יעקב יואל באנדא זאגט פאר זיינע נאנטע פריינט, אז איינס פון די עיקר סיבות פארוואס ער לויפט, איז ווייל ער וויל זיך אפרעכענען מיט אברהם ווידער, וויבאלד ביי א דין תורה האט אים אברהם באזיגט, און וועגן דעם האפט ער אז ער וועט כאטשיג קענען נקמה נעמען אין אברהמ'ען ביי די וואלן.
איז דעריבער אינטערסאנט צו פארציילן מער איבער דעם פריוואטן סכסוך צווישן זיי צוויי, און וויאזוי יעקב יואל האט אפגעזאגט א פסק בית דין און עס נישט געוואלט איינהאלטן.
די מעשה גייט צוריק א שיינע פאר יאר.
אברהם ווידער איז געווען א שותף מיט אברהם לייב שווארץ אין סאני קרעפט קאנטרי, אברהם לייב האט געהאט שווערע צייטן איז ער וועגן דעם געגאנגען און פארקויפט זיין חלק פאר יעקב יואל באנדא, און ער האט איבערגעגעבן דעם "דיד" פונ'ם קאנטרי פאר באנדא, אן פרעגן רשות פון אברהם ווידער.
דא איז געקומען יעקב יואל באנדא און דערקלערט אז די גאנצע קאנטרי איז זיינס און ער האט אינגאנצן ארויסגערוקט אברהם ווידער פון יעדע שותפות.
אברהם ווידער האט נישט געקענט און געטארט פארשווייגן אזא גניבה איז ער וועגן דעם געגאנגען און גערופן יעקב יואל צו דין תורה. די דין תורה איז דורכגעפירט געווארן דורך א זבל"א בית דין און האט זיך געצויגן פאר יארן לאנג, ביז די בית דין האט ארויסגעגעבן א פסק לטובת אברהם ווידער.
באנדא האט אבער נישט געהאלטן ביים אויספאלגן דעם פסק, איז ער געגאנגען צו עפעס א בית דין אין מאנסי (מסתמא זיי משחד געווען), און פון זיי פארשאפט א פסק אז ער דארף נישט פאלגן די פסק בית דין.
אברהם ווידער איז דעמאלס געלאפן צו די דיינים און זיך אפגערעדט אז באנדא האלט נישט איין דעם פסק בית דין, און וויל אים נישט איבערגעבן זיין חלק.
די דיינים (אריינגערעכנט דער דיין וואס באנדא האט אליינס אויסגעקליבן) האבן דעמאלס געגעבן א היתר פאר אברהם ווידער אז ער קען גיין אין קאורט קעגן באנדא, וליתר שאת האבן זיי אליינס געשריבן בריוון צום קאורט לטובת אברהם ווידער.
ביי דעם האלט עס יעצט.
איך מיין אז עס וואלט געפאסט אז יעקב יואל זאל פארציילן אויך פאר די גאס, וואס די אמת'דיגע סיבה איז אז ער לויפט פאר מעיאר, און נישט קומען מיט קיין מעשיות אז די סיבה איז ווייל ער וויל דאס טאן אדער יענץ טאן.
תוקן על ידי - קריתיואלער - 24/05/2005 8:22:12