היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » "פייערדיגע" ל"ג בעומר קרית יואל-תשמ"ח

"פייערדיגע" ל"ג בעומר קרית יואל-תשמ"ח

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1393822

ekstein » 25/5/2005 17:37

קענט איר הערן דעם פייעקדיגען ל"ג בעומר דרשה תשמ"ח
פין כ"ק הגה"צ אב"ד יטב לב בקרית יואל
איך האב עס געמאכט זייער גרינג עס צו דאנלאדען אויף נישט מער ווי 3 מעגאבייט

אינסטראקשענס פאר דאונלאדן:
סקראל אראפ ביז גאנץ אינטען

געב א קליק דארט ווי סשטייט Free

נאך דעהם סקראל נאך אמאל אראפ ביז אינטען אין וואַרט ארום א מינוט

דעמאלטץ וועט ארויף קומען א לינק פין דיפייל
http://rapidshare.de/files/1973396/sureir_imora.wav.html



, קליק אויף די לינק אין דאנלאד די פייל
הערט אין האט הנאה

אייןסאטמאר » 25/5/2005 22:48

אהה

ווען דער רבי ז"ל האט געמאכט א תקנה אז בחורים טארן נישט גיין צו חתונות, און דער מנהל הישיבה שטעלט זיך אויף ברבים און איז עוקר די תקנה, הערט מען נישט פון דיר,

ווען מ' איז משנה דעם דרך הלימוד פון א"ב, וואס גדולי עולם האבן מרעיש עולם געווען דערוועגן, פרובירסטו מיט אלע מיטלן עס צו פארענטפערן.

ווען דער איד איז פיל מיט בילדער יעדע וואך, וואס איז בפירוש קעגן דעם רצון פון די מייסדים, ואין פוצה פה ומצפצף.

ועוד ועוד.

אבער ווען ר"א באשליסט אז אזוי ווי מ' לאזט נישט דעם רבי'ן קומען פירן טיש ל"ג בעומר אין קר"י, און עס פעלט זיך אויס אריין ברענגן א ווארימקייט אינעם עולם מיט א מנהג ישראל מקדמת דנא ,און לעבן אים שטייט הגאון(דער גרעסטער גאון פון די סאטמערע דיינים) הדומ"צ שליטא מובחר תלמידי רביה"ק זי"ע, דעמאלס ווערסטו ווילד און פארפירסט היתכן.
דאס מיינט די משנה "השנאה מקלקלת השורה".

דרך אגב, ר"א האט געזאגט ביי יענע דרשה, אז דאס מאכן אפאר קליינע פייערען איז א סכנה, און מ' האט זיך נישט געפירט מיט דעם מנהג סייווי, ע"כ זאל מען עס נישט טון, משא"כ איין גרויסע הדלקה מיט א השגחה, איז בנוסף צום טעם הנ,ל איז עס א גיטע זאך.

שדים_טאנץ » 26/5/2005 03:15

קינד עקשטיין איך זע אז די קענסט דיך נאך אלס נישט בארואיגען, טא נא דיר נאכאמאל...
[בילד – נישט אפגעהיט]

אטוען » 26/5/2005 22:47

עקשטיין טייערער, זיי מיר מסביר ווען איין יאר מאכט מען נישט קיין שהחינו פורים
ביי טאג און אין דעם צווייטען יאר מאכט מען יא. הייסט עס אויך געטוישט א מנהג?

עיין מנהגי רז"ל

אטוען » 29/5/2005 21:33

ווער נישט נעלם, עקשטיין טייערער

זאג אז ס'איז געווען א הוראת שעה, אדער אז חכמים

האבען א כח עוקר צו זיין די תורה!

אבער למען השם זאג עפעס, ווייל טאמער וועסט די יעצט

בלייבען שטיל וועט דער יונגער דור חלילה נכשל ווערען

אין דעם לאו פון "מהרהר אחרי רבו"

האב רחמנות אויף כלל ישראל!

rabbi88 » 30/5/2005 20:22

Hi Ekstein:

I see I'm in good company. The new guy Toyen also seems to have problems getting you to answer.

Toyin you really hit him where it counts. Maybe you should try to go a bit easier on him.
Think about it if it were your Rabbi that made such a bad mistake how would you feel?

So how about some compassion?

אטוען » 30/5/2005 22:50

במחילת כבודך ראביי88

די גמרא זאגט אז במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב! ר ווייסט דאך אז זיין רב איז נישט דער גרויסער גאון, וואלט ער געדארפט האלטען זיין מויל און נישט מאכען ליצנות פון א גדול בישראל!

די וועלט זאגט "אז די האסט פוטער אויפ'ן קאף שטיי נישט אויף די זין"

אבער עקשטיין טייערער, איך בעט דיך נאכאמאל האב רחמנות אויף דעם יונגען דור! פארענטפער דיין רב!

אטוען » 31/5/2005 23:58

עקשטיין היקר

על מי נתשת הצאן?

rabbi88 » 15/6/2005 20:52

So, Ekstein, what's the story with you?