היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » היינט דאנערשטאג אין געריכט

היינט דאנערשטאג אין געריכט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1384923

קריתיואלער » 19/5/2005 06:30

היינט דאנערשטאג וועט דער הויכגעשעצטער ריכטער מעגערק ארויסגעבן זיין פסק און פסק'ענען צו די אלייענס זאל באקומען אלעס וואס די ווילידזש האט זיי סייווי געוואלט געבן, און וואס זיי האבן סייווי געהאט ביי די ווילידזש וואלן פון פאריגע יאר, אדער אז זיי זאלן אפילו דאס אויך נישט באקומען.

בעפאר די אלייענס האט אריינגעגעבן זייער מסירה קעגן די ווילידזש און התגרות באומות קעגן שעריף דובאיס און ארענדזש קאונטי, האט די וואל קאמיטע פון קהל געשיקט א בריוו צו די אלייענס, אין וועלכן מען האט זיי געבעטן מיט שיינעם אז זיי זאלן נישט מאכן א חילול השם, ווייל סייווי וועט דער ריכטער זיי נישט נאכגעבן גארנישט מער ווי דאס וואס זיי האבן עניוועי געהאט ביי די וואלן פון 04'.

זיי האבן זיך אבער אנגעפיפן און יא געגאנגען אין קאורט, און אפילו נאכדעם וואס דער ריכטער האט פאריגע וואך דינסטאג ארויסגעווארפן זייערע אלע נארישע פארלאנגען, און ס'איז שוין געווען קלאר אז זיי גייען נישט באקומען גארנישט מער ווי דאס וואס זיי האבן שוין סייווי באקומען פאריגע יאר, זענען זיי ווייטער געבליבן אין קאורט, אנמאכנדיג א שרעקליכע חילול השם.

אלזא, היינט וועט די אלייענס אויסווארטן מיט שרעק צו הערן אויב זייער אנקלאגע האט זיי נאר נישט געברענגט קיין שום ריוח, אדער עס האט זיי אויך געברענגט שאדן.

וויאזוי עס זאל נאר זיין וועלן זיי ארויסגיין ווי גרויסע לוזערס, אז זיי האבן סתם אזוי אויסגעגעבן אסאך געלט און גארנישט באקומען דערפאר.

קריתיואלער » 19/5/2005 06:35

דא איז דער בריוו וואו מען ווארנט די אלייענס אז זיי זאלן נישט גיין אין קאורט ווייל זיי וועלן סייווי גארנישט האבן דערפון.

אבער די לוזערס האבן זיך נישט גערעכנט דערמיט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 19/5/2005 06:36

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 19/5/2005 20:12

דאס איז פארגעקומען היינט אין קארט:

זיגי בראך און פיני יאקאבאוויטש זענען אנגעקומען, און פארפירט אז מען דארף זיי געבן אינספעקטערס.

אבער די לויערס פון ווילידזש האבן געזאגט אז פאריאר האט מען געמאכט א סעטלמענט מיט די אלייענס אז זיי באקומען איין אינספעקטער ביי יעדן טישל, לפנים משורת הדין (ווייל לויט'ן געזעץ דארף מען זיי נישט געבן קיין איין אינספעקטער), אויב גייען זיי נישט אין קארט, אבער צוויי טעג נאכן אונטערשרייבן די סעטלמענט האבן זיי געבראכן דעם דיל און יא געגאנגען אין קארט. אויך היי יאר האט מען זיי געהאט צוגעזאגט אז אויב גייען זיי נישט אין קאורט וועט מען זיי געבן איין אינספעקטער, אבער זיי זענען יא געגאנגען אין קארט, און וועגן דעם האלט מען זיי נישט ביים נאכגעבן נאכאמאל, כדי זיי אויסצולערנען איינמאל פאר אלעמאל אז א דיל איז א דיל

