היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » קאונטי ארויס אין קאמף קעגן קרית יואל

קאונטי ארויס אין קאמף קעגן קרית יואל

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1386756

פענטער » 20/5/2005 12:18

די קאונטי גאווערמענט איז ארויס אין א קאמף קעגן קרית יואל, פשוטו כמשמעו!

אנטיסעמיטן אינעווייניג אין די קאונטי גאווערמענט, האבן זיך צוזאמגענומען און ארבעטן פאר אלע פרייזן אפצושטעלן די בוי פון נייע הייזער אין קרית יואל!

ליינט דעם ארטיקל פון היינט אין רעקארד:

Investigate KJ builders, Diana says

Goshen – Orange County Executive Edward Diana struck two blows at Kiryas Joel housing developers yesterday, calling for investigations into allegedly illegal sewer hookups and clear-cutting of trees in a corner of the village where most of its growth is occurring.
Diana announced that he's asked District Attorney Frank Phillips and Sheriff Carl DuBois to look into illicit connections to the county's "west branch" sewer main and "the clear cutting and deforestation of lands on County Route 44."
Kiryas Joel wasn't mentioned in the news release, but Diana spokesman Steve Gross later said both alleged problems were in that village. He said 26 illegal sewer hook-ups were found.
"We are concerned that additional sewer hookups could lead to sewage overspill," Diana said. "If raw sewage backs up into public areas, the public health of residents in the area could be in danger."
The announcement heightened the tension between Orange County and Kiryas Joel over the village's rapid growth and related issues. Sewage treatment often fuels the friction because the county treats wastewater for the southern part of the county at plants in Harriman and Kiryas Joel.
The issue of illegal hookups appears to stem from a long-standing dispute between the county and Kiryas Joel developers over a new pipe needed to handle wastewater from new homes built off Route 44, known locally as Mountain Road.
The developers agreed in January 2004 to pay for the pipe, one bone of contention. According to village officials, 426 homes have been built in the Mountain Road area since 1997, and 326 more are under construction.
Diana said developers have ignored sewer violation notices and let residents occupy homes without "adequate sewer facilities."
The county will seek a court injunction to prevent further connections, he said.
Kiryas Joel Administrator Gedalye Szegedin offered a brief response to Diana's statement yesterday: "The village is going to try to mediate between the development community and the county to bring this issue to a resolution."
The county and Kiryas Joel were already fighting in court over the environmental review for Kiryas Joel's proposal to tap New York City's water supply – a dispute churning the same brew of growth issues, particularly sewage treatment.
A more recent conflict centered on improvements Kiryas Joel wanted the county to perform on Route 44. Impatient to have the road widened for commuter buses and sidewalks installed for pedestrians, village officials have threatened to seize the road through eminent domain and do the work themselves.

http://www.recordonline.com/archive/2005/05/20/mkj20.htm

פענטער » 20/5/2005 12:32

די מעשה גייט אזוי:

די אנטיסעמיטן אין די סוער דעפארטמענט פון די קאונטי גאווערמענט ווילן פאר יעדן פרייז ברענגען א סוף צו די וואוקס פון שטעטל, און וועגן דעם שטעלן זיי לעצטנס אונטער פיסלעך אויף טריט און שריט, צו בלאקן די פערמיטס פון נייע הייזער, און יעצט איז דא א גרויסע סכנה אז מען וועט אפשטעלן די ווייטערדיגע בוי פון דירות, און די ווייטערדיגע אריינמאפן אין די עפארדעבל דירות.

אנגעפאנגען האט זיך עס ווען די קאונטי אפישעלס זענען געקומען מיט אן אויסגעטראכטע מעשה אז די סוער פייפס וואס לויפן אריבער לעבן די עפארדעבל דירות געגנט זענען זייער קליין צו קענען ארייננעמען פרישע דירות, כאטשיג אלע אינזשענירן האבן געזאגט אז דאס איז שקר וכזב.

זעענדיג אז די קאונטי וויל נאר שטערן דאס בויען פון פרישע הייזער, האט ועד הקרי' אויסגעגעבן א מיליאן דאלאר צו בויען א נייע סוער פייפ, איז געקומען די קאונטי און פארלאנגט אז מען זאל זיי אוועקגעבן די פייפ, פארשטייט זיך אז ועד הקרי' האט דאס אפגעזאגט, ווייל זיי זענען נישט געווען גרייט אוועקצוגעבן א מיליאן דאלאר הקדש געלט פאר די קאונטי. אלס נקמה איז געגאנגען די קאונטי און פארשפארט די סוער פאר אסאך פון די עפארדעבל הייזער.

ועד הקרי' האט פאר טייער געלט געמוזט ברענגען א ספעציעלע קאמפאני צו פאמפען די סוערס פון אלע הייזער וואו מען האט פארשפארט די סוער.

