היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » לייוו דעבאטע צווישן באנדא און יונגעלייט

לייוו דעבאטע צווישן באנדא און יונגעלייט

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1390119

קריתיואלער » 22/5/2005 19:37

יעקב יואל באנדא האט זיך געטראפן היינט צופרי אין בית המדרש אן קיין ווערטער אין מויל, ווען א גרופע יונגעלייט האבן אים אריינגעשלעפט אין א דעבאטע, און ער האט נעבעך נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

עס איז נעבעך געווען א רחמנות אויף באנדא וויאזוי די יונגעלייט פראקן אים אויס און ער טוישט קאלירן, נישט האבנדיג וואס צו ענטפערן.

ווי באקאנט האט באנדא געהאט געטשאלענדזשט דעם מעיאר אברהם ווידער ארויסצוקומען דעבאטירן מיט אים, פארשטייט זיך אז ווידער האט אפילו נישט געהאלטן פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר אזא טיפשות, יונגעלייט האבן זיך צוגעכאפט צו באנדא'ס טשאלענדזש און היינט ווען ער איז אריינגעקומען אין בית המדרש (ער איז דאך לעצטנס געווארן א מתפלל אין בית המדרש ווייל ער וויל אריינכאפן די אהרונים) האט מען זיך גענומען איבער זיינע ביינער און געטריבן ליצנות פון אים.

קודם האט מען אים געפרעגט וואספארא שייכות ער האט מיט די אלייענס.

יעקב יואל האט געשריגן חי וקיים אז ער האט נישט קיין שום שייכות מיט די אלייענס, ער וויל זיי נישט קענען און שטייט ווייט פון זיי, און אז ער איז בשיטה א דעמאקראט.

האט מען אים געזאגט דו ביסט דאך געלאפן אויף די אלייענס פארטיי פאר דו ביסט אראפגעפאלן דערפון צוליב פנחס יאקאבאויטש'ס שלימזלות, און אויך ביסטו געווען ביי א מיטינג אין תולדות אהרן בית המדרש מיט יעקב מאיר פערענץ און אנדערע אלייענס מענטשן.

ער איז געווארן גערעגט און נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.

נאכדעם האט מען אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די ביליגע אטאקעס אינעם עיר הצדק קעגן די מצילי אש און אנדערע לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציעס אין קרית יואל, האט ער געענטפערט אז ער האט נאכנישט געליינט דעם עיר הצדק און ער האט נאכנישט דיסיידעט צו ער איז קעגן מצילי אש אדער נישט.

דא האט מען אנגעפאנגען אים קראנק צו מאכן, וויבאלד ער איז דאך א קאנדידאט, וואס זיין מיינונג איז איבער די נוקלעאר אפשאן אין סענאט, ער איז געווארן מער און מער בכעס מיט יעדע מינוט וואס איז אריבער

איין יונגערמאן האט אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די הויכע גאזאלין פרייזן.

האט ער געפרעגט וואספארא שייכות האט דאס מיט קרית יואל?

האט אים דער יונגערמאן געזאגט, וואס הייסט? יעדער איד אין קרית יואל צאלט נעבעך אזויפיל אוועק פאר גאזאלין פרייזן, אלס קאנדידאט מוזט איר דאך זיכער האבן א פלאן וויאזוי צו לאוערן די הויכע פרייזן.

ער האט זיך גענומען צו שעלטן און גארנישט געענטפערט.

אן אנדערער יונגערמאן האט אים געפרעגט אויב מענדל שווימער וועט אפטרעטן אויב ער געווינט די וואלן.

דא האט ער שוין מער נישט געקענט דורכטראגן און ער איז אוועקגעגאנגען

תוקן על ידי - קריתיואלער - 22/05/2005 19:40:04

קריתיואלער » 22/5/2005 19:42

היינט ביי די דעבאטע אין שוהל, באנדא שטייט א גערעגטער און אפגעפאטשטער
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 22/5/2005 19:50

די בילד האב איך באקומען אויף email.

נאך יונגעלייט האבן געכאפט בילדער, ווער ס'האט זאל ביטע ארויפלייגן אויף דעם אשכול.

קרית_יואל » 22/5/2005 21:42

קרית יואל'ער
באנדא שטייט נישט קיין אויפגערעגטער און אן אפגעפאשטער
זעסט נישט וויאזוי עס גיסן זיך אים טרערן פון די אויגן און ער האלט זיך עס אינמיטן ווישן?...

זשוליאני08 » 22/5/2005 21:50

וואס איך זע איז וויאזוי א יונגערמאן גיט אים שלום עליכם מיט די לינקע האנט און ער געט נישט צוריק און לינקס שטייט א יונגערמאן און ווארפט זיך פון לאכן...

קרית_יואל » 22/5/2005 22:01

א פלא.
דו זעסט אז ער גיט אים שלום מיט די לינקע האנט בעת איך זע אז יענער האלט די ליקנע האנט מיט די תפילין אנגעטאן און טענה'ט זיך.
אויך זעסטו נישט ווי באנדא שטייט און בוכה'ט ווי א קליין קינד...

זשוליאני08 » 22/5/2005 22:52

נו, דאס ליצנות איז דאך נאך סאך גרעסער, ער האט תפילין אויף די האנט און ער גיט אים דערמיט שלום עליכם...

