שמחת רבינו - בר מצוה פון אייניקל פון רב
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1385796
היינט נאכט קומט פאר א סעודת בר מצוה אין קרית יואל פון אן איר-אייניקל פון סאטמארע רבי לאויט"א.
צוליב די אויסגעארבעטע הערליכע אויסגעאיידעלטע מידות פון הגה"צ ר' זלמן לייב ט"ב שליט"א, אב"ד ור"מ סאטמאר וומ"ס, וועט די שמחה זיין נאך איינס אין די לאנגע ליסטע פון שמחות פון קינדער אייניקלעך אין איר-אייניקלעך וואס רבינו שליט"א וועט נישט ערלויבט זיין צו קומען, שעפן נחת אין די הויכע עלטער.
נאך א שמחה, נאך א שיינע מדה!
זעט אויס אז עס ארבעט שוין נישט די אלטע פראפאגאנדע מיטלען ארויסצושלעפן אן עולם צו די שמחות.
עס איז ממש געווען בזיונות ביי די בר מצוה, עס האט זיך ווידער אפגעשפילט דאס בילד ווי די פריערדיגע בר מצוה פאריגן ווינטער ווען דער סקווערער רבי האט געשטוינט זעענדיג וויפיל ליידיגע טישן און בענק עס האבן זיך געפינען.
וואס הייסט? ס'איז געווען נאך ווייניגער מענטשן ווי ביי זלמן לייב'ס הכתרה?
נו וואס וועט זיין?
קרית_יואל:
דו דארפסט ווען אריינשיקן אפאר דאלער צו מרדכי לייב גליק, פארן סטאפן די בילדער אין קר"י ביהמ"ד, און אזוי דיר ערמעגליכן צו פארקויפן דיינע ליגנט'ס.
עס איז אמת אז פון דא אין וומ"ס איז כמעט קיינער נישט געפארן, אבער קרית יואל איז שוין היינט צו טאג א ריזיגע שטאט (דו מעגסט דאך וויסן אזויפיל...), און קרית יואל'ער ביהמ"ד איז געפאקט יעדן שבת צופרי פון 99% אהרונים.
און יעצט איז אויך געווען בערך 1300 מענטשן (בחורים אריינגערעכנט), ווי אויך הערליכע דרשות פון די עלטערן.
און עס איז אויך געווען א (ליידער שוין שוואכער) ציפ אין הארץ, פון דער אפוועזנהייט פון דעם נזר המשפחה, וועלכער וואלט געווארן געזונטער נאר פון דעם נחת פון דעם בני רבעים.
אבער דער שטן האט אנדערש געוואלט.
וויאזוי האט מען געקענט ברענגען דעם רבי'ן שליט"א ווען דאס ביהמ"ד איז געווען האלב ליידיג???
זאלי, דאס איז דאך געווען די סיבה פארוואס ער האט געווארט אפאר טעג, ער האט געוואלט זיכער מאכן אז עס איז טאקע נישטא קיין פיקטשערס אז ער זאל קענען פארקויפן זיינע ליגנטס און נישט מורא האבן אז מען וועט אים אפווענדן.
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 23/05/2005 1:09:04
קרית_יואל:
איך הייב אן צו טראכטן אז דו וואוינסט יא אין קרית יואל...
דא אין וויליאמסבורג איז מען אביסל מער ווי צוגעוואוינט אז דער רבי קומט (ליידער) אריין צו ליידיגע מסיבות.
דו דארפסט ווען אריינשיקן אפאר דאלער צו מרדכי לייב גליק, פארן סטאפן די בילדער אין קר"י ביהמ"ד, און אזוי דיר ערמעגליכן צו פארקויפן דיינע ליגנט'ס.
מ'וועט זעהן די נעקסטע וואך צו פון די ל"ג בעומר צעראמאניע וועט נישט זיין קיין בילדער.
צו דאן וועט אויך מרדכי לייב גליק סטאפן די פיקטשער'ס.
א נייע שיטה, ווען עס איז נישטא קיין בילדער, ווייל עס איז נישט געווען קיין עולם, לייגט מען עס אויף מרדכי לייב גליק.
און איר שוטים מיינט א וודאי אז איינער גלייבט עס.
טיפשים אבער נישט סתם.
דאס קענסטו נישט לייקענען אז ר' אהרן האט נישט קיין עולם ווייל יעדער איינער ווייסט אז פלייש פעלט נישט ביי אינטס....
יוסף:
נישט אלעס וואס דו ווייסט נישט דארפסטו דערציילן פאר יעדן איינעם.
מרדכי לייב גליק האט פאריאר דורכגעפירט א רעזאלוציע אז מ'טאר מער נישט כאפן קיין בילדער אינעווייניג אין ביהמ"ד, און ער שטייט דערויף זייער פעסט.
עס זענען דא אינגעלייט וואס זענען זייער ברוגז, ווייל זיי רעכענען זיך טאקע מיט וואס יוסף 90 וועט זאגן אויף היידפארק... אבער דערווייל האט ער אויסגעפירט.
קענסט פרעגן זשובוי, וואס איז איינמאל דארט געווען און זיך ארומגע'הרג'עט מיט אים, ווען מרדכי לייב האט אים געוואלט צוברעכן זיין קעמערע.
און די לעצטע יאר איז שוין נישט געווען קיין איין בילד אין בלאט פון א מסיבה אינעווייניג אין קרית יואל'ער ביהמ"ד.
און יעצט וועט טאקע מסתמא זיין בילדער פון די הדלקה, אבער בילדער פון די מסיבה וועט לכאורה נישט זיין, טראץ וואס צווישן דעם ריזן ציבור וועט זיין אוממעגליך דאס גענצליך צו קאנטראלירן - בפרט ווען צו די מסיבה קומט צו פארן אויך א היפשער פרעמדער עולם, אבע ראין בלאט וועט דאס לכאורה נישט זיין, ווייל מרדכי לייב און דוד עקשטיין וועלן זיך שטעלן דערויף מיט אלע כוחות, אזויווי ביי אנדערע ענליכע געלעגנהייטן.
ס'איז געווען בילדער פון כו אב און פון נאך מאורעות
דזשובי'ס קעמרע איז געווען פאר א יאר מיט 8 מאנאטן בערך.
אזוי?
ווייז מיר איין בילד פון בית המדרש, וואס איז גענומען געווארן זייט א יאר מיט אכט חדשים צוריק! נאר איינס!
יוסף! דו טענה'סט מיט אן אהרוני קאפ!
די גאנצע סיבה פארוואס מרדכי לייב לאזט נישט כאפן קיין פיקטשערס אין ווייסן שוהל איז טאקע דערפאר ווייל די מסיבות זענען שוין נישט איי-איי-איי אזוי ווי עס איז געווען אין די "גוטע יארן".
און דאס איז דער זעלבער מרדכי לייב וועלכער האט מיט 5 יאר צוריק געמאכט א תקנה אז עס קענען נישט אריינקומען קיין צייטונגען אין די סטארס אין ק"י ביז דאנערשטאג נאכט, צוליב... ביטול תורה!
און וואס איז היינט?
די צייטונג איז שוין דא צו באקומען יעדן מיטוואך צופרי, און דער איד מיט דער בלאט דאנערשטאג צופרי.
וואו איז דער חשש פון ביטול תורה די לעצטע 2-3 יאר???
און פאר די זעלבע סיבה, האט מרדכי לייב גליק און דוד עקשטיין זיך ארומגע'הרג'עט מיט דער בלאט דעם פארגאנגענעם כ"א כסליו, אז זיי זאלן נישט אריינלייגן די בילדער...