עדי דייענע, איז זייער א נאנטער פריינט פון קרית יואל, אבער ליידער איז ער אונטער גרויס דרוק פון די אנטיסעמיטן פון אינעווייניג און אינדרויסן פון די קאונטי גאווערמענט אז ער זאל ברענגען אן ענדע צו די וואוקס פון קרית יואל

און וועגן דעם האט דייענע היינט ארויסגעגעבן זיין דערקלערונג אז ער עפנט אויף די אינוועסטיגעישאן קעגן די פריוואטע בילדערס, יודי גאלדבערגער, יאנקל סופר, און אנדערע דערנעבנדע בויערס, ווייל זיי האבן זיך מכלומר'שט אומלעגאל באהאפטן צו די סוער פייפ. אין די זעלבע צייט האט שוין די קאונטי געטראפן אנדערע עבירות אויף די בויערס און זיי געגעבן ריזיגע ווייאלעשאנס וואס קען זיי אפקאסטן שווערע שטראפן.

דאס איז די לעצטע פון א רייע אטאקעס פון די קאונטי גאווערמענט קעגן קרית יואל, אנגעפאנגען מיט דעם פייפליין, און נאכדעם מיט די ריזיגע פארק וואס זיי גייען בויען ממש ביים גרעניץ פון קרית יואל, און יעצט מיט'ן שטערן די וואוקס פון קרית יואל.

דער אייבירשטער זאל אודאי האלטן זיין רעכטע האנט אויף קרית יואל און אונז אלע ראטעווען פון די אנטיסעמיטישע פלענער.

שארמאש » 20/5/2005 15:54

דאס איז די פירות פון אונזערע peace seekers וואס בשאט נפש האבען זיי צובראכען דעם בלאק וואוט.

א"י פריינד נעם אראפ קרית יואל פון דיין אגענדע!!!

ekstein » 20/5/2005 17:17

וועד הקריה וואס זייער פאן טראגע איז עקספיריענס אין רעזאלטאטען איז באשולדיגט אין גניבות וגזילות
וואס ווער עס האלט מיט וואס איז יעצט געשען איז גארנישט קיין שום פליאה

די אומפאראנווארטליכע פירערשאפט פין ווילידזש וואס גייט אן יארען מיט זייער הערצעל ציוניטישער פאליטיק פין זיך ארום שלאגען מיט די ארומיגע שכנים אויך א שרעקליכען אופן
אין האט דערקלערט קריג אין אלע פרעסע קאנפערענצען מיט די קאנטי אין זיי גערופען אין קארט אין זיי אויסגעברענג מיט 2500000 טויזענט דאלער אין א גאנצער צייט פין די פייפליין אישו זיך גערייצט אין געשלאגען מיט אלע שכינים אין אוגערייצט יעדעם א געגן קרית יואל איז נישט שולדיג געבליבען אין טיפער אריינגעקוקט אין אלעס ארום וואס עס גייט פאר אין קרית יואל אין ענדעקט א שרעליכע גניבה וואס איז א פאברעכען וואס איז
"סיטעמאטיש אין ארגענעזירט"
געווארען פין וועד הקריה(א זאך וואס זיי טוען רעגלמעסיג מיט אלע אידישע איינואנערס פין די קריה נאר זיי האבן געמיינט אז זיי האבן דא צו טוען מיט א פאר אידעלעך וואס וועלן זיך בארואיגען אבער ווי עס קוקט אויס וועלן זיי מאכען נקמה אקציע אויף דעם קארט וואס זיי פירען קעגן sh קאונטי



דאס איז די עקספיריענס פין גניבה אין גזילה אין חילול השם אין די רעזאלטאען וואס אויב די אידן אין קרית יואל וועלן צולאזען אזא התגרות באומות ווער ווייסט וואס נאך די רעזאלטאטען קענען זיין

אויב איז דאס די וועג פין ערלעדיגן האזניג צו צינדען א פייער פין אנטיסעמיטיזים מיט גניבות וגזילות פין אידן אין פין גוים צוגלייך אין חילול השם קען מען ארויס געבן וואס פארא ביכלעך מען וויל אין עס וועט נישט פארענטעפען דעם שרעקליכען התגרות באומות

די סטעיטט גאאוערמענט איז געשטאנען גרייט צו געבן נאך פראיקטען פאר ביליגע האזינג אין קרית יואל נאר די שנאה צו ערליכע אידן פאר פארטייאישע צוועקען איז געווען די די סיבה פארוואס די ווילידזש מיט וועד הקריה האט עס בכל אופן געשטערט אין נישט געלאזט צושטאנד קומען

