היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דזשעיקאב בענדא שיקט גויאישע קאמפיין צעטל

דזשעיקאב בענדא שיקט גויאישע קאמפיין צעטל

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1383209

קריתיואלער » 17/5/2005 20:22

די גאנצע שטאט לאכט פון די לעצטע נאראנות פון דזשעיקאב בענדא, אז זיין פאנטאזיע פירט אים שוין דערצו, אז ער האט אנגעפאנגען צו קאמפיינען געהעריג ווי א גויאישער קאנדידאט וואס לויפט פאר גאווערנאר.

היינט איז אנגעקומען צו תושבי קרית יואל אויף די פאסט נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער "סטעיט אוו די מעיאר" פון באנדא, א קאמפיין צעטל געשריבן געהעריג ווי א פאלנער גויאישער קאמפיין בראשור, מיט א שטארקן עגאאיסטישן און עקלדיגן געשרייבעכץ, וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געזען ביי חסידישע אידן,

אין זיין קאמפיין בראשור שלאגט ער פאר פארשידענע גויאישע זאכן וואס ער וויל איינפירן אין קרית יואל, אריינגערעכנט נישט מער און נישט ווייניגער, נאר אז אברהם ווידער זאל זיך שטעלן צו א דעבאטע מיט אים משוגע אויפ'ן קאפ געפאלן

איך בין נייגעריג וואס ער גייט נעקסט פארשלאגן? אפשר אז מען זאל אנפאנגען מאכן קאנווענשאנס און ריזיגע קאמפיין דינערס?

קריתיואלער » 17/5/2005 20:25

ציילט אפ וויפיל מאל ער זאגט די ווערטער "איך", "מיך" און "מיין"

תוקן על ידי - קריתיואלער - 17/05/2005 20:29:49
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 17/5/2005 20:26

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 17/5/2005 20:27

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 17/5/2005 20:28

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

באנדא » 17/5/2005 21:06

דעס אז די גאנצע שטאט לאכט און פרייט זיך דאס איז בין אויסדרוקליך מודה צו דיר אז ס'לויפט א קאנדידאט וואס שטעלט פאר מיט זיך אן ערענסטן אגענדע נישט ווי דער """"""""אידישער""""""""" באנקרעטירטער מעיאר ווידער קאמפיינט מיט זיינע דיקטאטורישע אישו'ס פון געבן וואסער א.א.וו.

און ווידער איבער'ן דעבאטע אדרבה זאל זיך נאר מעיאר ווידער פארהערן מיט ר' יעקב יואל און נאכדעם וועל מיר רעדן ווייטער

און א גרויס'ן שכח פארן ארויפלייגן דא דעם בריוו

getme » 17/5/2005 21:11

גראדע זע איך נישט ווי די בריוו איז גויאיש א נערמאלע בריוו פין זיין זייט

נאר איך האלט אז דער עולם איז נישט משוגע אין מען וועט אנהייבן אפירצינעמען די פאסט פין די אלייענס וועט מען זען ווער עס פירט א ריינעם קאמפיין

זיי ווילן יעצט רייטען אויפן ווידלעש וויבאלד מען האט זיי נישט גענפערט א גאנץ ווינטער מיינען זייי אז דער עולם האט פארגעסן פין די אלע, פאשקאווילן, עיר הצדק, אין באריכט'ס,זיי האבן געהאט די חוצפה נעכטן אין באריכט אין היינט אינעם בריוו צי שרייבן אז זיי ווילן א ריינעם קאמפיין
ווי זענט עטץ געווען ביז יעצט?????????

שוין א גאנץ ווינטער האלט אין איין קימען שמיץ!!!!!

יעטץ ווילט עטץ אז עס זאל זיין ריין?????!!!!

rabbi88 » 17/5/2005 21:20

Jacob Banda running for president of the Diamond Dealers Club is a clear case of Hisgaris Beimis

קישטא_קאי » 17/5/2005 21:32

יעצט האב איך ארויסגענומען די פאסט, און איך האב געליינט דעם בריוו עגא'איסטיש'ער-פארגויאישט'ער "סטעיט אוו די מעיאר" פונעם מעיאר דזשעיקאב בענדא, און איך ליג אויף דער ערד און קייך פאר געלעכטער.

