי

דאס אז דו וואוינסט נישט אין קרית יואל איז מער ווי צען מאל זיכער

אזוי זיכער ווי אז די גאנצע טיקעט פון ראו סי גייט געווינען

אבער בנוגע דעם בריוו, זעה איך אז די חלומ'סט נאך אז ס'וועט זיין מער ווי 10 אהרונים וואס וועלן ספליטן דעם טיקעט,

די אישו איז איינס און די זעלבע, און עס פעלט נישט אויס קיין הסברים

אזויפיל נאר, אז ווען די קלוגע שונאים וואלטן געשריבן דעם מכלומרש בריוו, וואלטן זיי געשריבן די ערשטע וועג, אבער אזויווי דעם בעל דמיון באנדא האט עס געשריבן, האט ער נעבעך געמוזט ספליטן דעם טיקעט אזוי

אזויפיל ווען שלמה חיים, רעףמאור, וואלטן געוואוינט אין קרית יואל, און זיי וואלטן ווען געספליט די טיקעט, וואלן די אהרונים געווינען א שטימע פאר א האלבע סלאט

באנדא ענד קאמפאני, קיפ איט אפ, איגנארירן, איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי הויך ווי איצט, מען ווערט פשוט טויב דערפון

זשוליאני08 » 30/5/2005 01:47

קרית יואל:

די אלייענס זענען דעפרעסט אין מאנרא און כאפן מכות...
די זאליס זענען דעפרעסט אין וויליאמסבורג און טיילן מכות...

אבער דעפרעסט זענען זיי איבעראל

דער חילוק איז נאר אז אין מאנרא זענען די אלייענס די וואס געבן זיך אליינס די מכות...)

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 30/05/2005 1:53:00

you_bet » 30/5/2005 01:48

יו בעט אז די זאלי'ס זענען לוזערס

יו בעט, ווי זיי ווילן פרובירן צו פארטרעטן דעם רב

יו בעט אז זיי ווילן שפילן חסידים

יו בעט אז זיי שטיצן לאנדא, מיטעלמאן

יו בעט אז זיי ווילן ווארפן ווידער

ווייל יעס יו בעט

יו בעט, אז זיי ווייסן אז זאלי איז "שוין" דער לוזער

יו בעט אז זיי ווייסן אז פריינד וויינשטאק "האבן שוין" פארלוירן

יו בעט אז זיי חלומען נאך אז באנדא קען נאך געווינען

יו בעט אז זיי ווייסן אז דאס קען נאר געשעהן מיט די הילף פון אהרונים

יו בעט אז זיי מיינען אז זיי גייען דאס קענען ערייכן

און איך זאג

יו בעט, אז באנדא און שמעי' חלומען נעבעך

יו בעט אז ווידער "און" מיטעלמאן "און" לאנדא גייען געווינען

און יו בעט אז די גאנצע טיקעט ווען געווינען

און יו בעט, אז מיטוואך ווערט נענטער

יו בעט, ווי אר אן די ווינינג סייד "עגעין"

העבר_אין » 30/5/2005 02:13

אין איין פרט פון דעם בריוו וואס מען דארף זיך באפאסן, הגם מען קען רואיג זאגן אויף דעם מאמר חז"ל מתוך שבחו בא לידי גנותו, אבער חז"ל זאגן אויך, ההכרח לא יגונה ולא ישובח

די אלע זאליס וואס פארופן זיך אויף מאיר ווערטהיימער און יודל כהנא קען מען זאגן איין זאך, ברוך השם אז עטס האטס טאקע נישט קיין שום השגה וואס גייט פאר ביי די אהרונים, און אדרבה שיקטס נאך עטליכע בריוו אין זייער נאמען

אבער בנוגע שלמה לייב וויינבערגער

אמת, שלמה לייב, מיט זיי פורים רבי, ברענגט אריין גאר גרויסע סכומים פאר נשברי לב, יתומים אלמנות, און איך וועל נישט אריינגיין אז דוד עקשטיין און מרדכי לייב גליק זענען געווען מיט וועם ער איז געועון ביי דין תורה נישט מאיר הירש

אמת, שלמה לייב, האט מייסד געווען יגדיל תורה, וואס איז געווען אין איז נאך אלץ א געוואלדיגע דורכברוך אין ענין פון חזרה ביי אינגע בחורים, עלטערע בחורים, וואס יעדער וואס איז באקאנט דערמיט, ווייסט די נחיצות און חשיבות הענין

