וועלכע רבי'שע משפחה רייסט זיך נישט ארום?
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1386223
צבי
פארוואס האפסטו אז אנדערע אידן זאלן זיך ארומשלאגן, האסט הנאה פון מחלוקת?
אין יארמע איז שלום !
סיי אין יארמע אין סיי און דינגא הערשט שלום ושלוה ציווישען ביידע רביס
ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק רשכבה"ג מיארמע שליט"א
ודומה לו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק רשכבה"ג מדינגא שליט"א
דערווייל. ווארט נאר נאך די 120 פין יארמע רב וועלין זיך די קינדער ראסען אויף די מוסדות..
wassa_diff
איך זעה אז נישט נאר איז דא מחלוקת אין קרעטשניף, נאר דו האסט שוין גענומען א צד דערין... ביי איינעם שרייבסטו ר' און ביי איינעם נישט...
KJfireman
ס'נישט מיין ווארט, שמעתי מפי יארמער רב שליט"א
גראף
איך זעה אז דו זעהסט
איך האב נישט געוואלט דא אריינרעדן אין דעם אשכול, א אשכול וואס פראוואצירט אויפצוברענגען אלע מיני מחלוקת. אבער איך האב באקומען א כאילו-ספעציעלע איינלאדונג פון אונזער קאמעראד "צבי".
צבי, דו האלטסט אין איבערקייען די זעלבע חכמה זיבעצן מאל, איזש לאמיך דיר אויך געבן צו פארדינען.
ריכטיג אין חב"ד קריגט מען זיך נישט ווייל דער רבי לעבט.
אבער אויף דעם גופא איז דא גאר אן ערנסטע מחלוקת, צי דער רבי לעבט יא צי דער רבי לעבט טאקע נישט. פיל קלעפ און איבערקערענישן איז שוין אויף דעם געגאנגען, יעדע הסבר אויף דעם איז איבעריג.
אבער וואס איז מאדנע ביז גאר, אז קיינער געדענקט שוין נישט דעם וועלט בארימטע מחלוקת וואס דער רבי נשיא דורנו האט געהאט מיט זיין שוואגער הרב גורארי, וועגן ירושה און געלט סכסוכים.
בדרך אגב איז דאס געווען די ערשטע רבי'שע מחלוקת וואס איז געגאנגען בריש גלי אין ערכאות אן פראבלעמען. און ווען חב"ד האט געווינען האט מען פארפאסט דעם וואויל באקאנטן ניגון: דידן נצח!
בן מלך:
עם הארץ איינער
1) ס'איז געווען זיין פלומעניק
2) איך האב דיר איינגעלאדענט?
3) ס'איז געווען ווייט פון די ערשטער מחלוקת
4) מ'האט זיך נישט געשלאגען וועגן רביסטיווע
פליז ענטפער מיר נישט און מאך דאס נישט קיין שמועס פון די אמאליגע פאליטיק
בןמלך
שקויעך פאר פארקריכן פון ענין, סהאט שוין געשריבן איינער פון די חכמי הפארום, אז דער סימן ביי אונז אין קרעמעל ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן איז: טוישן דעם נושא, בערך אזוי ווי בלייבן מיט די צונג אינדרויסן.
א) ווער רעדט אלטע היסטאריע
ב) דער "הרב" בערי גורארי איז ליידער קוים א שומר שבת
ג) מען רעדט פון מחלוקת צוושן רביס אין חסידים נישט פאמיליע טראגעדיעס (דער "הרב" גורארי איז די זעלבע יאהרן ווי רויזעלע ט"ב ע"ה מנח"כ בטבריה, שמעקט דיר בעסער? איך האב דיר שוין געשריבן דעם מאמר החכם: "מיש נישט קיין דרעק וועט נישט סרחה'ן"))
ד) וואס ביזטו אזוי פארביסן? דא איז א לייכטער אשכול, טעיק איט איזי בלע"ז
אויב דו ווילסט דוקא טשעפען צבי און דו קענסט דיך בשום אויפן נישט איינהאלטן, נאדיר איינס:
ליאזני
איך באמערק נאך א מחלוקה וואס האט נארוואס אויסגעבראכן.
צווישן דעם בן מלך און דעם נשיא הדור.