עס איז דא א ווארט פין חתם סופר אין ספר הזכרון ווי בשעת די מלחה איז געווען די עשירים וואס זענען די ערשטע געאנגען געבראכען אין געווארען שרייבט דער הייליגער חתם סופר פארוואס דאס מן השמים געקומען
וועגן די מייקריי השער פין די עשירים וואס האבן געהאט ריעל עסטעיט אין הייזער אין געהויבן די פרייזען אז א פשוטער מענטש האט נישט געקענט צוקומען דערצו חוץ אז ער האט דיך די טאשען אויסגעלייגט אין דער דאזיגער געשריי פין די עניים אין אביונים איז ארויף לשמים אז די רעגורונג האט זיך פארלייגט אויף די בעלי הבים די וואס פארמאגען די הייזער מיט אינוועסטיגעשאןס אין זיי פראצעסירט


סעגדין נעם אראפ דיינע שמוציגע הענט פין די אידישע איינוואנערס אין קרית יואל וואס דו פירסט אריין דעם גאנצען ציבור אין א סכנה מיט דיין התגרות באומות




תוקן על ידי - ekstein - 20/05/2005 17:38:52

קריתיואלער » 20/5/2005 18:12

אה דער אנטיסעמיט און סעלף העיטינג דזשו עקשטיין איז אויפגעשטאנען, און ווייטער אנגעפאנגען מיט זיינע נארישע אטאקעס (התגרות באומות, רייצן מיט די גוים, הערצל פאליטיק וכו',)

עקשטיין האט א געסעיווטע פייל און זיין קאמפיוטער, וואו ער האט אפגעקלאפט א גאנצע דרשה קעגן די ווילידזש, און ער דארף נישט מער ווי דרוקן קאנטראל סי און קאנטראל ווי, צו געבן א שיס אויס זיינע נארישע בויך קוועטשענישן איבער התגרות באומות און הערצל פאליטיק, און וואונדער איבער וואונדער, ס'וועט אלעמאל אריינקומען, אפילו ווען מען וועט רעדן פון א סוער פייפליין.

עקשטיין שרייבט: "ווער עס האלט מיט וואס איז יעצט געשען איז גארנישט קיין פליאה"

עקשטיין, דו ביסט א וויליאמסבורגער, און דו ווייסט וואס טוט זיך אין קרית יואל פונקט ווי דו ווייסט וואס ס'טוט זיך אין האנאלולו. די איינציגסטע סוגיאס וואס דיין פארשטאפטע קאפ פארנעמט איז עירוב, ארטיסטן, אהרונים מוסרים און וואטערפראנט פראיעקט. דו האסט נישט קיין אהנונג וואס עס טוט זיך אפ דא אין קרית יואל, כאטש דו קומסט אייביג און ווארפסט בקיאות, וואס ווייזט בסך הכל נאר פאר יעדן ווי קלוג דו ביסט.

קרית יואל'ער אידן האלטן שוין מיט אפאר חדשים איבער דעם קריזיס מיט דעם סוער פייפליין, און פלוצלינג געסטו דיך א וועק אויף און דו ווייסט שוין אלעס, ווען באמת ווייסטו נאר וואס דו האסט געליינט אין היינטיגן רעקארד.

מיט צוויי טעג צוריק האסטו געליינט אין רעקארד אן ארטיקל אז ס'איז געווען סירקוס מוזיק ביי אן עלעפאנט שאו פאר קינדער, ביסטו שנעל געלאפן און עס ארויפגעלייגט אויף היידפארק, ווען האלב קרית יואל'ער אידן האבן מיטגעהאלטן די שאו און געהערט די שירה טעיפ וואס האט געארבעט. אויך דעמאלטס האסטו געוואוסט פונקטליך וואס עס איז געווען, ווען באמת האסטו נישט געהאט קיין אהנונג. עס איז דיר אפילו נישט איינגעפאלן אז דו גייסט זיין ללעג ולקלס ביי יעדער פון קרית יואל וואס ליינט היידפארק.

יעדער איד אין קרית יואל ווייסט וואס מיר תושבי קרית יואל גייען אריבער א דאנק די אלייענס וואס האט צובראכן אונזער בלאק וואוט. אזעלכע פאליטישאנס ווי עדי דייענע, וואס איז אזוי נאנט צו קרית יואל און ער איז באמת באפריינדעט מיט אונז, איז געצווינגען געווען ארויסצוקומען קעגן אונז, ווייל ער ווייסט אז אויב וועט ער העלפן קרית יואל וועלן אלע אנטיסעמיטן ארויסקומען וואוטן קעגן אים און זיי וועלן נאך האבן די הילף פון די קראנקע אלייענס וואס מאכט אלעמאל א יד אחת מיט די אנטיסעמיטן קעגן קרית יואל.

פארוואס זאל ער העלפן קרית יואל ווען אזעלכע סעלף העיטינג דזשוס ווי עקשטיין האבן נישט קיין טראפ הכרת הטוב פאר אים און גייען ארויס וואוטן קעגן אים.