אמת, שלמה לייב האט איינגעפירט די פרישטאגס פאר פסח, וואס איז א געוואליגע טובה בגשמיות, פאר די מענער, בחורים, אינגלעך, און אפילו די פרויען, און אגב די פארדינסטן גייען פאר גאר גוטע צוועקן

אמת, אז די גולת הכותרת פון זיינע אויפטוען איז די חתונה מאלל אין קרית יואל און אין מאנסי, ועל כולם די רעוואלוציע וואס ער האלט אינמיטן איינפירן, וואס רוב רובם פון אלע קריייזן קוקן אזוי ארויס דערויף און יעדער וואונטש אים פיל הצלחה און סייעתא דשמיא

אבער

אבער, אין הינזיכט פון האוזינט מיט שלמה לייב איז שוין עפעס אנדערש

הגם, ער איז בארעכטיגט צו פרייוועסי, פונקט ווי איך און יעדער דא אויף היידפארק, האב איך שוין אנגעהויבן מיט מתוך שבחו און ההכרח לא יגונה

אמת, שלמה לייב וויינבערגער האט "10" דירות פון הקרי' אפארדעבל האוזינג -יודי גאלדבערגערס - וואס דארף ווען גיין פאר די אידן וואס קוקן ארויס דערפון צו עס קויפן און נוצן פאר זיך אליין, נישט פאר ביזנעס

אמת, שלמה לייב האט "10" דירות ביי וועד מאנטעין - יעקב סופר - וואס דארף ווען גיין פאר די אינגעלייטלך וואס וואלטן זייער געוואלט האבן די מעגליכקייט צו קויפן אנדעם וואס אינוועסטירער זאל דאס ארויסכאפן פון אונטער די האנד

אמת, שלמה לייב האט אפגעקויפט פון אהרן וויינבערגער כמעט "10" דירות און די ברידזש האוז אויף עיקערס ראוד פאר ביזנעס

אמת, שלמה לייב 'פליפט' יעצט עטליכע פון 'ברידזש' דירות פאר "זעכציג טויזענט" דאלער מער

ממילא

אמת, אז שלמה לייב האט א היסטארי פון עסקנות לטובת הכלל און מיר זענען אלע אים מכיר טובה, און וואונטשן אים נאר דאס בעסטע, בכל אשר יפנה ישכיל ויצליח

אבער,

דער אמת איז אז האוזינג מיט שלמה לייב וויינבערגער קומען זיך נישט צוזאם, און אויב יא, נישט פאר די טובת הציבור

refwmore » 30/5/2005 02:21

זשוליאני08:
כ'האב געמיינט אז ווען איך וועל זיך וויצלען וועסטו ווערן רואיגער, אבער ביזדערווייל איז גאר פארקערט, ביזט נאך געווארן שטערקער אנגעצויגן. זיי מסביר פארוואס.
איך וועל דיר נאר איבערשרייבן דאס זעלבע ווי אויבן, (ווייל כ'שרייב כמעט קיינמאל נישט און כ'האב סייווי בכלל נישט צופיל צייט צו היידפארק וועל איך מער נישט ענטפערן).
איז בקיצור: איך גיי וואויטן פאר מעיאר ווידער, ווייל דאס זענען מיינע פארטיי אינטערעסען. איך שעלט אבער דעם פאקט, נישט ווייל כ'האב עפעס קעגן ווידער נאר פשוט איך האב ליב א טשעינדזש אזוי ווי שוין געשריבן פריער. איך האב ליב ברייטקייט און נישט צמצום. איך וואלט גע'חלש'ט אז דא זיין זיין א העפטיגער מעיאר קאמפיין צו דער זאך. איך פארשטיי און איך האלט קלאר אז יעדער משלנו "מוז" וואויטן פאר אברהם ווידער. אבער עס רייסט מיר ביים הארץ שטיקער פארוואס דער מצב איז אזוי. וואס זאל איך טאן. איך ענדזשוי נישט דעם מעיאר אישו.

צאנזקאורט: און דו דער צווייטער (ערשטער...) בהמה. איך האב זיך מיט דיר משוגע געמאכט, און דו האסט מיר ערליך געענטפערט... נעבעך.

שלמה חיים: איך גלייב נישט אז דו ביזט אן אהרוני, ווייל אויב יא, וואלסטו געטאן דאס וואס איך, אפילו דו וואלסט געוואלט א טשעינדזש. עס איז נישטא קיין ברירה, אלס אן אהרוני מוזטו וואויטן פאר ווידער (אויסער אז דו ביזט א זאלי וואס שפילט אהרוני).