באטשי
עס איז דא א חרם הקדמונים שלא להוציא לעז על המתים
שרייבטס
דער "הרב" בערי גורארי איז ליידער קוים א שומר שבת.
עס קען זיין אז די האסט אזוי געהערט, אבער איך קען מענטשען וואס האבען אים געקענט, און ער איז געווען א שומר תורה ומצות במלוא מובן המילה.
איז ער נישט געווען קיין חסיד פון זיין פעטער "דער רבי שליט"א" און שוין מותר אלע שקרים?
יעצט צוריק צו דעם לייכטער אשכול.
בן מלך
הער זיך נישט צו צו באטשי, בעסער שווייג דו האסט שוין געוויזן וואס אן עם הארץ דו ביסט
דער ליאזנער "רבי" האט צוויי און האלב חסידים אריינרעכענדיק זיין אייגענע משפחה, צו זאגן אז דער ליאזנער און ליובאוויטש "רייסען זיך" איז ווי זאגן א קינד מיט א פלעסטיק מעסער האט א מלחמה מיטן אמעריקאנער ארמיי
באטשי, גוט געענטפערט --
פאר צבי!
קוק צוריק ווער עס האט פארדרייט און געמאכט דעם אשכול אויס איזי, אריינברענגענדיג אלטע מחלוקת.
איך האב עס נאר געמאכט "אויס איזי" פאר אזעלכע וואס האבן אלעמאל זייער ליב "יענעם'ס" עוולות, און "יענעם'ס" מחלוקת, האבן איך דיר געגעבן צו קאסטן אביסל אייגנס פון "ענקער" היימישער וויינגארטן...
EAT, SWALLOW, & ENJOY IT
עפשטיין
די וואס האבען אים געקענט ווייסען נאר סוף ימיו, זיין זיידע האט פון אים קיין נחת נישט געהאט
חרם הקדמונים גייט אייך אהן? איסורי דאורייתא מעג מען עובר זיין?
עפשטיין
כתבת
"עס איז דא א חרם הקדמונים שלא להוציא לעז על המתים"
שכחת
ס'דא אלאו אין די תורה שלא להוציא לעז על החיים
כתבת
"אבער איך קען מענטשען וואס האבען אים געקענט, און ער איז געווען א שומר תורה ומצות במלוא מובן המילה. "
איך ווייס אבער נישט צו די מענטשן וואס דו קענסט וואס האבן איהם געקענט זענען געוועהן ....
איין זאך ווייס איך זיכער אז ער איז געוועהן א גרויסער פערד. (במחכ"ת מין הסוסים...) ער האט געקענט האבן די גאנצע ליובאוויטשער ראביסטווע אויף א זילבערנע טאץ, און האט דאס אגעפוטשעוועט פאר אפאהר אלטע כתבי ידות.
ביי מיר איז ער אסערטיפייד שוטה פון שו"ע. ופטור מכל המצוות שבתורה
עניוועי, וואסהערציך מיט קאנטיקאזיווע? הא? געווען אין אמעריקע פאר א קיימא לן פון א מאה שנים. ווייסט עמעץ מה עלתה בהם? אפשר פרעגן ר' יונה לאנדא איה מקום כבודו ספון? דער נאמען אוועילעבל?
BAACHI
באמת איז שולדיג די פותח האשכול....
דאס ווייזט גראדע אז ער איז געווען א חכם.
א נארמאלער מענטש וויל היינט א ראביסטעווע? ס'פעלט אויס אז באטשי זאל זיך נעמען צו זיינע ביינער?
כבוד איז עס? פון די פאר כתבי יד וואלט ער כאטש געקענט האבען אפאר דאלער ווען ער געווינט דעם קעיס.
איך וויל דא מאכן א ברית...
פון היינט און ווייטער וועלן מיר אנרופן דעם קינד ביים נאמען: "נח".
אפשר נישט?
איז ער נישט געווען בן למך?
עפשטיין
וויזט אויס דו ביסט געווען זיין יועץ דערפאר האט ער געבליבן קרחת ומכאן וקרחת מכאן
עצה טובה לאז דעם גוראי' אפ און גיי ווייטער געפין אן אנדערן מחלוקת
ער איז געבליבען קרח מכאן ומכאן ווייל זיין מזמין איז געגאנגען אין בית משפט, און נישט און א בית דין ווי א ערליכע איד ברויך גיין.