מיט פינף יאר צוריק וואלט קיין שום פאליטישאן זיך נישט געוואגט צו טאן וואס עדי דייענע האט נעכטן געטאן, א דאנק די אלייענס האט קרית יואל פארלוירן זייער רעספעקט ביי די פאליטישאנס!

תוקן על ידי - קריתיואלער - 20/05/2005 18:15:09

ekstein » 20/5/2005 18:34

ב"ה אז דער צושמעטערטער השפעה פין דעם בלאק וואוט וואס טעריזירט פיצלעך קינדער אינמיטען די נאכט- איז צומעטערט

ב"ה אז דער צושמעטערטער השפעה פין דעם בלאק וואוט וואס האט גזייעט שנאה אין רציחה קעגן אייגענע ברודערס איז צושמעטערט


ב"ה אז דער ב"ה אז דער צושמעטערטער השפעה פין דעם בלאק וואוט וואס האט בארויבט הייזער פין אידישע קינדער איז צושמעטערט


ב"ה אז דער צושמעטערטער השפעה פין דעם בלאק וואוט וואס האט אין נאמען קרית יואל מיט א שרעליכען התגרות באומות זיך גערייצט אין גשלאגען מיט אלע שכינים אי ז צושמעטערט

ב"ה אז דער צושמעטערטער השפעה פין דעם בלאק וואוט וואס האט נישט צוגעהרט קיין שום לאגיק פין נארמאלע מענטשען אז זיך צו שלאגען אין הרגענען מיט די שכינים ברענגנגט נישט נישט קיין גוטס איז צושמעטערט

ב"ה אז דער צושמעטערטער השפעה פין דעם בלאק וואוט וואס האט קעגן די ווארענונג פין רבנים עסקנים אין די אלייענס צו פרירען דעם פייפליין אישו אין טרעפען א פרעידליכען וועג (וואס אויב מען געט עפעס פאר די שכינים איז געווען א אויסוועג)
אין נישט צו גיין קלאגען די קאנטי אין זיי נישט אופצורייצען אין עס איז איגנארירט געווארען אלץ די ציוניסטישער פאליטק דאגמע


אין בה" אז עס איז דא היינט א בלאק וואוט וואס שטייט אויף דער וואך אין געט נישט קיין חרב ביד הגוים להשמידינו וואס דאס דער אמתדיגער גלות וועג וואס אידישע קינדער פירן זיך בעת גלותם

אויסשווארץ » 20/5/2005 19:31

קוק אן דעם נעבע'כל..

ב"ה אז ב"ה איז צעשמעטערט.

ב"ה אז זייער צעשמעטערטע השפעה איז צעשמעטערט....

וואזוי זאגן נאר די אלייענס אין זייער צעטל:
צינוקפטיגע קאנדידאטן...

אוי זענט איר צישמעטערט

שארמאש » 20/5/2005 19:47

עקשטיין:
עס איז דיר נישט גענוג וואס דיינע ברודער אין וויליסבורג זעען וואספארא לוזער די ביסט, קומסטו אויך קיין מאנרא?

גיי קאווער דיין בעיס מיט דעסער...

נואם_המדות » 20/5/2005 19:59

העלאו עקשטיין

איך האב היינט גערעדט צופרי צו דיין ברודער אין קליינעם ווייסן שוהל - 12 גארפיעלד - און אינטערעסאנט אז ער האלט פונקט פארקערט, פון אים קומט אויס אזוי

אז קרית יואל וועט אי"ה ווייטער בויען, און בליען

די פראגע איז, וועט עס זיין "בצל החכמה אדער בצל הכסף"

און ר' מ. ש. האט מסביר געווען אזוי, אז ווי באוואוסט האט דער לעגענדארער ר' ליפא פריעמאן, איינגעפירט, אז מען גיט פאר פאלעטישאן'ס נישט קיין געלט מען גיבט זיי שטימען

און ווי היסטארי ווייזט, האט דאס ברוך השם געארבעט זיין פיין אלע יארן

אויך אין קרית יואל איז אזוי געווען אלע יארן, ביז...............

איז די פראגע - לויט מ.ש. - נישט אויב די שכנים וועלן מסכים זיין אז קרית יואל זאל וואקסן, ווייל אויב וואלט מען געמאכט היינט א 'פאול' , די זעלבע אויב די 'פאול' וואלט געווען געמאכט תשל"ד, תשמ"ד, תשנ"ד, און תשס"ד, ביי די שכנים פון קרית יואל, אז "כאילו" זיי האבן די אפציע, אז קרית יואל זאל פארטריבן ווערן, פון אראנדזש קאונטי היל"ת, וואלט אין אלע יארן געווען דער תירוץ ערגעץ צווישן 90-100 % אז ... פירטס אליין אויס

און די פראגע איז אויך נישט, אויב קרית יואל האלט ח"ו ביים נאכקומען די פארלאנג פון די אנטעסעמיטן, נישט תשל"ה, נישט תשמ"ה, נישט תשנ"ה און אויך נישט תשס"ה, מען וועט אי"ה מקבל פנים זיין משיח דא אין קרית יואל

