היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אנש מעמבערס פארציילן ל"ג בעומר אין מירון

אנש מעמבערס פארציילן ל"ג בעומר אין מירון

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1393666

jewboy » 25/5/2005 15:38



חדשות אנש מעמבער'ס ווערן געבעטן צו פארציילן אלץ וואס מ'האט שוין מיט געלעבט ל"ג בעומר אין מירון, נישט קיין חילוק פון וועלכע יאר. ביטע ברענגען אויך בילדער.

עפשטיין » 25/5/2005 19:01

איך בין דאס יאר נישט געפארען, אבער פון פאר 2 יאר געדענק איך די אלע טישלעך וואס שטופען דעם עולם צו טרונקען ח"י רוטל, אבער פארציילען נישט אז ווען מען קומט ארויף אויפן בארג נאך 10 גלעזלעך משקה, אז עס איז דא א מאנגל פון בתי כסא, און מען דארף שטיין א לאנגע צייט אויפן ליין.

מיין הצעה וואלט געווען נאך בתי כסא.

טובעין » 25/5/2005 20:19

JEWBOY

איך בין זיכער אז דער עולם וואלט דיר מכיר טובה געווען אויב דו וואלסט געברענגט בילדער פון מירון.

קיינער קען דאך נישט ואוס דו קענסט.

פארשטייט זיך נאר אויב דיהאסט א קעמרע און צייט.

jewboy » 25/5/2005 20:34

טובעין.

ב"ה דאס יאר לג בעומר ארבעט איך.

דאנערשטיג 18 שעה.
פרייטיג 9 שעה.

סא מילא וועל איך נישט קענען ברענגען בילדער.

טובעין » 25/5/2005 20:39

JEWBOY
איך שטעל מיך פאר אז דיין ארבעט וועט נישט זיין אין מירון, ווייל אויב יא וואלסטו דאך געקענט ברענגען אביסל ראזינקעס.

דער עיקר ווי די ביסט זאלסטו מצליח זיין.