היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער בלאט קעגען ר' סיני מאלוביצקי

דער בלאט קעגען ר' סיני מאלוביצקי

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1383294

יאמאמיי » 17/5/2005 21:25

דער בלאט די וואך האט זיך גענומען איבער די ביינער פון ר' סיני מאלוביצקי א חשובער איד פון בארא פארק איינע פון די גרעסטע שטודירער און היסטאריקער וואס אונז האבען, א קליגער מענטש מיטן קאפ אויפען פלאץ. זיין לשון לימודים ציט די מאסען און ווי ער טרעט אויף קומען זיך צאם הונדערטער מענטשען און זיין הומאריסטישען צינגעלע קען אנפילען די גרעסטע בתי מדרשים עד אפס מקום.
וואס איז זיין שרעקליכער זינד ? דעם חול המועד (איך בין נישט זיכער עס איז געווען חוה"מ, איך בין נישט דארט געווען אבער אזוי שרייבט די בלאט) האט ער אויפגעטרעטען פאר א ריזיגע צאל היימישע אידען אין ביהמ"ד פון פאפא אויף בעדפארד עוו. אזוי ווי ער טוט שוין עטליכע יאר, און בתוך הדברים האט ער דערמאנט נישט מער נישט ווייניגער מענדעל כשר. וואס ער האט נאכגעזאגט פון אים ווייס איך נישט, אבער מסתם פונקט גענוג אז ס'זאל זיין קפץ עליו רוגזו של .. דער בלאט. וואס זעט נאכנישט איין אז וויליאמסבורג געהערט נישט פאר סאטמאר. סאטמאר האט נישט דער מאנאפאל פון פאפא. זיי האבען עקסטערע בעלי בתים, זיי פירען זיך א שטעטעל פאר זיך.
איך בין א סאטמארע חסיד, איך בין דורעך און דורעך א סאטמארער, איך דאווען און לערען אין סאטמאר, אבער דאס מיינט נישט אז סאטמאר איז באלעבאס אויף די וועלט. די קיצוניות פון סאטמאר גרוילט מיר שוין, וואס פארפירען זיי אזוי פיל ? וואס דארף מען איבעראל האבען אזא שנאה צו סאטמאר אז זיי זענען ווילען באלעבאטעווען אויף יעדעם ? אז א איד רעד אין פאפא עפעס וואס געפעלט נישט פאר סאטמאר האט מען די ברירה נישט צו גיין אבער זיך ווינדערען פארוואס קיינער האט נישט מוחה געווען דארט איז נישט צו די זאך.

יוסעלעגולם » 17/5/2005 21:39

איך האב גראדע געהערט אמאל א דרשה פון עם, ער איז א ידען נפלא לדעתי.

ווי באלאנגט ער? און סאקמער?

יאמאמיי » 17/5/2005 21:42

ער איז א איד וואס פייפט זיך אריין אין יעדען. ער רעט אבער אסאך מאל אין סאטמארע בתי מדרשים, וואס איך מיין אז ער קען פארגעסען פון דעם, ווייטער.

באראפארקער » 17/5/2005 21:47

ער דרייט זיך אין דריי און פיפציג.

tzvibp28 » 17/5/2005 21:54

במקור איז ער א סלאנימער, ניין?

jid_613 » 17/5/2005 21:57


שוין,

נאך א קורבן פאר די השמצה קאמפיין פון אזוי גערופענע "קנאים",

בד"א אן אהרוני האט מיר אמאל געפרואווט אריין רעדען אז "די בלאט" וועט זיין א נישט קיצוניות'דיגע צייטונג, וואס איז דאס?

איז עס א אויסנאם, אדער א געוועהנליכע נערווען בראך, וואס כאפט א משוגענעם צוויי מאל א טאג?

---------------------

און צום ענין פון קנאות,

אולי וואלט געוועהן כדאי פאר דער פאר פארשטענדליכע אידען, מיר זאלען זוך צאם נעמען, און מאכען א "מאריטאריום" אויף אזוי גערופענער קנאות,

וואס האלט דער עולם, איז אזא זאך מעגליך? איז עס "ענפארסיבעל"?