כל טוב, און יישר כח פאר'ן מנהל און פאר די חברי הפורום פאר די ווארעמע אויפנאמע. צום ווידערזען ביי די קומענדיגע וואלן!!!

זאליweaky » 30/5/2005 02:28

העבר אין:
איך ווייס נישט ווער דו ביזט, איך שטעל זיך נאר פאר אז דו ביזט א טייל פון די אלע אנדערע ניק'ס וועלכע האבן געשפראצט יעצט פאר די וואלן אז מען זאל נישט קענען כאפן זייער רעקארד.

אבער שלמה לייב וויינבערגער איז א גרויסן טייל צו פארדאנקען די יעצטיגע עפארדעבל דירות !

ער איז געווען דער וואס איז געגאנגען צו ר' מאיר הירש אויפקלערן און מסביר זיין די וויכטיגקייט פון די עפארדעבל, און אז מען קען נאך אלץ מאכן געלט אפילו מיט די עפארדעבל.

און אפילו די מעשה וואס שטייט אויפן בריוו איז האלב אמת (ער האט קיינמאל נישט גערעדט וועגן קיין צען טויזנט דאלער'דיגע דאון פעימענט !), איז דאס העכסטנ'ס א טענה אז ר' מאיר הירש האט אמאל נישט געוואלט בויען קיין עפארדעבל דירות.

אבער הכל מודים (אריינגערעכנט שלמה לייב וויינבערגער) אז די ועד הקריה היינט ארבעט אויפן בעסטן אופן וואס מעגליך צוצושטעלן דירות וועלכע זאלן זיין צוגענגליך פארן סתם המון עם.

צו זאגן היינט אז מען זאל בעטן פאר א דירה $150,000, איז פונקט ווי מען זאל פארלאנגען היינט צו פארקויפן ברויט פאר פינף צענט א פונט...

די אלייענ'ס האט א מורא'דיגן טעות אין די אהרונים (נאך א באווייז ווער עס האט ארויסגעשיקט דעם בריוו).

זיי מיינען אז די אהרונים זענען - פונקט ווי זיי - אומצופרידענע מענטשן.

וויבאלד עפעס איז אמאל געווען שלעכט אין די ווילעדזש, וועט מען שוין אויף אייביג בלאזן, און די שאלה איז נאר אויב עס איז אמאל געווען שלעכט.

אלזא, לאמיר אייך מודיע זיין.

די אהרונים זענען זייער צופרידן פון זייער פירערשאפט, און טראץ וואס עס מאכן זיך אמאל פארשידענע טענות אויף דאס און יענץ, אבער ווי נאר די זאכן ווערן פארראכטן גייט אלעס צוריק צום אלטן, און מען געדענקט זיי זייערע גוטע מעשים.

ווידער ביי ענק, ווי נאר איינער האט געטון א עולה, העלפט מער גארנישט, מען וועט ביי יעדע געלעגנהייט דערמאנען נאכאמאל און נאכאמאל די "געפערליכע" עולה.

פארוואס ???

ווייל איר זענט אומצופרידענע, שלעכטע, מענטשן !!!

און די רעזולטאטן ???

אז קיינער - אפילו פון ענקער זייט - וויל נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער ענק צו העלפן, ווייל ער וועט במילא נאר באקומען א גרויסן קאפע פאר די זאכן וואס זענען שלעכט געגאנגען.

כ'האב נישט יעצט קיין צייט, אבער כ'וועל נאך בע"ה אמאל צוריקקומען און אנצייגן א פונקטליכע ליסטע פון "ענקערע" מענטשן וואס עטץ האט'ס פארראטן.


----------
(אויב דו טרעפסט זיך נאכאמאל מיט refwmore שיק אים א גריס פון מיר...)

תוקן על ידי - זאליweaky - 30/05/2005 2:33:04

קרית_יואל » 30/5/2005 02:51

וועקי
האסט א ביטערן טעות.
נישט ווייל די אהרונים זענען צופרידן ווילן זיי נישטקיין טשעינדזש.
זיי זענען איינפאכע קליינע קעפעלעך וועמען מען קען אריינהאקן אלעס וואס עס גלוסט זיך פאר די פאר לצים וועלכע פירן זיי ווי שאף צו די שחיטה.
זיי זענען גרייט צו הונגערן אבי צו שטימען פאר "זיין" קאנדידאט.
איך פארשטיי אז דו וועסט מיר ענטפערן אז דאס איז גאר א מעלה.
עס קען זיין אז ביי דיר איז עס א מעלה, אבער בהמות בלייבן זיי!

