מורי ורבותי!
די חקירה צו יעקב יואל באנדא איז א ציוני אדער נישט איז דערווייל נאך נישט ארלעדיקט.
איך לייען וואס ביידע צדדים האבען געשריבען און איך בין שטארק אנטוישט. אלע רעדען נאך ווי בלינדע פערד און קיינער טראכט נישט אריין און דעם חומר הענין!
ווען ס'קומט ארויס א "פאשקעוויל" אקעגען איינעם איז טאקע די בעסטע עצה מ'זאל זיך נישט מאכען צוטוען דערפין.
מר באנדא איז דאך אבער דער קאנדידאט פון די אלייענס, און ווי מיר ווייסען אלע, שטייען זיי דאך אוועק ממש "כמטחוי קשת" פון דעם הארבען איסר פון התגרות באומות!
לאמער זיך דערמאנען וויפיל גדרים וסייגים זיי האבען געמאכט כדי חלילה נישט נכשל צו ווערען. ווען ס'האט זיך געטוען מיט דעם "פייפליין" האט די אלייענס געציטערט פאר דעם התגרות באומות "עד כדי כך" אז זיי האבען בעצאלט טייער אידיש געלט מודיע צו זיין פאר די גוים אז קרית יואל איז זיך מתגרה מיט זיי.
איינער האט זיי גראדע געפרעגט פארוואס דארף מען שוין אויסגעבען אזוי פיל געלט מ'קען דאך ווארטען ביז די גוים וועלען אליין געוואר ווערען, האבען זיי גיענטפערט מיט שטארק התלהבות ד'קדושה, חס ושלום! דער איסר איז אזוי הארב אז וועגען די מצוה פון "והייתם נקים" טאר מען נישט ווארטען קיין איין רגע!
רבותי, די מעשה ווייסט ווי שטארק די אלייענס איז נזהר פון התגרות באומות. חאטש מיר ווייסען אלע אז די גאנצע מעשה מיט דעם "פייפליין" איז, ווי די ריכטיגע תלמידי רבינו ריפען דאס, "התגרות באומות החדש" וואס דער אלייענס האט אליין אויסגעטראכט.
דארף מען פארשטיין וויאזוי שטייט די אלייענס מיט, מיט איינעם וואס האט "בשאט נפש" עובר געווען אויף דעם ריכטיכען און אמת'ן התגרות באומות דארך ריפען אידען שומרי תורה ומצות אנטיילנעמען אין א ראעלי פאר די ציוניסטישע מדינה?
כדי צו ווייזען פאר'ן עולם אז זייער ציל מיט ייגען "עדס" אין די גוישע צייטאנגען איז
נישט געווען סתם "התגרות בישראל" איז די אלייענס מחיוב מוחה צו זיין אויף דעם ביטערין חילול השם וואס זייער קאנדידאט האט גורם געווען מיט זיין התחברות
מיט די ציוניסטישע מדינה!!