בהוקרה,
דזשיד

KJfireman » 17/5/2005 22:24

איך ליין נישט דעם בלאט און איך ווייס נישט וואס זיי האבן געשריבן, אבער לכאורה אויב איך האב נישט קיין טעות איז ר' סיני א בעל מגיה פאר דער איד, ממילא האבן די בלאט געטראפן א מעגליכקייט צו האקן אויף אים...

בדרך אגב, ווייסט איינער צו ער ארבעט נאך היינט אין דער איד?

לגופו של ענין קען איך נישט ר' סיני אבער איך האב געהערט זיין טעיפ וועגן ניטול, און ס'איז זייער אינטרעסאנט, כאטש ער רעדט אביסל מיט א ברייטע שפראך.

יענקעלע11 » 17/5/2005 22:48

יאמאמיי
ענטשולדיג, דיין תגובה איז זייער נאריש, און היפאקריטיש, דיין קיצוניות איז פיל ערגער פונעם בלאט'ס קיצוניות, די דארפסט פארשטיין אז פונקט ווי ר' סיני מאלעוויצקי האט א רעכט צו רעדן וואס ער וויל אפילו פון מענדל כשר כאטשיג עס טיט וויי פאר א גרויסן ציבור היימישע אידן, פונקט אזוי האט דער בלאט א רעכט עם צו קריטיקירן, און דאס זאגט אבסעלוט נישט אז דער בלאט האלט אז ער איז בעל הבית נאר אז ס'איז א פרי קאנטרי און יעדער האט "פרידאם אף ספיטש" און אפילו די, יאמאמיי, האט אויך די פריווילעגיע פון "פרידאם אף ספיטש" און מעגסט האלטן אנדערשט פונעם בלאט, נאר דיין קריטיקירן דעם בלאט איז זייער היפאקריטיש, און ווייזט אז די ביסט א נערא מיינדעט סאטמארער וואס אלעס מיז גיין אויף דיין וועג און אויב נישט איז מען א קיצוני,

זאליweaky » 17/5/2005 23:09

ר' סיני מאלוויצקי איז נישט "סתם" א יד וואס האט זיך אויפגעשטעלט רעדן אין פאפא.

ער איז דער הויפט מגיה אין דער איד.

און ער דארף נישט זוכן קיין גראמאטיק טעותים פון הערשל פריעדמאן, אדער אויסבעסערן משה לייב דייטש מיט זיין אידיש.

ער דארף זוכן טעותים בעניני השקפה, אמונות ודעות. וואס די זאכן זענען כהיום ליידער דער אייגנטום פון סאטמאר.

און אויב דאס איז דער מגיה, איז נישט קיין וואונדער אז דער ערלויער רב קען ווערן דער ממשיך דרך פונעם חתם סופר.

און דאס איז שטארק א לעגיטימע טענה פונעם בלאט.

דאס איז קריטיק אינעם נוסח פון "טול קורה מבין עיניך".

אויב שלמה הערצאג וועט נאכזאגן א ווארט פון מענדל קאשער, וועט מען אויך נישט מעגן האבן קיין טענות ?!?!



תוקן על ידי - זאליweaky - 17/05/2005 23:20:33

תוקן על ידי - allnewspic - 17/05/2005 23:49:15

weiss321 » 17/5/2005 23:18

ח"ש ווה"ט האט דאך איהם מבזה געווען און בלאט !?
ער איז ראך מיט די איחוד שבת וואס דער ווהט האט נישט געדולדעד

קומפוט » 17/5/2005 23:45

רבי סיני איז א שרייבער אין איד שוין לאנגע יארן

ער איז א ידען נפלא אין בית המקדש

זיין ארטיקל פאר שבת פרה אין איד
איז געוואלדיג
אזוי ווי אלע זיינע ארטיקלען און באלערנד

יאמאמי
אויב קענסט איה וויייסטו דאך אז ער פייפט זיך אריין

זיין אויסגעשפראכענעם אויסשפראך

ביי זיין ניטל טעיפ זאגט ער געוואלדיג

אייןסאטמאר » 18/5/2005 01:15

2 יאר צוריק האט ער געהאלטן א דרשה אין איחוד קאנטרי, אבער ע"פ בקשתו האט מען נישט געשריבן זיין נאמען אויף די צעטלעך אז ער גייט רעדן, צוליב מורא פון זיין בעה"ב משה גבאי.

