היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » School Budget Election Now

School Budget Election Now

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1383621

מאירהירש » 18/5/2005 02:29

ווער עס קען נאך גיין וואוטען

עס קומט איצט פאר די סקול בודזשעט עלעקשן

גייט וואוטן אין מעדיקל סענטער

זאליweaky » 18/5/2005 02:56

אידן האט רחמנות !

לויפט וואוטן צו ראטעווען דאס געלט פונעם טמא'נעם סקול דיסטריקט וואס באצאלט נאר פאר די אהרונים'ס מוסדות, און זייער קאורט וכו' וכו' וכו'

אגב, ווער לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג ?!

(איך ווארט שוין לאנג אויף דעם טאג ווען די זאלי'ס וועלן ארויסשטעלן קאנדידאטן פאר סקול באורד, און דער "ועד הרבנים" פון התגרות באומות וועט ארויסגעבן א חוב קדוש אז מען דארף גיין וואוטן פאר זייערע קאנדידאטן).

user3user3 » 18/5/2005 06:10



ווייסט איינער די רעזולטאטן פון די היינטיגע עלעקשאנס??

און וויפיל איז די סקול בודזשעט ארויף היי יאר?????

א פלא אז מען האט נישט געפאבלישט קיין סקול בודזשעט ריפארט


שטימט פאר .......... ווייל פון דעם געלט וועט ....ווער ..... הנאה האבן

קריתיואלער » 18/5/2005 06:27

מען האט באשטעטיגט א נייעם בודזשעט (וואס איז גארנישט ארויף, פונקט ווי די לעצטע ווייס איך וויפיל יאר), און אויך איז בערל פאלאטשעק געלאפן פאר ריעלעקשאן (אן קיין קעגנער)

פנחס יאקאבאוויטש האט נעבעך געארבעט ביטער שווער ארויסצושלעפן מענטשן צו וואוטן, ווייל ער האט געוואלט אונטערברענגען דעם סקול בודזשעט.

אבער נאכ'ן אליינס ארויסקומען וואוטן און ארויסשלעפן דעם טראסטי קאנדידאט יחזקאל וויינשטאק איז אים נישט געלונגען צו האבן מער פון גאנצע 6 (זעקס!) "No" וואוטס (קעגן דעם סקול בודזשעט)

דאס איז געווען א גוטע התחלה פאר די ווילידזש עלעקשאנס.
נעבעך, נעבעך...

עס זענען געווען 193 "Yes" שטימען פאר'ן בודזשעט.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 18/05/2005 6:29:15

קרית_יואל » 18/5/2005 09:34

די וואלן איז נישט געווען פאר תושבי קרית יואל,נאר פאר די ליינער פון "רעקארד" וואו אזעלכע מעלדונגען ווערן אריינגעגעבן דורכ'ן ווילידזש!

געשמאק » 18/5/2005 11:35

און די דעמאקראטישע קאקוסעס איז ניטאמאל פאר די רעקארד געגעבן געווארן די רעכט צו וויסן.

ווייל די רעכטן ווער עס זאך זיין די קאנדידאטן צו פארטרעטן 3000 וואוטער'ס איז געגעבן געווארן נאר פאר משפחת דייטש-יאקאבאוויטש.



תוקן על ידי - געשמאק - 18/05/2005 11:37:53

זאליweaky » 18/5/2005 15:49

איך פארשטיי באמת נישט וואס דא טוט זיך.

איז פאר קיינעם דא נישט באקאנט איבער וויפיל בלוט און טרערן, נידויים וחרמות, גידופין והשמצות, עס זענען פארגאסן געווארן אויף דעם נושא פון דעם טמא'נעם סקול דיסטריקט ?!?!

וויאזוי וואגט זיך פנחס יאקאבאוויטש און יחזקאל וויינשטאק צו גיין שטימען פארן בוזשעט פון דעם "מינות וכפירה" אנשטאלט ???

און זיי קומען נאך מיט טענות פארוואס מען האט זיי נישט מודיע געווען.

אויב האט PJ געוואוסט, פארוואס האט ער נישט מודיע געווען ???

איך האלט אז מען מוז דאס אויסטערליש אויפשפילן.

און זאלן די בני יואל, און דער א.ג. ועד הרבנים זען וואס מען טוט אין זייער נאמען.

נישט ווייל איך האלט אז זיי וועלן זיך צוקראצן דערפון, פונקט ווי עס וואלט ווען געווען מותר אויב וואלי לעפקאוויטש וואלט ווען געקענט אריינשטעלן זיינע קאנדידאטן, אבער זאלן זיי כאטש אליין מוזן מודה זיין מיטן פולן מויל:

יא, מיר זענען אלעמאל געווען, און מיר וועלן אלעמאל זיין, היפאקריטן !!!

ווי האט ר' מרדכי דוד קאהן געזאגט אויף ר' אברהם לייטנער (ביי די גיורת פרשה):

את אשר התרת אסרתי, ואת אשר אסרת התרתי, אך להכעיסך נתכוונתי.

HirshHater » 20/5/2005 21:15

DOES ANYBODY KNOW HOW MUCH WAS THE NEW SCHOOL BUDGET
WHY ARE THEY HIDING IT EVERY OTHER SCHOLL DISTRICT PUBLISH THEIR BUDGET IF YOU LOOK AT THE RECORD YOU CAN SEE EXCEPT KJ AS THEY ARE HIDING THINGS FROM EVERYBODY?

rabbi88 » 20/5/2005 21:31

You don't know? Oh this time your side really won. they convinced the village that to keep taxes down was Hisgaris BeImis and the village leaders, seeing how strong your side was becoming, got scared that they will lose the election so they doubled your school taxes! Sadly it's still not as high as Monroe Woodbury so your leaders are still unhappy but it's a start

זאליweaky » 21/5/2005 00:06

קענסט פרעגן יחזקאל וויינשטאק.

איך גלייב אז בעפאר ער האט אפגעמאכט צו שטימען פאר ניין, האט ער זיכער אויסגערעכנט אז דער בודזשעט איז צו הויך.

HirshHater » 23/5/2005 02:02



I AM STILL WAITING FOR A ANSWER TO KNOW HOW MUCH IS THE NEW SCHOOL BUDGET

WHY ARE THEY HIDING THIS IN EVERY OTHER SCHOOL DISTRICT IS PUBLISH THEIR BUDGET IF YOU LOOK AT THE RECORD YOU CAN SEE IT EXCEPT IN KJ AS THEY ARE HIDING FROM EVERYBODY

נואם_המדות » 23/5/2005 02:05

עס שטייט אין בולעטין די וואך

אבער נאכמער, חכם הרזים, ווען די ניצט אויס דיין רעכט צו גיין שטימען וואלסטו געקענט זעהן וויפיל די בודזשעט איז

און פונקטליך וויאזוי עס איז צוטיילט איז אין קרית יואל פונקט ווי איבערראל

rabbi88 » 23/5/2005 21:59

So HirshHater

Is the school budget high enough for you? if not you can feel free to send in more money