היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » "גענעראל פארזאמלונג" אין ראיעל ראוז

"גענעראל פארזאמלונג" אין ראיעל ראוז

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1384913

זאליweaky » 19/5/2005 05:38

דעם קומענדיגן דאנערשטיג נאכט וועט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג אין ראיעל ראוז, פאררופן דורך די אלייענס.

עס גייען דארט אויפטרעטן די "צוקונפטיגע" קאנדידאטן...

לויט ווי מען שמועסט גרייט מען שוין צו דעם באלעמער פאר די "דעבאטע", וואו אברהם יושע פריינד וועט פארהאלטן יחזקאל וויינשטאק, היתכן ער איז געגאנגען שטימען אין די טריפה'נע סקול דיסטריקט וואלן.

און יעקב יואל באנדא גייט טיילן דיימאנד'ס, אנשטאט די פעמפער'ס פון PJ.

ארענדאר » 19/5/2005 16:09

וועקי

היינט דאנערשטאג אדער נעקסטע וואך ???

טקסטשלךכאן » 19/5/2005 16:43

סשטייט צעטלעך אין זייערע באנקערס אז סגייט זיין היינט נאכט

אלסווייסער » 19/5/2005 16:46

באשטעטיגט.

היינט נאכט וועט עס זיין, בשעת די אהרונים וועלן זיין ביי די בר מצוה פון א זון פון חדב"נ הרב העניך אשכנזי.

ארענדאר » 19/5/2005 23:07

צוקונפטיגע קאנדידאטן...

ווי עס קוקט אויס האט שוין די אלייענס שלום געמאכט מיט'ן מצב, אז זיי גייען בלייבן קאנדידאטן אויך אינעם צוקונפט, און נישט ערוועהלט ווערן
[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 19/5/2005 23:22

"פוצקונגידע" קאנדידאטן

זיי קענען נישט ספעלן אידיש אויך נישט...

אייןסאטמאר » 19/5/2005 23:24

אויפ'ן צעטל שטייט "צינרפטיגע" אנשטאדט "צוקונפטיגע".

נעבעך, זיי קענן ניטאמאל ספעלן, אבער דעם ווילעדזש ווילן זיי פירן?

rabbi88 » 19/5/2005 23:33

Can you believe this? they can't get anything right

קריתיואלער » 20/5/2005 00:41

ווי ס'קוקט אויס ווייסן זיי ניטאמאל וואס די ווארט מיינט

מסתמא מיינען זיי אז צינוקפיטע קאנדידאטן מיינט קנאקעדיגע קאנדידאטן...

מקוה_איד » 20/5/2005 00:50

גיי ווייס וואס זיי מיינען,

"צוקניפּטע" קאנדידאטן?

"צומישטע" קאנדידטן?

"שמוציגע" קאנדידאטן?

"געפיקסטע" קאנדידאטן?

איך ווייס באמת נישט.

איינער קען מיר ארויסהעלפן

mefikel » 20/5/2005 04:48

צוגעקנופטע און צוגעבינדענע צו פנחס יאקאבאוויטש וחביריו

ארענדאר » 20/5/2005 07:21

נייעס פון ראיעל רויז.

ס'איז געווען זייער א אראפגעקלאפטע שטימונג, גערעדט האט צוויי רעדנער'ס איינער איז א "געוועזענער" קאנדידאט אלס פרעזידענט פון חרדים אברהם יושע פריינד (אוי כ'האב פארגעסן אז ער איז טראסטי), און אויך האט גערעדט דער "חכם הרזים" חיים דוד דעסער און געמאלדן אז ער איז דער צוקונפטיגער קאנדידאט וואס מ'האט געמיינט אויפן צעטל, און ער גייט לויפן קעגן דעם יעצטיגען מעיאר באנדא.