שלמה_זלמן » 18/5/2005 05:34

ווער איז מענדל כשר?

שלמה זלמן

משוגענער » 18/5/2005 10:01

ביי אונז פלעגט מען זאגן אין אזא צייט "הו גיווס ע דעם ****"

יאמאמיי » 18/5/2005 20:33

איינער האט מיר דאס געשיקט אין תיבה אישית.
דער סאטמארער רב ז"ל, האט זיך כסדר באניצט מיט ר' מענדל כשר'ס ספרים תורה שלמה, דאס גאנצער גרויסער סעט איז געליגען ביי אים און ספרים שאנק, כ'האב געהערט פון איינעם וואס פלעגט שרייבען די תורות פונעם רב, האט אמאל געזוכט א מדרש וואס דער רב האט דערמאנט, און נישט געפונען, האט ער געפרעגט דעם רב ווי איז דאס, און דער ענפער איז געווען וואס הייסט האסט שוין געקוקט אין תורה שלמה?
איז עס אמת ? איך ווייס נישט.

יענקעלע11.
דער בלאט מעג יעדען קריטיקירען די זעלבע מעג דער איד די צייטונג און אויך די, אבער זיך ווינדערען פארוואס קיינער האט זיך נישט אויפגעשטעלט מוחה זיין (אזוי ווי זייער מנהג איז געווענליך) פאסט זיך גוט אריין פאר זיי. אזוי לערענט מען אויס אין סאטמאר...

זאליוועקי.
ווי ווייט איך ווייס איז ער א פלענע שרייבער דארט. ער האט גארנישט צוטון מיט מגיה זיין. וועם ווילסטי איינרעדען אז ר' סיני האט מען געשטעלט אויף אזא האקעלע פאסטען ? וואס פאר א צושטעל איז ער מיט שלמה הערצאג ?

מענדלדרעי » 18/5/2005 20:59

יאמאמיי

זייער נישט מסתבר, לכאורה איז דער ריכטיגער סיבה פארוואס דער רבי זי"ע האט זיך נישט צוגעשטעלט צו מאכעם דעם עירוב אין נו יארקגעווען ווייל מענדל כשר האט געהאט שייכות מיט דעם און דער רבי האט נישט געוואלט האבען קיין שייכות מיט אים.

זאליweaky » 19/5/2005 01:57

ווי ווייט איך ווייס, איז ער דער הויפט מגיה, און פון צייט צו צייט שרייבט ער (זייער געלונגענע) ארטיקלען.

דער רבי זי"ע האט טאקע געהאט אינדערהיים דעם סעט פון קאשער, צוליב איין סיבה.

אזויווי דער רבי זי"ע איז געווען א ויסטערלישער בקי אין מדרשים, און ער פלעגט אסאך נוצן ראיות פון מדרשים אין זיינע תורות, ווי אויך אין זיינע ביאורים קעגן די טמא'נע מדינה והמסתעף.

און וויבאלד איינמאל האט עמיצער גע'טענה'ט - באזירט אויף קאשער'ס הגהות - אז דער רבי האט שלעכט נאכגעזאגט א געוויסן מדרש, און אזוי געוואלט אפווענדן דעם רבי'ן, האט דער רבי זיך דאן פארשאפט דעם סעט, כדי צו וויסן זיינע סילופים, און וויסן ואס צו ענטפערן.

