אלייענס,באנדא גייען נאציאנאל ב' דער "איד
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1395134
אין א דעספערעט שריט האט פנחס (סטיקער) יאקאבאוויטש מיט זיין מעיאר באנדא באשלאסן אז די איינציגסטע האפענונג ארויסצושטויסן דעם אמטירענדען מעיאר שווימער, איז צו גיין נאציאנאל אין פירען א קאמפיין אין מבאיש ריח דעם שווימער אין די גאנצע וועלט.
דער שווימער קאמפיין פון די אנדערע זייט האט שארף פארדאמט דאס גיין נאציאנאל, אין טענה'ט אז דאס איז א פריוו צו ברענגן שטאטישע וואטערס און דאס וועט נישט דערלאזט ווערן.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 26/05/2005 17:16:21
יעצט געקויפט דעם בלאט און וואונדער איבער וואונדער, עס שטייט נישט קיין אות אחת וועגן די וואלן איינער ווייסט פשט ???
גרויסע היפאקריטן!
ווער געדענקט נישט וויאזוי מיט פיר יאר צוריק האבן די אלייענס פארדאמט די עקספיריענס ענד רעזאלטס קאמיטע, פאר'ן גיין נעשאנעל און לייגן די עדס אין דער בלאט
היי יאר לייגן זיי אריין ריזיגע שרייעדיגע עדס אין דער איד.
ב"ה אז מען האט שוין איינגעזען אז ס'איז א שאד צו קאמפיינען קעגן די אלייענס, ווייל זיי זענען סייווי א קליינע נארישע אויסגעשפילטע גרופע, וואס האט נישט קיין טשענס צו געווינען אין די נעקסטע 100 יאר.
איך האלט אז ס'איז געווען א מורא'דיגע Move נישט אריינצולייגן קיין שום עד אין דער בלאט.
עס שיקט א געוואלדיגן מעסעדזש פון חיזוק פאר סאטמארע חסידים איבער די וועלט, ווער רעדט נאך פאר די וואס וואוינען אין קרית יואל.
יעדער ווייסט וואס דער תכלית פון די וואלען וועט זיין
די אלייענס וועט געווינען, גענוי אזוי ווי ביי די פריעריגע וואלען!
און אברהם ווידער וועט ווייטער זיין דער מעיאר!
דער איד וועט דערציילען אז די אלייענס האט געהאט א שטארקע
מעהרהייט פון די וועליכע האבען נישט געשטימט!
און "שלום על ישראל"
אויב אזוי פארוואס דארף מען מאכן וואלן, קען דאך דער איד עס שוין דערקלערן אן קיין וואלן און ס'וועט נאך אלץ זיין שלום על ישראל...
דער איד פון די וואך איז א Must צו ליינען פאר יעדן איינעם.
עס וועט ברענגען פאר יעדן איינעם צו לאכן, וויאזוי זיי דערקלערן זיג אז זיי האבן באקומען זאכן וואס זיי האבן אלעמאל געהאט ביי די עלעקשאנס, און איגנארירן אינגאנצן דעם שרעקליכן דורכפאל מיט די אינספעקטארס וואס זיי גייען נישט יעצט באקומען.
תוקן על ידי - ווארהייט - 27/05/2005 3:51:28
[בילד – נישט אפגעהיט]
2
[בילד – נישט אפגעהיט]
מעכטיגע זיג פאר די אלייענס:
נאך שווערע שתדלנות אין קאורט איז געלונגען אויסצו'פועל'ן ביים ריכטער אז ער זאל צווינגען די ווילידזש אז זיי זאלן מוזן אריינלייגן וואל מאשינען אין זאל.
עס איז די ערשטע מאל אין די געשיכטע פון קרית יואל וואס ס'גייען זיין וואל מאשינען אינעם וואל ארט.
אויך האט דער דזשאדזש גע'פסקנ'ט אז יעדער וואוטער גייט מוזן אונטערשרייבן זיין נאמען פארן וואוטן, אז נישט וועט ער נישט קענען וואוטן.
אויב איז דער פלאפ פון די ווילידזש נישט געווען גענוג גרויס האט דער ריכטער געפסקנט אז ניין אזייגער וועלן זיך די וואלן ענדיגן, און נישט צען אזייגער.
יא, און נאך א זאך, דער ריכטער האט קלאר געזאגט אז די שטימען מוזן אפגעציילט ווערן תיכף נאכדעם וואס די וואלן ענדיגן זיך, און נישט א חודש שפעטער.
דער גאנצער עולם האלט זיך אונטער פון די גרויסע וויץ.
