גענומען פון די ארכיוון
[בילד – נישט אפגעהיט]
א חרפה און א בושה!
ווי האט דער אברהם ווידער זיך נישט געשעמט פאר זיך אליין צי טראגען אזא נערישען חסידישען לבוש ווען ער האט זיך געטראפען מיט די גוים?
געט א קוק אויף דעם נייעם מעיאר קאנדידאט, יעקב יואל באנדא, וועט איר זען וויאזוי א חסידישער איד גייט אנגעטון ווען ער באגעגענט זיך מיט די גוים!
און לאמיר שוין זאגען אז ער פארשטייט נישט בעסער, איז אבער די שאלה אויף דעי וואס האבען די בילדער
אריינגעשטעלט, האט עטץ טאקע נישט געקענט טרעפין חאטש איין בילד ווי אברהם ווידער קוקט אויס ווי א גוי ציווישען גוים?
איך קוק די בילדער, און שמייכל!
פארוואס?
איך ווייס אליין נישט, דער ר' יודל וויינשטאק געפעלט מיר... ...
וויי וויי,
אידען זאלען אזוי נישט קענען קיין הלכה!
וואס מיינט עטץ אז פאר פאליטיג מעג מען פארשעמען א איד ברבים?
ווען ר' יעקב יואל באנדא וואלט ווען געבויעט אפילו נאר איין בנין
פאר חאטש וועליכען מוסד וואלט איך נישט געהאט קיין טענות.
דער מציאות איז דאך אז קיין בנין "באנדא" עקסעסטירט
נישט אין קרית יואל. ממילא, אז איר שטעלט ארויס בילדער
פון בניני ווידער און באנדא בלייבט פארשעמט זענט איר
פראסט אין פשוט א "לועג לרש"!
אוי לאותה בושה!