היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » יחזקאל מתגרה באומות וויינשטאק שיקט בריוו

יחזקאל מתגרה באומות וויינשטאק שיקט בריוו

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1392630

קריתיואלער » 24/5/2005 19:00

מענטשן האבן געמיינט אז אברהם יושע פריינד וועט שיקן די בעסטע פון זיי אלע, אבער דערווייל איז יחזקאל וויינשטאק, וואס דארף צו הייסן קלוגער פון פריינד, אים איבערגעשטיגן מיט קליינקעפיגע טיפשות, און איז געווארן דער געלעכטער פון שטאט.

היינט איז אנגעקומען א בריוו צו תושבי קרית יואל, פון נישט קיין אנדערן ווי דער זעלבער יחזקאל וויינשטאק, וואס האט געמאכט התגרות באומות פאר די שכנים פון קרית יואל, זיי צו דערשרעקן אז זיי זאלן זיך מוזן אפטראגן פון דא. אין דעם בריוו חזר'ט וויינשטאק נעבעך איבער פנחס יאקאבאוויטש'ס דמיונות אז די ווילידזש פלאנט צו מאכן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט (נו, ווען גייען זיי שוין טאקע מאכן אזאנס?) און ער זאגט אז גייט עס שטערן.

אויך איז ער ביטער אנגעווייטאגט אז די פאבליק סעיפטי איז אנגעשלאסן אין די נעשאנעל קריים אינפארמעישן סענטער, (וואס דאס איז שקר וכזב, די פובליק סעיפטי איז נישט אנגעשלאסן אין די נעשאנעל קריים אינפארמעישן סענטער, נאר זיי מעגן נוצן דעם פראגרעם פון א שכנות'דיגע פאליס סטעישן, ווען א פארדעכטיגטער גוי פון קעמפ לעגווארדיע, אדער ערגעץ אנדערש, קומט אריין אין שטעטל און מען דארף נאכטשעקן זיין רעקארד.)

אבער די גרעסטע בהמישקייט פון אים איז אז ער זאגט צו אז ער גייט סטאפן שארט קאטס אין קרית יואל...

קוקט אויס אז די אלייענס מענטשן דרייוון אלע קארס און דארפן נישט קיין שארט קאטס...

תוקן על ידי - קריתיואלער - 24/05/2005 19:09:48

זשוליאני08 » 24/5/2005 21:00

ער שרייבט אז ער פארט אריין צו די ביזנעס פארטאגס און קומט אהיים ביינאכט...

ווען פלאנט ער צו טאן זיין דזשאב אין די ווילידזש?

מען זעט אז אפילו ער אליינס ווייסט אז ער גייט נישט געווינען, און ער לויפט נאר כדי עס "זאל זיין" א קאנדידאט.

ארגינעלער » 24/5/2005 22:08

קען זיין אז די סיבה פארוואס ער האט אזוי מורא פון די נעשאנעל קריים אינפארמעישאן סיסטעם, איז ווייל ער האט מורא אז אויב מען וועט האבן access צו די database system וועט ארויסקומען מער אינפארמאציע איבער זיין שווארצן רעקארד, וואס ער האט באקומען פון טעראריזירן גוים און גויטעס אין די בראשית יארן פון קרית יואל, און ער וועט נישט קענען לויפן פאר טראסטי...

זשוליאני08 » 24/5/2005 22:23

ס'איז דאך ממש צום גלייבן וויאזוי די אלייענס האלט זייערע נאכפאלגער פאר אזעלכע בהמות, אז זיי האבן נישט מורא צו שרייבן פאר זיי הוידל בוידל, זאכן וואס זענען נישט נאר רחוק מן המציאות, נאר ממש פארקערט פונעם מציאות.

געטס נאר א קוק אויף דעם בריוו פון וויינשטאק, וויאזוי ער שרייבט א פאלנע ליגנט אז א פאליס דעפארטמענט פאר די גאנצע טאון וועט שפארן געלט, און ער זאגט אז פונדעסטוועגן דאך וויל די ווילידזש נישט צולאזן א טאון פאליס פארס.

ביי די אלייענס איז טאקע נישטא אזא זאך ווי כל מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי? אדער האלטן זיי אז זייערע מענטשן זענען אזעלכע בהמות אז זיי וועלן קיינמאל נישט אויסגעפינען?

נישט נאר וועט א טאון פאליס דעפארטמענט נישט שפארן געלט, נאר אדרבא, עס וועט קאסטן ביטער אסאך געלט פאר קרית יואל און די אנדערע פלעצער אין טאון, ווי דער רעקארד האט שוין אפאר מאל געשריבן.