די פראגע איז נאר, צו מען וועט באקעמפן די שכנים דורך, די בלאק וואוט, "בצל החכמה" - די חכמה פון ר' ליפא ז"ל - אדער וועט מען מוזן גיין "בצל הכסף"

און עס איז אויך נישט די פראגע, ווער עס באצאלט דערפאר, ווייל סיי וועד הקרי', סיי דער ווילידזש, סיי סקול דיסטריקט, נעמט דאס געלט פונעם ציבור, און אין רוב פעלער קומט דאס פון "אלע" איינוואוינער צוגלייך, חסידים, מתנגדים, בני יואל, זאלי, אאו"ו

די פראגע איז אויך נישט, ווער עס וועט פירן די ווילידזש, וועד הקרי', סקול דיסטריקט, דער תירוץ איז א דער רוב וועט עס פירן, און ווער עס איז רוב - און רוב מיינט 51 פראצענט און העכער - איז שוין באשטימט געווארן איבער 5 מאל אין די לעצטע פיר יאר, און וועט נאכאמאל באשטימט ווערן אין 10 טאג

די פראגע איז צוריק נאר דאס, וועלן אפאר מחרחרי ריב, קענען שאדן מאכן צענדליגער און הונדערטער טויזענטער דאלער בלי גוזמא, פאר די איינוואונער, דורך דעם וואס מען מאכט די מחלוקה, אז מען ווייזט פאר די אהרונים, נאר וועגן דעם ארבעטן זיי, מיר וועלן "פארבעסערן" - נוסח באנדא - און אנדערע שאבלאנע תירוצים

און די פראגע וועט יעדער שטים בארעכטיגטער אין קרית יואל באשליסן און יוני 1 2005 למספרם

לויט מיינע פאולס וועט דאס אויסקומען בערך 60-39, נאכאמאל אז דער רובא דמינכרא וויל נוצן "בצל החכמה"

און די איבעריגע 39 פראצענט, וויל אז עס זאל זיין "בצל הכסף" בבחינת 'גם לי, גם לך לא יהי', אדער 'איך זאל פארלירן דעם קאפ, אבי די פארלירסט דעם פיס'

ע"כ פון 'עקשטיין'ס' ברודער אין קרית יואל, די וואך מיטוואך פרשת בהר צופרי אום 9:10 אין דעם קליינעם ווייסן שוהל

קאמענטארן זענען גענצליך איבעריג



תוקן על ידי - נואם_המדות - 20/05/2005 20:03:39

קרית_יואל » 20/5/2005 20:52

נעבעך נישטא ווער עס זאל לאכן.
ער רעדט זיך אפ אז מען האט צעבראכן דעם בלאק וואוט.
צעבראכן דעם בלאק וואוט האט סעגעדין וכת דילי' וועלכע האבן טראץ אלע געבעטן געפירט א פאליטיק קעגן א ריזיגן ציבור תושבי קרית יואל.
כ'מיין אז עס איז נישט אזוי שווער פאר סעגעדין צוריק אויפצובויען דעם בלאק וואוט ווען ער זאל פארטרעטן די אינטערעסן פון "אלע" תושבי קרית יאול צוגלייך.

rabbi88 » 20/5/2005 20:56

Hello again Ekstein
I see that whenever I corner you and you have nothing to answer you go to another blog and start all over again, NO PROBLEM, I'll follow you

You quoted the Chasam Sofer so I'll quote the Torah! which says "Loi Sisnoh es Ochicho" (don't hate your brother)look at you, you ignore the Torah everyday on Hydepark with the hatred that you spew then you quote the Chasam Sofer? don't you see how silly this is

Forget about name calling let's just go over Kiryas Joel's history and I'll ask you to teach me once and for all which incident was Hisgaris BeImis and which was a Kiddush HaShem

Building the Monfield Homes__________
Dressed like a goy with a dog________
Opening illegal shuls and Mikvah______
Opening illegal grocery store_________
Opening an illegal school_____________
Waldman running against Murphy________
Meisels run for MW school Board_______
Making phony calls to neighbors_______
Lefkowitz calls neighbors Nazis_______
Wieder asks to stop annexation________
Alliance annexation application_______
Alliance withdraws part of it_________
pipeline to prevent water shortage____
lying about beer factory (school________
your guy builds Hisgaris BeImis homes________
open illegal cemetary in Woodbury_______

You see, I don't know the ins and outs of Hisgaris BeImis. Where I see a clear case of Hisgaris BeImis you call it a Kiddush HaShem and when I assume it's going to be a Kiddush HaShem you scream Hisgaris BeImis

Please be so kind and respond to each and every one of them anI really want to learn. And Ekstein, please don't run away, I really want to understand

באנדא » 20/5/2005 21:24

דא האט דער פלאכער סעגעדין געמאכט א מיסטיעג!!!!!!

