היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » גענוג איז גענוג!

גענוג איז גענוג!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1395109

davka » 26/5/2005 16:50

די לעצטע צוויי וואכן איז דער מצב פון אונזער פארום געווארן געפערליך, גילוי שמות איז געווארן א נארמאלע זאך.

איך מוז ביזי זיין כמעט א גאנצן טאג צו מגיה זיין תגובות (ווי דער עולם האט אודאי באמערקט)

יעדער וואס האט א פראבלעם מיט'ן אנדערן שרייט אויף אים דו ביסט יענער אדער דו ביסט יענער, דו ארבעטסט פאר יענע קאמפיין און דו ארבעטסט פאר יענעם קאמפיין.

מיר גייט נישט אן ווער די מענטשן זענען, איין זאך ווייס איך אז יעדער פון אונז האט די זעלבע ציל, צו קענען שרייבן אויף היידפארק רואיג און אן מורא אז זיין נאמען וועט אויפגעדעקט ווערן.

ע"כ מעלד איך דא אז פון היינט און ווייטער, ווער עס וועט שרייבן די מינדעסטע אינפארמאציע איבער א צווייטן שרייבער, און איך מיין טאקע די מינדעסטע, נישט קיין חילוק פון וועלכן צד ס'וועט קומען, וועט די גאנצע תגובה אויסגעמעקט ווערן, און אויב ער וועט עס איבערחזרן נאכאמאל וועט מען אים דארפן חוסם זיין.

זאליweaky » 26/5/2005 17:31

בראווא !!!

אטוען » 26/5/2005 17:54

good move