כאפטס אריין א וואדקע

געשמאק » 20/5/2005 14:09

אלייענס

נאר בשמחה

נישט ח"ו בעצבות

זאגטס "גם זו לטובה"

פארשפילט איז פארשפילט

קריתיואלער » 20/5/2005 18:47

דאס איז דער מצב וואס איז געווען דארט אין ראיעל ראוז:

ס'איז געווען נעבעך ביטער אויסגעשפילט. ארום 80 יונגעלייטלעך און בחורים האבן זיך פארזאמלט.

ס'איז נישט געווען דארט קיינער פון זייערע ערנסטע, וואס דאס האט געוויזן פאר יעדן וויפיל זיי האלטן פון די קומענדיגע וואלן.

יעקב יואל באנדא איז נישט אנגעקומען, און מען האט געזאגט אז ער האט נישט געקענט קומען, אבער ביי די "גראנדיעזע מאסן פארזאמלונגען" וועט ער יא קומען (און וואס איז נעכטן געווען, נישט קיין גראנדיעזע מאסן פארזאמלונג?)

אברהם יושע פריינד האט געהאלטן א דרשה און כדרכו געמאכט קולות און געוויינט אויף די טריפה'נע סקול דיסטריקט, און ער האט אויסגערופן אז ער איז זיכער אז זיי גייען היי יאר געווינען ווייל מען האט ארויסגעווארפן אלע טויטע מענטשן פון די וואוטינג ליסט, און אויף זייערע נעמען פלעגן די ווילידזש מענטשן וואוטן פון 8 ביז 9 און וועגן דעם האט די ווילידזש אלעמאל געוואונען ביז יעצט.

(איך בין נייגעריג וואס עס וועט זיין זייער תירוץ נאך די נעקסטע עלעקשאן פארוואס זיי האבן פארלוירן)

אברהם יושע האט אויך געזאגט אז די מעין טארגעט איז ועד הקרי', און מער פרטים וועט מען אויסשמועסן מוצ"ש (איינער וואס ער האט געמיינט דערמיט? ווייל קיינער דארט אויפ'ן פלאץ האט נישט געוואוסט)

שפעטער איז געקומען דעסער און געגעבן זיין גויאישע דרשה (ס'איז נישט געווען גויאיש נאר ער האט זיך איינגערעדט אז ס'איז גויאיש, ווייל ער האלט זיך דאך פאר זייער קארל ראוו...) אז די עיקר איז מען זאל אלעמאל האבן א שמייכל, ווייל דאס אז מען דרייט זיך ארום באטראפעצט דאס שאדט געפערליך פאר זיי.

ער האט געזאגט אז מען דארף זיך אפלערנען פון אים אז ער שמייכלט אלעמאל, אפילו ווען ס'גייט אים שלעכט (וויאזוי האט מיין מלמד געזאגט? וואס מער ער לאכט אלץ מער אנגעזעצט איז ער...)

פנחס יאקאבאוויטש, דער שיינער איד ביי זיי... איז געזיצן אויבן אן אינגאנצן דעמאראליזירט, און דעסער האט פרובירט אים מחזק צו זיין: פנחס שמייכל אביסל, טייל אביסל סטיקערס (פאליס סטיקערס?)

פארשטייט זיך אז נאך אזא מסיבה זענען אלע פארזאמלטע אוועקגעגאנגען פון דארט נאך סאך מער אנגעזעצט ווי פאר זיי זענען אנגעקומען.

rabbi88 » 20/5/2005 21:27

you see, it's working
this was their secret plan
and you guys bought it

זאליweaky » 21/5/2005 00:12

לויט פריינד אז מען האט אראפגענומען טויזנט נפטרים,קומט אויס אז די וואלן דארפן זיין 1777-1900, טויזנט ווייניגער ווי פאריאר פאר די אהרונים.

איז וואס גייט ער זאגן פיר יאר ארום ???

זאליweaky » 23/5/2005 01:41

ווייסט איינער וואס איז געווארן מיט די "גענעראלן" פארזאמלונג וואס זיי האבן פארשפראכן אויף מוצאי שבת ???