קוקטס דא דעם גראבן שקר:
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 24/5/2005 22:30

געטס נאר א קוק דעם רעקארד, אז די סיבה פארוואס עס איז נאך ביז היינט נישט געווארן קיין טאון פאליס, איז ווייל עס גייט קאסטן זייער אסאך געלט פאר די פלעצער וואס האבן נאכנישט קיין אייגענע פאליס, און די מענטשן וואס וואוינען אין אזעלכע פלעצער האבן נישט מסכים געווען דערצו.

Town and village officials last considered forming a townwide police force seven years ago, but dropped the idea because of the cost for people in the unincorporated parts of Monroe, which are covered by a state police barracks in town.

http://www.th-record.com/archive/2005/03/05/brf806.htm

you_bet » 24/5/2005 22:55

למעשה מעג מר. וויינשטאק לויפן פאר א פאזיציע

די צדדים אז יא,

מאריאן בערי, פון וואשינגטאן די סי, איז געווען אין תפיסה, און איז היינט, א סיטי קאנסילמאן

די צדדים אז נישט

מעיאר דיסטעפאנאו פון מידעלטאן האט יעצט רעזיגנירט, ווייל ער איז געפינען געווארן שולדיג, אין א פעלאני

rabbi88 » 24/5/2005 23:05

Some one please explain to Mr. Weinstock the meaning of the article in the Record. You can't blame him for his campaign platform, he doesn't understand English so he really thought that to create a new police department is cheaper then to not have one. Don't you see the logic? You see, it's really not his fault that he got it all backwards.
I wonder, when he made the phony calls to his neighbors did he speak Yiddish to them?מאל]

קריתיואלער » 25/5/2005 01:24

ראביי

דו וואונדערסט דיך פארוואס וויינשטאק האלט טאקע אז צו גרינדן א נייע פאליס דעפארטמענט, איז ביליגער ווי נישט צו האבן א פאליס דעפארטמענט.

ווען דו וואלסט געווען אן אלייענס מעמבער וואלסטו דאס פארשטאנען...

ווארהייט » 25/5/2005 08:13

הפה שהתיר הוא הפה שאסר...

ווען וויינשטאק איז געווען דער שיק אינגל פאר משה פריעדמאן, האט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז מען נעמט זיך אויס מיט מענטשן אז זיי מוזן אוועקגעבן שטח פאר א שארט קאט.

דעמאלט איז עס געווען מותר.

קוקטס דא די היסטארישע און היסטערישע קאנטראקט וואס יעדער קונה האט געמוזט אונטערשרייבן וואו מען האט געצווינגען יעדן איינעם צו מבטיח זיין אז מען וועט לאזן אוועקנעמען שטח פאר א שארט קאט.

וויינשטאק, דו היפאקריט איינער
[בילד – נישט אפגעהיט]

צאנז_קאורט » 25/5/2005 08:20

נו, וואס איז?

דער רב איז אויך געווען אמאל שארף קעגן א הדלקה ל"ג בעומר אין קרית יואל - ער האט צוריק געצויגן!

דער רב האט אמאל געהאלטן אז סכסוכים אין סאטמאר קענען נאר די דייני הקהילה פסק'נען - ער האט צוריק געצויגן!

דער רב איז אמאל געווען געפערליך קעגן פיקטשערס, ער האט איבערגעדרייט חתונות און שמחות (פון פרעמדע) אלעס ווייל מען האט געבליצט בילדער - ער האט צוריק געצויגן!

כבר היה לעולמים!

שארמאש » 25/5/2005 16:07

נו נו

קריתיואלער » 25/5/2005 16:15

אין אמת'ן אריין ביסטו סתם א שקרן, אבער לאמיר זאגן אז דו ביסט יא גערעכט אז ער האט צוריקגעצויגן, נו וועגן דעם איז ער דאך אהרן חורינער, אבער וויאזוי מעג אן אלייענס קאנדידאט צוריקציען? די אלייענס זענען דאך כולו הייליג און ערליך...

תוקן על ידי - קריתיואלער - 25/05/2005 16:17:26

שארמאש » 25/5/2005 16:22

בסך הכל זעה איך 3 קאנדידאטען:

דער קלאב לידער

דער קאנסולטענט

דער הצלה מעמבער


תוקן על ידי - שארמאש - 25/05/2005 16:25:08

שדים_טאנץ » 25/5/2005 17:05



תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 25/05/2005 17:21:31

rabbi88 » 25/5/2005 17:40

You're all missing the point!

This is the Alliance platform.....
"EVERYTHING THE VILLAAGE DOES IS BAD!

The Alliance can't be bothered to remember which policies they created and which the policies the Wieder Administration created. Therefore everything is wrong!

If you ask me, It's Wieder, Hiesch, Szegedin's fault that the Alliance changed their mind about short-cuts.

Look, the Village says that Zionism is bad so what does the Alliance do? They take a Tziony as their candidate for mayor. Whose fault is this?