שלמהחיים » 30/5/2005 03:06

kjאלייענס
איך מיז דיר זאגן כ'האב הנאה געהאט פין דעם נאמען"שלמה חיים הכהן זאלי" עס האט מיר געקאסט א גיטן לאך

בנוגע וואס די שרייבסט אז איך וואין נישט אין קר"י עס איז נישט אמת איך וואין יא, נאר איך וועל מיר עס נישט נעמען צים הארצן דיין לייקענן ווייל עס מאכט באמת נישט אויס קיין חילוק

דאס וואס די שרייבסט מיט אזא זיכערקייט אז עס גייען נישט זיי קיין צען ארונים צי ספליטען דעם טיקעט קען זיין אז ביסט גערעכט איך זאג נישט אז די רעדסט נישט צי דער זאך כ'האב פין די ערשטע מינוט געזאגט אז קען זיין אז איך מאך א טעות
נאר איך האלט אז שלמה לייב איז רעפעקטירט אין קר"י אין אויב מען שרייבט א צעטיל וואס דארט שטייט א פלאן ווי אזוי ער האט געקענט מאכן נאך ביליגער די דירות איז דא לכל הפחות 150 מענטשן אין קר"י וואס דאס איז 300 וואטס וואס קויפן דאס אפ אין זיי זענענן גרייט צי ספליטען די וואט, אין נישט פארגעסן שלמה לייב איז א מענטש וואס האט אזעלכע בייפאלן מילא מאכט עס אויסזען אמת{נישט אז איך טראכט אז זיין פלאן איז געווען מיט יענע נומבערס וואס עס שטייט דארט קיין משיגענער בין איך נאך נישט..לדעתי}
מילא קען טאקע זיין אז עס וועלן נישט זיין קיין ארונים וואס גייען ספליטען די וואטס אבער שוואכערע ארונים וועלן עס יא אפקויפן אין ספליטען

אבער די האסט מיר געמאכט א פראבלעם אין איך ווייס נישט ווי די אלייענס שכל איז געווען, לדעתי דארף די גאנצע קאמף זיין קעגן מיטעלמאן אדער לאנדא ענדערש לאנדא, אבער נישט קעגן ווידער

איך האלט אז עס גייען זיין בערך 300 וואטס געספליט באנדא אויסגעמישט מיט מיטעלמאן אין לאנדא כ'האב שטארק חשק צי גיין מיט די 300 {אויב ש.ל. וויינבערגער לייקענט נישט די צעטיל} אבער איך טרעף נישט טאקע קיין סיבה פארוואס ווי צי טיען אברהם ווידער אבער אויב איך וועל וואטען פאר וויינשטאק נישט פאר לאנדא וועט מיין שטימע נישט דערהערט ווערן האב איך א פראבלעם
אבער עס איז נישט אזא פראבלעם ווייל א. ווידער איז אויך שילדיג פאר אוועקווארפן גיטע פלענער פין עפערדעבעל



תוקן על ידי - שלמהחיים - 30/05/2005 3:11:29

זאליweaky » 30/5/2005 03:13

קרית_יואל:

ווי שטארק די אהרונים זענען צופרידן ווען מען בא'עוול'ט זיי, קענסטו גיין איבערקוקן אין דעם צעטל וואס דו האסט מיר נעכטן געשיקט אויף פאסט...

אבער ווען דו טרעפסט שלמה לייב וויינבערגער, זאג אים ביטע אז ער זאל נישט אויסזאגן פאר "שלמה חיים" דעם אמת, ווייל עס וועט קאסטן פאר באנדא א שטימע...

גאסט » 30/5/2005 03:16

איך האב געטראפן שלמה לייב היינט אינדערפרי ווי ער זוכט עפעס זייער שטארק האב איך אים געפרעגט וואס ער זוכט ענטפערט ער מיר מיט א שמייכל " איך זיך דעם אינוועסטאר וואס איז גרייט מיטן געלט, איך בין געוואויר געווארן אז איך האב עפעס געלט וואס איינער טראסט מיך, עס פעלט מיר זייער אויס פאר די נייע עפארדעבל חתונה פלאן"

זשוליאני08 » 30/5/2005 03:16

LOL+++++++++++++++++

קליינע קעפעלעך, הא?

גוט אז דו ברענגסט אויף די אישו, לאמיר עס נעמען און צולייגן אויף קליינגעלט.