ער האט זיך איינגערעדט אז דער עולם האט פארגעסן פון זיינע דורכגעפאלענע ""התגרות באומות"" שריט און ער האט געוואלט דעאמאנען דעם עולם אז ער איז נאך אלץ עומד במרדו
האט ער אויסגעטיילט באפעלן וויאזוי צו צופיקסן די קאונטי

אבער דער עולם האט נאך בכלל נישט פארגעסן!!!!!!!!!

ווי לאנג נאך וועט דער פלאכער שגצ סיקירן דעם עולם!!!!!

ווי עס קוקט יעצט אויס וועט דאס נישט נעמען מער פון פיר וואכן !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נואם_המדות » 20/5/2005 22:10

באנדא

געדענק יום לשנה

פיר וואכן אז מען רעכענט יום לשנה, וועט שוין מן הסתם וואקסן גראז נישט נאר אויף דיין הענט, נאר אויף אויף דיין גאנצן גוף...............


נ.ב., לערן דיר אויס, שרייבן, ספעלן, וכולי

אביסל רעספעקט פאר דעם פארום

נ.ב.צ., פארגעס נישט צו קומען דאוואנען אין דעם קליינען ווייסן שוהל אויף 12 גארפילד אויף מיוואך יוני דעם 2'טן, און ווייטער,

תפלת מעריב, יעקב תקנום, עס איז דאך דיין אושפיזא צו דאווענען מעריב

זאליweaky » 21/5/2005 00:04

קרית יואל:

כל הכבוד.

ביזט געלאדנט דא ברבים צו אנהייבן די דעבאטע, און לאזן הערן דיין מיינונג וואס סעגעדין דארף און קען טון אז די אלייענ'ס זאל אים שטיצן, אויסער איבערגעבן דעם בענקל פארן רבי'ן זי"ע (פארדאן: פנחס יאקאבאוויטש).

טקסטשלךכאן » 23/5/2005 18:48

די אנטיסעמיט עקשטיין האט זיך שוין געפרייט, אז סאיז דא א נייעס אין רעקארד קעגען קרית יואל, אזוי האט ער געקענט טאנצען פאר שמחה און שרייען אז די וויליזש מאכט שוין ווייטער התגרות באימות.

אבער אפילו די רעקארד איז שוין נישט אזוי פארביסען ווי עם, די רעקארד האט היינט געשריבען אז די גאנצע סיבה פון עדי דייענעס מעלדינג איז געווען, ווייל ער האט געוואלט אוועק נעמען די העדליינס פון זיין דעמעקראטישע קעגנער, וואס האט געמאלדען זיין קאנדידאטאר די זעלבע טאג, ווייל ער האט געוויסט אז זיין דעמעקראטישע קעגנער גייט פראבירען אויס צו נוצען קרית יואל קעגען עם.

Timing is everything

It was what folks in politics call a "coincidence."
Thursday afternoon, just hours before Democrat Michael Edelstein was expected to announce his bid for Orange County executive on a platform of environmental restraint, his opponent, County Executive Edward Diana, released plans to investigate alleged clear-cutting and illegal sewer hook-ups by a pair of Kiryas Joel developers.
So, while most local news outlets covered Edelstein's announcement, they also carried stories about Diana's evironmentally themed investigation. But Diana, a Republican, denied the story was timed for purposes of campaign strategy.
"You don't know how long we've been looking into this," Diana said. "It has nothing to do with Mr. Edelstein's announcement. We don't run Orange County based on statements and press conferences and political matters. We do what's best for the people of Orange County."


תוקן על ידי - טקסטשלךכאן - 23/05/2005 18:52:50

קריתיואלער » 23/5/2005 19:15

טקסט, האסט פארפאסט סאך אן אינטערעסאנטערע ארטיקל פון רעקארד, וואס די אלייענס וויל נישט אז קיין שום קרית יואל'ער איד זאל עס זען, ווייל עס מאכט צונישט זייער גאנצע התגרות באומות אגענדע.

דער אוהב ישראל דאג קאנינגהאם שרייבט היינט אן ארטיקל, וואו ער זאגט מוסר פאר עדי דייענע אז ער האט געהאט די חוצפה ארויסצוקומען מיט אן אטאקע קעגן קרית יואל, ווייל ער וויל געפעלן די אנטיסעמיטישע שכנים פון קרית יואל.

קאנינגהאם שרייבט אז קרית יואל איז געווארן א סטארעדזש וואס נעמט אריין אלע קריטיק. אויב איז נישטא קיין סוער שרייט מען, קרית יואל (פארדאן. איך מיין צו זאגן: התגרות באומות...). אויב הייזער קאסטן טייער שרייט מען קרית יואל, אויב איז נישטא קיין וואסער שרייט מען ווייטער, קרית יואל.

