היינט דאנערשטאג איז אנגעקומען א בריוו אויף די פאסט פון דעם "טראסטי" אברהם יושע פריינד, אין וועלכן ער איז מבטיח אז ער גייט פארשפארן דעם טריפה'נעם סקול דיסטריקט, און נאר לאזן אפן די מוסד חמלה ואמונה, וואס באלאנגט פאר מאיר דייטש און פנחס יאקאבאוויטש, כדי אז נאר זיי זאלן קענען שארן גאלד, און פארגרעסערן זייערע גניבות אויפ'ן חשבון פון תושבי קרית יואל.
ווי אויך פארשפרעכט ער אז ער גייט מקפח זיין די פרנסה פון צענדליגער און צענדליגער יונגעלייט, וואס האבן פרנסות אין די ווילידזש, סקול דיסטריקט, און אלע אנדערע ברענטשעס פון די ווילידזש, (וואס דאס איז דאך זיין דזשאב בעצם, אז קאמפאניס נעמען אים אויף צו שניידן זייערע סטעפס, און דאס וויל ער יעצט טאן מיט אידן! שומו שמים!)
אויך איז ער מבטיח אז ער גייט תשובה טון, און פון היינט און ווייטער זיך מער נישט רייצן און טשעפענען גוים (די אלע יוניאן ארבעטערס וועלכע ער האט אזוי גרויזאם צוגענומען זייערע פרנסות!) און בלויז זיך אפגעבן מיט'ן רודפ'ן די אייגענע אידישע ברידערס.
ס'קומען גוטע צייטן פאר אידן אין קרית יואל...
he'll make phony-calls to the school district till they close or maybe when he wins the school district will no longer be treifeh and it will remain open
Kidding aside I'm glad to see that the campaign is finally getting down to the real serious issues
I hear that he also promised to close the sewer plant
איך בין מוחה מוחה מוחה
ער שרייבט אין די בריוו אז ער אפעלירט פאר אלע תושבי ק"י
אין למעשה האט ער עס נישט געשיקט פאר יעדעם ער האט עס געשיקט נאר פאר די אלייענס מעמבערס איך האב עס נישט באקימען
געהעריג דיסקרימענעשן!! ווי אזוי קען איך יעצט וואטען פאר אים???????????????????????
איך האב באמערקט אויף פריינד'ס בריוו אז ער הייבט אן דעם קאמפיין פונקט ווי יעקב מאיר אין ,2001 "רבותי עס וואקסט שוין גראז",פריינד'ס בריוו הויבט זיך אן "ואספת את תבואתה".
גלייב מיר אז עס איז געווען די איינציגסטע אמת פון די גאנצע אלייענס קאמפיין
אז ווען סוועט וואקסן גראז פאר יעקב מאיר פערענץ וועט איינער פון זיי אמאל זיצן אין וויליזש אפיס
Sweet dreams
ער טיט זיך אויף אין זיין בריוו אז ער קאנסאולט גאר גרויסע ביזנעסער
איינער ווייסט וועלכע???
קען זיין אז עס איז אמת עס איז מיר סתם אינטערסאנט צי וויסן
איך הער אז ער איז דער קאנסאלטענט פון זיגי בראך'ס ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס אין אראנדזש קאונטי.
עס ברענגט שיינע רווחים.
זיין פרנסה איז ווי פאלגנד:
גויאישע בעלי בתים וואס ווילן ווארפן ארבעטערס כדי זיך צו שפארן געלט, אבער האבן נישט די "קוראזש" (As in"קוראזשפולע פרויען") דאס צו טאן, נעמען אויף דעם פארהאסטן איד אז ער זאל טאן די ארבעט פאר זיי, אזוי דארפן זיי נישט זיין די שלעכטע מענטשען און קענען נוצן א איד, וואס איז דאך סייווי א פארהאסטער, צו טאן די ארבעט פאר זיי.
אברהם יושע פריינד קומט דערנאך אריין אין די ביזנעסעס, און מיט א צוזעצטן אידיש/ענגליש/לשה"ק שרייט ער אויף די ארבעטערס אז זיי זענען געפייערט.
אויב וואגט זיך איין ארבעטער קעגנצושטעלן זיין באפעל, עפנט ער קעגן יענעם אויף א מויל מיט קולי קולות, אין וואס ער סטראשעט יענעם מיט'ן ערגסטן, נוסח זיינע ווילדע מטורפ'דיגע על שארפטאן ספיטשעס וואס ער געט כסדר אין ראיעל ראוז (צו די הנאה פון די קעלבערנע אלייענס מעמברס).
דאס איז די וועג וויאזוי ער פלאנט צו ענדיגן התגרות באומות מיט די שכנים...
און דאס איז דער וועג וויאזוי ער פלאנט צו קאטן די אויסגאבן פון די ווילידזש...
In his letter Mr. Freund promises to bring in programs that will help the public even if it doesn't bring any profits to the administrator.
Yeah right!
Remember the PAMPERS program? And does anyone recall by how much the Alliance increased the rent for their Social Services Office?
גענוג אז ער האט זיך געבראכן, מיטן שרייבן אזעלכע ווערטער.
וואס ווילסטו, ער זאל עס נאך מקיים זיין אויך...
כאפ נישט קיין הייסע לאקשן