וועמען האט מען איינגערעדט אז מען האט געוואונען פאריגע וואך אין קאורט און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז דר. ווערצבערגער גייט אוועקגיין פון קרית יואל, אויב ווידער געווינט די וואלן, און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז די נייע טאון פאליס גייט שפארן געלט פאר קרית יואל און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז ס'איז דא א טשעק פון א מיליאן דאלאר פאר מלמדים וואס וואוטן פאר מענדל שווימער? און ווער האט עס געגלייבט, און וועלכע מלמד האט באקומען א דאלאר פון דעם טשעק?

וועמען האט מען איינגערעדט אז מען גייט געווינען און מען קען נאר געווינען, אין 01', און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז מען גייט בויען 600 דירות, אפילו אויב מען געווינט נישט די וואלן און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז מען האט דורכגעפירט אן אנקעטע וואס ווייזט אז מען האט 61 פראצענט פון די שטימען און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט נאך די וואלן אז מען גייט איבערמאכן די וואלן און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז מען גייט אוועקנעמען דעם כח פון גדלי' סעגעדין אנצופירן די וואלן און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז עס זענען געווען הונדערטער פאלשע וואוטס - נאכ'ן שווערן א טאג פריער, מיט'ן כח פון די עף בי איי און להבדיל אלף אלפי הבדלות כביכול, אז עס איז נישט מעגליך צו שווינדלען - און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז מענטשן האבן געעפנט און צוגעמאכט דעם פירהאנג איינמאל און נאכאמאל און געוואוט (וואס דאס פשוט נישט מעגליך צו טאן אויף די מאשינען) און ווער האט דאס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז היי יאר גייט זיין די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס די שעריף גייט אוועקנעמען די וואוטינג בוקס נאכ'ן שטימען - וואס דאס איז אלעמאל געווען ביי די וואלן - און ווער האט עס געגלייבט?

וועמען האט מען איינגערעדט אז די שעריף גייט צושטעלן די סעקיוריטי ביי די וואלן היי יאר און ווער גלייבט עס?

יא, האסט גוט צוגעטראפן, דאס זענען די קליינע קעפעלעך, וואס גייען ווי די שאף צו די שחיטה און העלפן אנפילן די פאקעטס פון פנחס יאקאבאוויטש און מאיר דייטש.

העבר_אין » 30/5/2005 03:18

וועקי זאלי

קודם איך בין אן אהרוני לכל דבר

צווייטענס, וועל איך איבערחזערען, שלמה לייב וויינבערגער, איז א אמתער עוסק בצרכי ציבור באמונה, אבער האוזינג איז נישט זיין ספעשעלטי, אדרבה, די פאקטן וואס איך האב אנגעגעבן קענסטו גיין נאכקוקן, הגם טענות קען מען נישט האבן אויף אים, ווילאנג דער סיסטעם האט געהאט קרעקס האט ער עס געמעגט אויסנוצן, אבער פון דארט ביז ווערן מר. האוזינג איז פאלג מיר א גאנג

און שלמה חיים, ווער דו ביזט און וואס די ביזט, הער אויף צו שפילן אהרוני, דעם עולם קויפט עס נישט

און בנוגע ספליטן די טיקעט, איך וואלט נישט ארויסגעגעבן מיין פלאן, ווייל עס קען ווען ארבעטן "נאר" אויס ספליטן ווארט געארבעט, און עס וועט נישט געספליט ווערן די טיקעט,

נאר וואס דען קאפ ווייטאג וואלט עס אפשר געקענט מאכן, און איך האב נישט געוויסט אז די עקספיריענס און רעזולטאטן וועלן מאכן אזא גוטן דזשאב מיט דעם שרייענדיגן שטילקייט

אבער מיין עיקר פוינט איז פונקט ווי דו, פאר די אלייענס בכלליות וואלט דער פלאן געווען פיל בעסער, נאר וואס קען מען טוען אז באנדא און נאר באנדא האט ארויסגעשיקט דעם צעטל האט ער נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט מאכן אזא נארישן צעטל

און קרית_יואל
מיר וועלן זיך זעהן מיטוואך נאכט, און מיר וועלן זעהן ווער עס זענען די קיען

Lumber » 30/5/2005 03:24

Guliani
A1

געשמאק » 30/5/2005 04:26

גם אני מצטרף

זשוליאני A1

שלמהחיים » 30/5/2005 04:31



זשוליאני
בלאט: 1 2