גוטזאגער » 22/5/2005 23:03

די מעשה האט זיך שוין אנגעפאנגען פריער, באנדא איז געקומען צופרי אין ביהמ"ד און זיך געשטעלט ביי די סטעפס פון בית המדרש אין געבעטען ביי יעדען איינעם צו וואטען פאר עם.

שפעטער האבן די יונגעלייט באשלאסען זיך צו נעמען איבער עם און מען האט געטריבען ליצנות ביז ער איז אוועקגעגאנגען און געלאפען צו די רביצין זוכען דארט קרבנות...

איך האב בילדער, איך גיי עס באלד ארויפלייגען.

גוטזאגער » 22/5/2005 23:04

באנדא קאמפעינט אין גאס פאר'ן בית המדרש, ער בעט זיך ביי א יוד: איך בעט דיך וואט פאר מיר
[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 22/5/2005 23:07

ער קומט אריין אין בית המדרש און בעט זיך ביי הרב יאקאבאויטש: איך בעט דיך וואט פאר מיר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 22/5/2005 23:09

די יונגעלייט שלעפען עם אריין אין א דיבאעט
[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 22/5/2005 23:12

שטיצט איר די מלחמה אין איראק אדער נישט?
[בילד – נישט אפגעהיט]

העטעכפעטעך » 22/5/2005 23:17

ישר כוח פאר די בילדער , ווער עס האט נאך בילדער פין דעם פארוקטער באנדא ווערט געבעטן עס צי פאסטען , אין מהנה זיין דעם עולם.

גוטזאגער » 22/5/2005 23:18

איין יונגערמאן פרעגט א שאלה

יעדער לאכט

און יעקב יואל בלאזט...
[בילד – נישט אפגעהיט]

יעקביואל » 22/5/2005 23:26

יעקב יואל איז נעבעך געבליבן מיט די צונג און די בויך אינדויסען

עס איז געווען א נחת צו זעהן ווי ער "לויפט" פאר די וואלן. אוי איז ער געלאפן

קרית_יואל » 22/5/2005 23:29

איך הייב שוין אן מורא צו האבן אז באנדא איז טאקע אן ערנסטער קאנדידאט.
סעגעדין האט געמוזט ארויסשיקן זיינע טרופן צו באלאגערן באנדא און מאכן חוזק פון אים.
זיי האבן אבער א גרויסן טעות. באנדא איז נישט פון די מענטשן וואס לויפן אוועק פון היץ.

נואם_המדות » 22/5/2005 23:54

נישט סתם געשיקט,

נאר ארויף געצווינגן

דהיינו

סעגעדין האט געקאלט די אינגעלייט, וואס זענען געשטאנען אויף מעריב זייט פון ביה"מ הגדול, און זיי געהייסן אז זיי זאל שוין נעמען א באס און פארן קיין 47 צו די דיימאנד דיסטריקט

און נאכמער ער האט זיי געזאגט, אז עס מוז שוין זיין, זיי זאלן אפילו נישט אויסטאן די תפלין, נאר שוין גיין

און מר. באנדא, אלץ דעם גוטהארציגער, האט זיי אויפגענומען ביי זין אין ביורא, מיט גרויס כבוד, און ארום גערעדט מיט זיי

עס דערקענט זיך טאקע אין דעם אינטערגרינד, דער אפיס פון פרעזידענט בענדאו,

....................


לאכט נישט, ווייל ליידער, זענען די זאלי'ס נעבעך אזוי משוגע, אז ווען עטליכע אינגעלייט אינמיטן דאווענען,- נו, מפסיק זיין אין מיטן דאווענען, נאכדערצו רעדן מיט די תפלין, היכתן - האבן באמערקט, אז דער נערווען קראנקער, פאנטאזיסט, האט זיך אנגעריקט, דארט ווי זיי דאווענען, האבן זיי זיך געלאזט וואויל גיין אויף זיין חשבון,

נו, איז דאס נישט קיין סימן אז סעגעדין ציטערט פון בענדאו


וואס זאלי האט געמאכט פון זיין עולם, איז אומבאשרייבאר

קרית_יואל » 23/5/2005 00:45

זעענדיג וויאזוי דו שרייבסט ווי א מטורף זע איך שוין גוט וואס הגאון הצדיק מסאטמאר שליט"א וומס"ב הארט געמאכט פון דיר!!!!

זאליweaky » 23/5/2005 00:51

פארוואס דארפסטו ארויס ברענגען אז ער שרייבט ווי א מטורף, יעדער זעט דאך אליין אז ער שרייבט אזוי, ניין ?!

זשוליאני08 » 23/5/2005 01:04

קרית_יואל

זעענדיג וויאזוי דו ענטפערסט אים ווי א מטורף זע איך שוין וואס באנדא האט געמאכט פון דיר

אלסווייסער » 23/5/2005 16:47

ס'איז דא נאך פיקטשער'ס, קליפס ???.

געשמאק » 29/5/2005 15:27

די וואך קומט באנדא אויך אין שול ??????

משהלע » 29/5/2005 17:17

באנדא האט געזאגט פאר זיינע פריינט אז אויב פארלירט ער די וואלן שערט ער זיך אפ זיין בארד און פיאות ווארפט ער אוועק זיין קאפעל און גיט אויף זין גאנצע (האלבע) אידישקייט, אלזא לדעתי פאר דעם אליין דארף מען וואטן פאר עם ער זאל בלייבן א איד.