SINGER_73 » 12/7/2006 19:18

Dont worry Diplomat
...  The  BLAT  this week have  bigger fish to fry

יאמאמיי » 18/7/2006 19:48

שקויעך פאר מיך אויוועקען פון מיין טיפיע שלאף און פאר די טעלעפאן קאלס וואס חבירים האב מיך געקאלט פרעגען אויב איך ביען געווען ביי מיין רביס שיעיר.
איך בין טאקע געווען דארט אלץ די רעפארטער פון די בלאט.א שאד ער האט ניש גערעד ציפיל ער האט נאר עפעס געזאגט וועגען צוויי ברידערס וואס שלאגען זיך אויף די מליכה אז מען האט עס שוין געזען ביי די מלכים נאך און מקרה מלה דיבר הכתיב

ווילי_יונג » 18/7/2006 21:36

ר' סיני איז א וואילער איד און זייער געלונגען, ער ווייסט אסאך היסטאריע, ער האט שפראך אין מויל, און איז א ריזן שרייבער.

ער ארבעט אין דער איד אפיס אלס א מגיה אויפן שריפט, נישט אויף די מיינונגען. ער קען דעם אידישן שפראך געוואלדיג גוט, און פראדעם ניצט מען עם, לויט ווי איך ווייס.

יעצט לגבי די אטאקע פין "דער בלאט" וואס כאטש דאס איז לכאורה א פלעינע שריט קעגן א ביזנעס קאמפעטישאן, מוז איך אבער צושטימען אז זיין שפראך איז זייער ברייט, ער ווייסט "צופיל"...

ביי אונז האט מען אייביג פרובירט זיך צו האלטן בתמימות און נישט מיט ברייטע ידיעות... ווייס ווייניגער דין דעם באשעפער...

אסאך וויסן האט נישט געברענגט קיין גוטס קיינמאל... פוילן יוכיח...

ער ציט א גרויסע עולם צו זיינע דרשות ווייל ער רעדט פין זאכן וואס אין חדר האט מען נישט גערעדט, כאטש די עצם זאכן פין וואס ער רעדט זענען לגמרי נישט פסול... איז עס נישט "פראמאטעט" ביי אונז צו רעדן דערפון.

דיפלאמאט » 19/7/2006 18:08

יאמאמיי,

אנטשולדיגט פארן אויפוועקן. כאטש איך האב טאקע געהאט א פופציג פראצענט הצלחה [בילד – נישט אפגעהיט] טוה איך מער נישט צוריקרופן אלטע שרייבער וואס האבן זיך אפגעטראגן פון דא, אבער מיר וואלטן זיך שטארק געפרייט צו זען נאך אביסל פון דיין געשמאקע פעדער.

ווילי יונג,

מיש נישט צאם חקירה מיט ר' סיני'ס ברייטע ידיעות איבער רעליגיע'ס. חקירה וואס די גדולי ישראל זענען געווען שארף דערקעגן איז נישט ווען מען ליינט אביסל איבער די קריסטליכע רעליגיע און אירע נארישקייטן.

דער בלאט איז אויף אים ארויפגעשפרינגען ווען ער האט נאכגעברענגט עפעס פון ר' מנחם מ כשר ז"ל בעל מחבר 'התקופה גדולה', און דאס איז שוין א הארבער חטא וואס מען ברויך אים דערפאר דורס זיין לעבעדיגערהייט, אפי' עס איז געווען אין פאפא!

מענדלדרעי » 19/7/2006 22:08

לאמיר  זיך נישט נארן צו מעתיק זיין פון כשר איז א עוולה. 

יאגעלע » 19/7/2006 23:33

ווער איז כשר?

איז ער יא כשר אדער נישט?

veaz » 20/7/2006 00:59

ווייטער מיט ענקערע ווילדע שריטץ פערזענדליך האלט איך אז די מן,שליו, מרגלים און ביי די נחש הנחושת און מי מריבה זענען אלע געווען סאטמערע חברה און פראבירט בכל ובאיזה אופן שיהי אויפצוווייזען פאר עם ישראל אז משה רבינו טויג נישט.......
האקט נישט אין מח אריין  עס באדערט ענק איין זאך אז ער (הר' סיני) איז "אינדיפענדענט" און אפ-אפהענגיג, און איז נישט קיין סאטמערעררררררררררררררררררררר.