אין דער זעלבער איד פון די וואך וואו די אלייענס דערקלערט זיג אין געריכט, שטייט אן עדיטאריעל אז איבעראל וואו קרית יואלער אידן קלאגן אן אנדערע אידן פארלירן זיי.
[בילד – נישט אפגעהיט]
גראדע האט די אלייענ'ס געהאט פארלאנגט ביי די פארגאנגענע מעיאר וואלן, אז מען זאל נישט ציילן תיכף די שטימען, נאר אוועקטראגן די בודקעס און ערשט דערנאך ציילן די שטימען.
אז אויב האט דער דזשאדזש געהייסן אז מען זאל ציילן תיכף, איז דאס טאקע נאך א געווינס פאר די אלייענ'ס...
איינער ווייסט די וויפלטע גענעראל פארזאמלונג עס איז?
עפעס טויג נישט דער מצב דארט, זיי האלטן אין איין מאכן נאך און נאך גענעראל פארזאמלונגען, קוקט אויס אז דער עולם איז נאך אלץ זייער מיואש, און די ביז יעצטיגע גענעראל פארזאמלונגען האבן נישט געהאלפן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
יעקב יואל באנדא'ס עד אין דער איד.
ווי ס'קוקט אויס האט ער שוין אויפגעגעבן זיין מיואש'דיגן קאמפיין צו געווינען די אהרונים, און ער מוז דעריבער זיך ווענדן נאר צו די זאליס.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אידען ס'איז שוין הויך צייט אז מיר זאלען דן זיין די אלייענס לכף זכות. מ'קען נישט
זאגין אז זיי זענין סתם שקרנים, נאר וואס דען? דאס ווארט "געווינען" האט ביי זיי
אן אנדערן באדייט ווי ביי דעם סתם המון עם!
טראכטס נאר א רגע, האבין זיי דען שוין אמאעל פארלוירין?
גענוי וואס דער באדייט פון "געווינען" איז ביי זיי בין איך דערווייל נישט דערגאנגען
אבער, 'עוד חזון למועד' מיט די צייט וועל איך אי"ה דאס אויך געוואר ווערין.
אבער דערווייל בעט איך אייך נישט צי פארגעסין אז זיי האבען געווינען!
די ליקוט ספר "מנחת קנאות" וואס וועט פארטיילט ווערן מאנטאג ביי די "גענעראל פארזאמלונג" דורך די "אליינעס" איז זייער פאסיג לכבוד המאורע.
ווארום ר' אברהם יושע פריינד האט דאך באצייכנט די "ווילידזש" און אירע "טראסטיס" אלס אייניג צו די "כנסת המינים" און אירע "דעפוטאטן".
אטוען,
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, איך ליין איבער די נייעס און ס'האט כמעט נישט קיין ווארט שקר.
זיי גייען טאקע האבן א פאול וואטשער ביי יעדן טישל פונקט ווי אין 01' און 04', מען גייט טאקע קענען טשאלענדזשען וואוטערס פונקט ווי אין 01' און 04', די שעריף גייט טאקע אוועקנעמען די ביכער נאך די עלעקשאנס פונקט ווי אין 01' און 04', כדי צו פארגלייכן די נאמבערס און זיכער מאכן אז ס'איז נישטא ווייניגער אונטערשריפטן ווי וואוטס, א.א.וו.
איין ליגנט זאגן זיי אז די שעריף גייט צושטעלן סעקיוריטי... זייערע קעלעבער גייען ווערן שטארק דיסעפוינטעד ווען זיי גייען אנקומען און טרעפן דארט די שעריף דעפיוטיס פון די פובליק סעיפטי און דעם שעריף משה לייב וויטריאל
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 27/05/2005 18:40:44
סאיז נאך אלץ דא א מעגלעכקייט, אז דער ספאנישער האומלעס מעני מענגועל וועט אנקומען מיט א צעטל פון שאול פערלשטיין אז ער איז אין טשארדזש
אפילו שאול פערעלשטיין ווייסט אויך אז מעני מענגעל
איז אין טשארדש נאר ווען ס'איז שוין און דער ערד
המקום ינחם אותם וכו'
Remember how Manny manguel showed up during last year's election with a false, homemade, badge that said Sheriff's Liason?
Remember the look on his face when Kiryas Joel's Public Safety kicked him out?
But this year the Alliance was prepared. Months ago PJ asked the State Police for stickers. So if poor Manny can't get a Liason badge PJ will put a sticker on his forehead.
You see, you can't keep the Alliance down for long! They plan ahead!