היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אפלאזן א ארבעט אויף די עלטער

אפלאזן א ארבעט אויף די עלטער

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1383619

לבטיג » 18/5/2005 02:18

מעג מען לאזן א עלטערן איד אפלאזן א ארבעט

איז דאס א איינרעדניש אז מען האט נישט כח

עפשטיין » 18/5/2005 02:29

עס איז נישט קיין איינרעדעניש, אז מען האט נישט קיין כח קען מען נישט ארבעטן,צ אבער עס איז נישט דא וואס צו רעדן אז ווי לענדער ער ארבעט איז געזונטער.

זאליweaky » 18/5/2005 02:50

פון פראקטיק קען איך זאגן, אז מען מוז אים צווינגען צו גיין אין דער ארבעט, אפילו ער דארף דארט זיצן און קלאצן אויפן דאך.

פארשטייט זיך אז עס איז כדאי צו פארזיכערן אז ער האט יא וואס צו טון.

jid_613 » 18/5/2005 06:36

זאלי

לא ברעש ה',

צווינגען קען מען נאר א בעזים,

פארשטייט זיך אז עידוד איז א חשוב'ער און וואילער זאך, אבער דער בחירה בלייבט ביי דער וואס דארף ארבעטען.

בד"א, א וויכטיגע נקודה בנוגע עלטערע אידען:

אסאך מאל קאמפלעינען זיי וועגען נישט האבען כח, און אפילו עס איז אמת, קען עס נאך אפט מאל זיין איבער געטריבען,

און די סיבה איז פשוט אז זיי ברויכען אטענשען...

פארשטייט זיך מיט אביסעל שכל קען מען סאלבען דעם פראבלעם.

ודי בזה,
הקטן דזשיד

זאליweaky » 18/5/2005 07:03

איך האב נישט געזאגט אז מען זאל אים בינדן אין קייטן.

אבער עס זענען דא נאך וועגן צו צווינגען.

צומאל קען עס זיין ממש בגדר פיקוח נפש.

יאמאמיי » 18/5/2005 20:35

אז ער הערט אויף צו ארבעטען, קען עס גורם זיין ער זאל אויפהערען צו לעבען. וד"ל.

טובעין » 19/5/2005 01:49

וואס איז מיט די אידען וואס זעצן זיך אין א כולל לערנען אויפן עלטער?

איז דאס אויך א ישועה אזוי ווי ארבעטן?

man10952 » 19/5/2005 17:23

yes learing keeps a person alive and if you dont beleve me you chould try it out

jid_613 » 19/5/2005 18:11


.....

און ווי פרעה האט שוין געזאגט,

....
"תכבד העבודה ואל ישעו בדברי שקר".

ודוק

וק"ל



בהוקרה,
דזשיד

zeidel » 19/5/2005 20:14

ווייסט איינער צו סאיזשייך שטאטישע הילף
פאר א עלטערן איד

למשל


שפאצירן שווימען חברותא

אייןסאטמאר » 19/5/2005 20:39

דער סאטמערער רבי שליט"א האט מען אוועק גענומען פון די ארבעט אויף די עלטער.

און קוקטס וואס איז נעבעלך געשען מיט אים.

ד' ירחם.