קאנינגהאם שרייבט וואסערע חיות די קאונטי אפישעלס זענען אז שוין יארן לאנג וואס זיי ווילן נישט פאררעכטן די סוער פראבלעמען פון די קאונטי, וואס דאס האלט אפ צו בויען פרישע הייזער (און איך האב געמיינט אז אברהם ווידער איז שולדיג...)

קאנינגהאם איז זייער שטארק משבח קרית יואל פאר'ן ארבעטן צו ענדיגן זייערע וואסער פראבלעמען (וואס איז מיט דעם קאנינגהאם? ער איז א גוי און כאפט טאקע נישט אז דאס איז התגרות באומות?) און ווארנט אז אויב מען וועט זיך לאזן פון די קראנקע ענווייראמענטאליסטן וואס ווילן אז די קאונטי זאל נישט בויען קיין שום פרישע הייזער, און עס זאל איבעראל בלייבן נאר ביימער, וועט ארענדזש קאונטי ווערן א צוריקגעשטאנענע פלאץ אן קיין דזשאבס אדער סערוויסעס.

Someone, make things happen

We have found the straw man in the race for Orange County executive.
It's Kiryas Joel, the repository, apparently, of any number of evil things. Enough evil, anyway, that County Executive Edward Diana on Thursday called on District Attorney Frank Phillips and Sheriff Carl DuBois to look into what Diana said are illicit connections to a county sewer main, as well as into the cutting of some number of trees. Or, as Diana put it, "clear-cutting and deforestation of lands on County Route 44."
One wonders what the percentages are here. Is Diana's target the Kiryas Joel developers? Or might it be the many county residents near Kiryas Joel who think the village is growing too fast and have been agitating against it?
My money's on the latter.
If developers are indeed hooking into a sewer main for which they have no approval or right to do so they should be stopped. But let us also remember that the histories of Kiryas Joel and of the county sewer plant are intertwined and have been so for some years. That plant has been chronically under the needed capacity for some years.
One can make a substantial argument that the development of southern Orange County in recent years would have proceeded in a far more orderly and logical fashion if adequate sewer service had been in place. As it was, years without new hookups meant that when new capacity was finally at hand, the development floodgates opened even wider.
And who is to blame for this rampant development, and the $500,000 houses now common in southern Orange? Why, it's Kiryas Joel. Likewise, why is it that the county is on the cusp of big-time water problems? Kiryas Joel again, which wants to tap into the New York City aqueduct, another thing the county now opposes.
At least Kiryas Joel had the vision and guts to try to solve its obvious water problems. And if the little village has enough political power to make something happen that Orange County either never thought of or couldn't make happen, what does that tell us of Orange County's political influence? Nothing good.
This did not occur under Diana, I know, but the county once had a plan to address its water issues. It was a water loop, and it made a lot of sense, more sense than large-lot zoning, that's for sure. The county response today on large-lot zoning seems invariably to be that the municipalities have home rule, which of course, they do. But large-lot zoning will make our development problems worse, not better, and that's crazy.
In any case, the water loop withered after Lou Heimbach left office, and he was the last county leader to understand Robert Moses. Today, political leadership on development and growth issues in some of our towns seems to have done a 180.
Montgomery is but one example, though Chester is rapidly closing the gap. No growth, no development. No water, no sewers, no traffic, no new roads. Definitely no new businesses. We'll live on green space. My friends, only the squirrels can live on green space. The rest of us need jobs and goods and services.
Also Thursday, Michael Edelstein, environmental activist and professor, announced he wants to be the Democratic nominee, against Diana.
We shall see whether the county executive's race this time brings us a substantive discussion of growth and development. If this turns into a contest of who can save the most trees, then no one wins.

http://www.recordonline.com/archive/2005/05/23/dougcol2.htm

rabbi88 » 23/5/2005 21:24

Ekstein

Why don't you respond to my questions? I really want to learn
If you don't have all the answers that's OK, but give me atleast one or two answers

Don't tell me that you have no answers at all

שדים_טאנץ » 23/5/2005 21:58

ראביי, וואלסט שוין געמעגט וויסן ווער עקשטיין איז

מיט א פאר חדשים צוריק האט ער ארויפגעלייגט דעם נאמבער פון די FEC אויף היידפארק, און געבעטן אז יעדער איינער זאל זיי קאלן און זאגן אז דער בלאט לייגט אריין מיאוסע בילדער (נישט פארגעסן, מען רעדט דא פון די Federal Communication Commission)

פאריגע וואך האט ער זיך געשוואוירן, אז ער האט געזען אן עלעפאנט טאנצן מיט מוזיק אין קרית יואל, אינמיטן ספירה (יא, ער האט גערעדט פון אן עלעפאנט)

דער מענטש איז א גרויסער עני בדעת. ס'איז א שאד אפילו אריינצוגיין מיט אים אין א דיסקאשען.