דיפלאמאט » 24/7/2006 18:22

יאגעלע,

א חלק פון אייער חינוך און וואס מיט דעם זענט איר אויפגעצויגן געווארן אז פון די שטערקסטע ראיות צו די 'שיטה' איז 'אז קיינער האט נאכנישט ארויסגעגעבן א ספר קעגן דעם ויואל משה'.

איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין דעם פארצווייגטן וויכוח, אבער עס איז פשוט אז נישט יעדער ווייסט בכלל ווער הרב מ. מ. כשר ז"ל איז געווען, ווייל איינע פון זיינע ספרים הייסט 'התקופה הגדולה' וואו ער איז מבאר די שלש שבועות אויף אביסל א צווייטן אופן... איז דעריבער גאר פארשטענדליך אז מען טאר נישט דערמאנען און ארויפברענגען זיין נאמען אין א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, נישט קיין נפקא מינא אויב דאס וואס מען האט נאכגעברענגט בשמו האט עפעס צוטוהן מיט די שיטה אדער נישט. מען דערמאנט נישט קיין נאמען פון אן 'אפיקורוס'...

פארשטאנען?

נבוכדנאצר » 24/7/2006 19:23

דיפלאמאט

דו האסט דעם התקופה הגדולה נישט געזען, און אויב געזען נישט אריינגעקוקט דערין. ער רעדט נישט פון די שלש שבועות, ער דערמאנט עס אין אן הערה'לע צוויי, ער רעדט בפירוש נישט דערפון.

ער רעדט פון גאנץ אנדערע זאכן. נסים ביי די ששת ימי אפילה, אז אחאב איז נישט געווען קיין רשע, אז משיח גייט נישט קומען (אין משיח לישראל), אז די מדינה איז א אתחלתא דגאולה, ועוד ועוד מינות און זיופים.

זיין זייפנות איז געווען א שם דבר נאך בחייו, ער האט געפעלטשט דעם בריוו פון די רבנים וועלכע האבן אונטערגעשריבן די בחירות, אנשטאט "הניצנים הראשונים של קיבוץ גלויות" האט ער געדרוקט "הניצנים הראשונים של התאחלתא דגאולה". צבי וויינמאן (נישט קיין סאטמארער בכלל) אין "מקטוביץ ועד ה' באייר" טענה'ט ער האט שוין גערעדט צו מענדלע'ן בחייו.

ער האט אסאך זאכן געפעלשעוועט, והדברים ידועים.

אויב איז ער דער בר פלוגתא פונעם ויואל משה, שטייען מיר זייער זייער גוט.

בריסקער רב אמר עליו "מענדל טריפה".

אין לי יותר זמן.

דיפלאמאט » 27/7/2006 06:58

איך האב דעם ספר נישט געלערנט, איך האב בעיקר געבויט אויף זיינע ווערטער דא ווי ער שרייבט בתוך הדברים (אפשר אויך איינע פון די געפעלטשטע סחורה...):

הטעם הנ"ל על הרוגי המלחמה הי"ד, נכתב מפני חסרון ידיעה מה שכתבו גדולי ישראל לפרש העניין של השבועות המבוארות בגמ' כתובות קי"א. בספרי 'התקופה הגדולה' כתבתי על עניין זה בכמה מקומות...

אבער אויב דער ספר איז נישט גוט, דאן קען מען געבן א בליק אויף זיין מיינונג אין דעם ענין אין דעם לינק וואס איך האב אויבן צוגעברענגט.

(ד"א, איך בין נייגעריג ווי דו באטראכסט זיך, צי ווען דו טוהסט דורך דעם ענין פון ציונות און דו לערנסט די ספרים וחיבורים פון אנדערן חדר ווי 'שלא יעלו בחומה' און 'נפש עדה' ועוד, לערנסט עס דורך אביעקטיוו, אדער מיטן ציל צו כאפן ביים ווארט און אויפווייזן די 'אפענע שקרים' וואס ליגן דארט באגראבן?

