היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » וווידער אדמיניסטראציע ברעכט זיך ענדליך

וווידער אדמיניסטראציע ברעכט זיך ענדליך

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1391431

רויטמן30 » 23/5/2005 19:33

ענדליך הערט שוין ב"ה פאזיטיווע נייעס.
די ווידער אדמיניסטראציע האט נעכטן שפעט ביינאכט געשיקט א דירעקטן שליח צו ר' יעקב יואל באנדא און אים צוגעזאגט אז אויב ער ציט זיך ארויס פון פארמעסט וועט מען אים ארויפשטעלן אלס טראסטי אין די ווידער אדמיניסטראציע.

ר' יעקב יואל האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן. די ווילידש געט נישט אויף. זיי האבן געלייגט גרויס פרעשע אויף ר' עזריאל גליק אז ער זאל הייסן ר' יעקב יואל אפצוטרעטן, ר' עזריאל האט זיך אפגעזאגט אבער חורינער האט אים געהייסן אז ער מוז רעדן צו ר' יעקב יואל.

היינט צופרי האט ר' יעקב יואל קלאר געזאגט אז ער געט נישט אויף און ער בלייבט אויפן טיקעט.

אז זיי ציטערן איז א גיטער סימן

davka » 23/5/2005 20:02

איינמאל איז גענוג געווען!

מען דארף נישט יעדן טאג עקסטער בעטן אז קיינער זאל נישט עפענען קיין אשכול וואס איז כולו שקר און מיסאינפארמעישאן.

אזעלכע אשכולות ברענגען אראפ די הויכע ניווא פון אונזער/ענקער פארום.

נ.ב. איך האב געמאכט אפאר טעלעפאן קאלס, פאר איך האב קלאר באשטעטיגט אז דאס איז ליגנט און ארויפגעלייגט די תגובה.

תוקן על ידי - davka - 23/05/2005 20:09:14