דער זשאדזש האט געבעטן די לאיערס פון די אלייענס אז זיי זאלן גיין בעטן פון זייערע קליענטן אז זיי זאלן מסכים זיין אויפצוגעבן זייער אנקלאגע, אבער זיגי און פיני האבן זיך אויפגערעגט און געזאגט פאר די לאיערס אז דער אפגעפליקטער דזשאש ערליך (וועמען זיי האבן געווארפן נאך די פאריגע וואלן, אויסגעבנדיג זייער כעס אויף אים) האט זיי שוין ארלעדיגט א בעסערן דיל ביי די וואלן פון 01' און 04', און פארוואס קענען די לאיערס נישט ארלעדיגן פאר זיי וואס ערליך האט זיי ארלעדיגט.

דער דזשאדזש האט געזאגט אז אויב אזוי וועט ער מוזן ווארטן ביז נעקסטע וואך מיטוואך, צו באשליסן אויב ער האט בכלל דזשוריסדיקשאן צו מעגן פסק'ענען אין די קעיס.

דער פראבלעם פאר די אלייענס איז אבער אז נעקסטע וואך מיטוואך פאנגט מען שוין אן איינצוטרעינען די אינספעקטערס, אין סאיז שוין א וואך פאר די וואלן, אין ביז דער זשאזש וועט מאכן א דעסיזשען וועט שוין די וואלן זיין פאריבער...

איבער די אישו פון יעקב יואל באנדא האט דער דזשאזש דערקלערט אז די אפליקעשאן איז אריינגעגעבן געווארן זייער אומבאלומפערט, און וועגן דעם קען באנדא נישט לויפן אלס דער מעיאר קאנדידאט פון די אלייענס, נאר אלס דער מעיאר קאנדידאט פון די דעמאקראטן, חוץ אויב באנדא ברענגט פרישע געהעריגע באווייזן פאר'ן זשאזש פארוואס ער זאל יא מעגן לויפן אלס דער אלייענס קאנדידאט.

איבער אלע אנדערע אישוס האט דער זשאזש ארויסגעווארפן די נערישע פארלאנגען פון די אלייענס, ווי למשל אז עס זאל זיין עקסטערע דיסטריקטס, כדי אז זיי זאלן האבן 17 פאול וואטשערס ביי יעדן טישל (און עס איז געבליבן אז זיי גייען נאר האבן 1)

אויב איינער זעהט אז פיני און זיגי דרייען זיך ארום מיט אראפגעלאזטע נעזער, זאל ער וויסן פארוואס...

תוקן על ידי - גוטזאגער - 19/05/2005 20:21:50

זאליסאסמאן » 19/5/2005 21:33

אויב אלע זאליס אין בני יואל וועלן זיין אינספעקטאר'ס ווער וואט וואטען?

טקסטשלךכאן » 19/5/2005 21:35

א רחמנות אויף פנחס, ער וואלט שוין אויפגעגעבען, אבער וואס זאל ער זאגען פאר די קיען וואס גייען זיך צאמקוועטשען אינעם בונקער היינט נאכט אין ראיעל רויז? אז ער האט צוריק געצויגן צוליב א "באווארנונגס מיטל?"

ער האט דאך שוין געניג געהאט מיט זיין ענעקסעשן דורכפאל מיט מאנרא, ער האט נישט געקענט קימען צו זיי מיט פרישע שלעכטע נייעס.

אזוי וועט ער היינט נאכט קענען איינרעדן פאר זיינע בהמות אז די זשאזש איז אויף זייער זייט, ווייל ער האט נאכנישט געפסקנט איבער די אינספעקטערס.

איי ער האט יא ארויסגעווארפן די אנדערע בקשות פון די אלייענס, נו דאס איז דאך נאר געווען א באווארנונגס מיטל

rabbi88 » 19/5/2005 21:42

I don't accept this. It can't be true! Mr Banda said that he did not want to run on the KJ Alliance ticket because he wants to be neutral and we all know that Mr Banda would never tell a lie

So it must be that the judge made up the whole story

rabbi88 » 19/5/2005 22:16

I must have missed something

Why didn't they go to Bais Din