ווארהייט » 23/5/2005 23:23

פונקט ווי יעדער האט זיך פארגעשטעלט, איז עקשטיין פארשוואונדן געווארן פון די מאפע, ווי נאר דער היינטיגער רעקארד איז ארויסגעקומען פון דרוק. דער היינטיגער טאג יום ב' בחוקותי עקזיסטירט נישט ביי אים.

ער וועט ווארטן ביז אליווער מעקסאן אדער אן אנדערער אנטיסעמיט וועט שרייבן עפעס אן ארטיקל אין רעקארד, און דעמאלט וועט ער אויפשטיין תחית המתים און צוריק עפענען זיין קליינקעפיגן מח, און אנפאנגען ארויסצושיסן פון דארט טאנען מיט טיפשות. (התגרות באומות, הערצל פאליטיק וכו')

עקשטיין דערמאנט אונז די מעשה פון דעם איד וואס מען האט געכאפט ליינען אן אנטיסעמיטישע צייטונג אין רוסלאנד, און עס איז געווארן א גאנצע איבערקערעניש אין שטאט, ווי וואגט זיך א איד צו ליינען אזא שמוציגן אנטיסעמיטישן פאפיר.

האט דער איד זיך פארענטפערט, וואס זאל איך טאן? ווען איך ליין די אידישע צייטונגען ווערט מיר ביטער אויפ'ן הארץ, מען הערט נאר פון צרות ישראל און וויאזוי די אידן ליידן נעבעך אזויפיל אין גלות פון די אנטיסעמיטן.

ווען איך ליין אבער דעם אנטיסעמיטישן צייטונג ווער איך אויפגעלעבט ווייל דארט זעט מען ווי גוט עס גייט פאר די אידן, זיי הערשן אויף דער וועלט, זיי טוען מיט זייערע גוי'אישע שכנים וואס זיי ווילן, זיי האבן אזויפיל געלט.

דאס זעלבע איז מיט דעם תינוק בן יומו עקשטיין, יעדן אינדערפרי לויפט ער קויפן דעם רעקארד און ווען ער זעט א גוט שטיקל זאפטיגן אנטיסעמיטישן באריכט ווערט אים פרייליך אויפ'ן הארץ, און ער קומט ארויף דא אויף היידפארק און איז אונז מהנה מיט נארישקייטן איינס גרעסער פון די אנדערע.

עקשטיין, עס איז שוין צייט אז דו זאלסט מער ליב האבן דיינע אידישע ברידער, ווי די רשעות'דיגע אנטיסעמיטן, וואס האבן אונז אלע פיינט אייניג די זעלבע.

rabbi88 » 24/5/2005 00:37

Hisgaris BeImis" is a desease that you can contract through casual contact. Read today's Record and you'll se what happened to Cunningham and McKenna, they used to be solid reporters but after talking to this Szegedin guy they became as bad as the Kiryas Joel leadership.

Read both of their articles today and you'll see that suddenly they are knee-deep into Hisgaris BeImis,

קרית_יואל » 24/5/2005 03:29

ווען קאנינגהאם זאל נאר אמאל וואגן צו זאגן א קרום ווארט וועגן קרית יואל וועט עטץ שוין זען וויאזוי די אהרונים דא וועלן אים באצייכענען אלס א וויסטער אנטיעסמיט!

קריתיואלער » 24/5/2005 06:25

פארוואס עפעס זאל קאנינגהאם זאגן א קרום ווארט קעגן קרית יואל?

ער הייסט דען קרית_יואל אדער עקשטיין?

קריתיואלער » 24/5/2005 07:28

מאנטאג איז געווען א מיטינג צווישן די קאונטי און קרית יואל, צו ברענגען א לעזונג צו דעם פראבלעם.

Talks held to resolve KJ sewer flap
Goshen - Orange County officials met today with Kiryas Joel officials and developers to resolve a sewer dispute that only days earlier had prompted County Executive Edward Diana to call for criminal investigations.
On Thursday, Diana announced that he had asked District Attorney Frank Phillips and Sheriff Carl DuBois to look into illegal sewer hook-ups in Kiryas Joel and planned to seek a court injunction preventing additional connections. In an area off Mountain Road where hundreds of condominiums are being built, residents were allowed to move into 26 new homes and begin using the sewer system without proper permits in April, county officials say.
This morning, Diana and other county officials met for more than an hour and a half with representatives of the village and its developers and emerged with what participants said was a potential resolution. They wouldn't discuss the terms. More meetings will follow, Acting County Attorney David Darwin said.
Darwin said the two sides are also trying to resolve another issue Diana raised in his announcement last week: the clear-cutting of trees for more planned development off Mountain Road.
Chris McKenna

rabbi88 » 24/5/2005 20:29

Are these builders on Aharionim or Zalis?

rabbi88 » 24/5/2005 20:29

Ekstein, you still csan't find an answer