היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » סטעיט פאליס סארזשענט געווען ביי הדלקה

סטעיט פאליס סארזשענט געווען ביי הדלקה

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1395731

קריתיואלער » 27/5/2005 08:21

דער סטעיט פאליס סארדזשענט היינס איז געווען ביי די הדלקה דאנערשטאג נאכט, און ער איז געווען שטארק איבערראשט צו זען דעם ריזיגן ציבור וואס האט געשטראמט פון אלע עקן.

דער סאדזשענט איז איינגעלאדנט געווארן דורך משה לייב וויטריאל, דער פובליק סעיפטי קאארדינעטאר, וואס האט עס געטאן כדי ארויס צו ווייזן רעספעקט פאר דעם סארדזשענט, און אים ווייזן אז קרית יואל דארף זיין הילף, און די הילף פון די סטעיט פאליס, און מען וויל אים ח"ו נישט באזייטיגן, אזוי ווי די אלייענס פרובירט אים אנצוהעצן מיט די אלע שטירמער בריוון וואס זיי שיקן צו אים מיט ווילדע העצערייען קעגן קרית יואל.

קריתיואלער » 27/5/2005 08:23

סארדזשענט היינס אין א פריינטליכן שמועס מיט משה לייב וויטריאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 27/5/2005 08:26

סארדזשענט היינס רעדט צו משה לייב, נעבן א פובליק סעיפטי קאר
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 27/5/2005 08:28

היינס און וויטריאל לאנען זיך אן אויף א פובליק סעיפטי קאר
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 27/5/2005 08:30

אינמיטן גאר א פריינטליכן שמועס
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 27/5/2005 09:04

די פייערליכע טענץ ארום די מדורה
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 27/5/2005 09:05

דער ריזיגער ציבור
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 27/5/2005 09:06

דער רב שליט"א טאנצט מיט התלהבות
[בילד – נישט אפגעהיט]

אטוען » 27/5/2005 18:14

וואס איז מיט די אלייענס?
וואס שלאפען זיי?

זען זיי דען נישט וואס דא טוט זיך?
אויף דעם האט דאך דוד המלך געוויינט אין ספר תהלים
"ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם"

אויב וועלען זיי דאס פארשווייגען וועלען ערליכע אידען
נאך חלילה מיינען אז דאס איז געווען דער רצון פון
רבינו הקדוש זי"ע.

ווייל ביז היינט זענען זיי געווען "עומדים על המשמר"
און יעצט שלאפען זיי!

ארגינעלער » 27/5/2005 18:52

קרית יואל פייערלעשערס לעשן אויס פייער נאך הדלקה
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 27/5/2005 18:53

ריזיגער ציבור
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 27/5/2005 18:54

ריזיגער פייער
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 27/5/2005 18:55

פייער ברענט, עולם ברענט מיט התלהבות
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרית_יואל » 27/5/2005 19:44

אנשטאט צו ליינען דא דעם העדליין גרויס שמחה ביי הדלקה פון כ"ק הגאב"ד שליט"א, ליין איך גאר אז.. דער סארדזשענט איז געווען ביי די הדלקה...

קישטא_קאי » 27/5/2005 19:47

מיינסט עס ערנסט? דאס איז וואס דו ליינסט?

WOW

ביסט אזא וואוילע יונגעלע...

איך גיי ארלעדיגן ביי פנחס'ל ער זאל דיר געבען א פאליס סטיקער...

אטוען » 27/5/2005 19:55

קוק נאר דעם בילד ווי די קרית יואל פייערלעשערס לעשען!

דאס האט דאך דער רבי זי"ע געמיינט ווען ער האט געזאגט

"די צינדערס קומען לעשען"

קריתיואלער » 27/5/2005 20:13

די אלייענס שפרינגט איבער דעם אשכול.

זיי האבן זיך נעבעך אנגעפלאגט צו דערשרעקען זייערע וואטערס אין דעם היינטיגן עיר הצדק, אז מען רייצט זיך מיט די סטעיט פאליס, ווייל מען וויל עפענען אן אייגענעם פאליס דעפארטמענט.

און דא ווערן זייערע קינדערלעך געוואר אז דער סארדזשענט היינס לעבט גאר זייער גוט מיט קרית יואל, און ער קומט אונז אפילו באזוכן.

ווען קרית יואל האט זיך נישט געוואלט צושטעלן צו די טאון פאליס וואס מאנרא און הערימאן ווילן גרינדן, און האט דערקלערט פאר'ן רעקארד אז אונז האמיר א אייגענע סטעיט פאליס בערעקס נעבן קרית יואל, און וועגן דעם דארפן מיר נישט קיין טאון פאליס, האט דער עיר הצדק געשריבן אז משם ראי' אז קרית יואל וויל עפענען אן אייגענע פאליס דעפארטמענט

עטס קענטס אלע זיכער זיין אז אין דעם נעקסטן עיר הצדק וועלן זיי מסביר זיין, אז די סיבה פארוואס מען האט גערופן דעם סארדזשענט איז ווייל מען וויל עפענען אן אייגענעם פאליס דעפארטמענט. וויאזוי זיי וועלן דאס מסביר זיין ווייס איך נישט, אבער די "קעפ" דארט וועלן זיכער עפעס אויסטרעפן.