דער אמת איז אויב איז בכלל דא אזא זאך ווי זיין אביעקטיוו אין דעם ענין?...)

ליכטיג » 27/7/2006 18:49

ער האט אסאך זאכן געפעלשעוועט, והדברים ידועים

אז סאטמארער חסידים שרייבען אזוי מיינט נאך נישט הדברים ידועים, אמת איך האב געזען וויינמאן, ער איז טאקע נישט קיין סאטמארער אבער ער שרייבט מיט זייער השקפה.

ווי שרייבט עס בריסקער רב? האסט א מקור בכתב?

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:50

איינע פון די דוגמאות

1.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:50

2.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:50

3.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:51

4.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:51

5.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:51

6.


[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:51

7.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:52

8.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:52

9.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 27/7/2006 20:59

ליכטיג

<אז סאטמארער חסידים שרייבען אזוי מיינט נאך נישט הדברים ידועים, אמת איך האב געזען וויינמאן, ער איז טאקע נישט קיין סאטמארער אבער ער שרייבט מיט זייער השקפה. ווי שרייבט עס בריסקער רב? האסט א מקור בכתב?>

1. ער שרייבט מיט זייער השקפה? ער ברענגט דיר א קאפי פונעם ארגינעלן צעטל אויף וועלכן עס שטייט "הניצנים הראשונים של קיבוץ גליות" און כשר האט געדרוקט אין התקופה הגדולה "הניצנים הראשונים של האתלחתא דגאולה" - א חילוק פון הימל און ערד, און ער האט נאך געמאכט א גאנצן פרק (עשרים, דוכט זיך) אז "רוב רבני ישראל" האבן מודה געווען אז די מדינה איז אתחלתא דגאולה! השקפה מאן דכר שמה? ער רעדט פון א פאקט.

2. סתם לידיעה. וויינמאן שרייבט בכלל נישט סאטמארע השקפה, אויב ביסטו אדורך דעם ספר געהעריג.

3. א מקור בכתב? און אויב ס'איז געדרוקט? הפלא ופלא, ווען ס'איז געדרוקט זאגט מען מזויף; ווען ס'איז נישט געדרוקט בעט מען א כתב. איך האב עס געהערט פון אסאך מענטשן, און ס'איז מפורסם. וויסט נישט גלייבן גלייב נישט. אפרים דיינארד האט געשריבן א גאנצן ביכל, "עם תועי לבב", אז דער בעש"ט איז לא היה ולא נברא און ער ברענגט גאנצעטע ראיות. גיי ווענד אים אפ. ווילסט גלייבן גלייב, אויב נישט, אפילו ר' אברהם יושע וועט שרייבן-זאגן אז עס איז אמת וועט עס אויך נישט  אויסמאכן.

עפשטיין » 2/8/2006 22:42

איינער וועט נאך מיינען אז דיינארד איז געווען א נארמאלער מענטש.

ליין זיינע אנדערע קאמישע ביכער.

כורמיזא » 14/8/2006 18:24

הרב וינמן הי"ו איז אן אלטע אגודיסט וואס האלט אז די היינטיגע אגודיסטן (פון ה' אייר תש"ח און ווייטער) זענען פארפארן פון די יסודות פון אגודה.

לטעמו איז די ספר ויואל משה נישט מער ווי א שיינע פשעטל אין אגדה ודרוש.

נבוכדנאצר » 14/8/2006 18:44

כורמיזא ביזט שוין אמאל אדורך דעם ויואל משה אז דו זאגסט וואס דו זאגסט?

עמער באלד סקענען עטליכע בלעטער פון דעם "דרוש" ספר.

כורמיזא » 14/8/2006 18:47

ניין (אפשר אויבערפלעכלעך, איך געדענק שוין נישט)
איך האב געשריבען וואס וויינמן זאגט