דער מעסעדזש ליינט זיך אזוי:

1)ערשט שרייבט ער, אז ער האט זייער ליב אטענשאן, און דאס איז בעיקר זיינע מאטיוון פארוואס ער איז מאיאר,

2) אז ער האלט אז יעדער האלט ווי עם אז כי לו נאה, ולו יאה כתר מלוכה

3) מיט גרויס פאמפע טוט ער מעלדן אז נאך יארן פון שפילן שאך מיט קארטן אין דיימאנד קלאב, האט ער מער נישט געקענט צוקוקן דעם אייגענעם נידעריגן ווירטשאפט ברוחניות ובגשמיות און ער האט באשלאסן צו זוכן אביסל סיפוק מיטן לויפן פאר דעם אפגעפרעגטן אמט פון פרעזידענט פון דיימאנד קלאב (ער שרייבט סענטער ווייל ס'קלינגט בעסער)

נאכדעם מעלדט ער אז ער האט זיך נאכגעפרעגט ביי פנחס יאקאבאוויטש דער זקן תלמיד רבינו, אז ער געדענקט די באטייליגונג פון רבי'ן ביי א דעבאטע ביי דעם ערשטען ק"י מעיאר פארמעסט צווישן לייבוש לעפקאוויטש מיט אליעזר ליימזידער און פנחס געדענקט נאך גענוי וויאזוי ער האט געגעבן א פאליס סטיקער פאר לייבוש פארן געווינען די דעבאטע

ממילה שלאגט ער פאר אז סזאל פארקומען א ווידער-בענדא דאבאטע...

אויך מעלדט ער אז ער האט ערהאלטן אן עקסלוסיוו לייסענס (פון פנחס "סטיקער" יאקאבאוויטש,) אז ער מעג מבזה זיין און אראפרייסן "אברהם ווידער" און שמייסן אין עם וויפיל ס'גייט, אבער עם זיין מאיעסטעט באנדא טאר מען דירעקט נישט אראפרייסן ווייל ס'איז נישט מענטשליך אין נישט תורה'דיג אראפצורייסן אזא פערזענליכקייט ווי דזשעיקאב בענדא

קאמענטארן זענען איבריג

rabbi88 » 17/5/2005 21:40

After almost 6 months of non-stop dirty campaigning Mr Banda suddenly became concerned about Bitul Torah and Chilul HaShem. I can only say this you're a day late and a dollar short. But just in case Mr Banda did forget he can ask his handler PJ to give him copies of his letters to the State Police along with copies of the Baricht and Ir HaTzedek and his memory will be refreshed

Also Mr Banda if you're so concerned about Bitul Torah why did you have to mail out a letter telling that you're going to mail out a letter. Couldn't you just mail us one letter with all your campaign promises in it without telling us about it in advance

This letter told us nothing new so it was just a waste of time and money. Is this how you plan to manage Village Tax Dollars too

getme » 17/5/2005 22:11

עס איז מיר אויך אינטערסאנט געווען אז ער שרייבט אז מען מיז פירן א תורה'דיג קאמפיין אין מען טאר אים נישט אינטערייסן שמיציג

אבער ער נעמט זיך די רעכט זיך צי באשמיצן אברהם ווידער אינטער די מאנטעל פין אישוס



טאגליכט » 17/5/2005 22:19

רבותי איך זיך די היי יאריגע אישוס פון די אלייענס, איינער ווייסט אפשר,

איך פרוביר אביסל צו געסטן אויב ווייס איך גוט ביטע מאכן א טשעק

התגרות

כעלמער

פלאכע קעפ

שטאקיגע קעפ

גנבים

שווינדלער

FROUD

אה איך האב שיעור פארגעסן: דדדדדדדדדדדדדדדדירות

היתכן, די ועד הקריה בעט 180000 דאלאר פאר א דירה א מין חוצפה, מדארף טיילן פאר "אומזיסט" וואס הייסט דאס בעטן געלט פאר א דירה, גנבים פילן זיך אן די טאשן

זאליweaky » 17/5/2005 23:47

דו האסט פארגעסן דעם עיקר:

פארשפילט איז פארשפילט !!!

rabbi88 » 18/5/2005 00:00

Doesn't anyone wonder why the Diamond Dealers Club which is run by Israelis would vote for a Satmar Chusid for president

When talking about Mr Banda you must ask yourself which Mr Banda you are talking about When he's in Kiryas Joel he dresses just like everyone else but when he goes to the Diamond Dealers Club his dress code changes(see pictures of him in a necktie and cap)
One must therefore wonder what else he changes when he enteres the Club
Could it be that his views on Zionism and Isreal are as interchangeable as his hat? Maybe, just maybe, this is why his Zionist friends voted for him for the third time

SOMEONE SHOULD LOOK INTO THIS

זאליסאסמאן » 18/5/2005 00:24

פארוואס נישט

אפשר זאל מען טאקע מאכען א דעבאטע, לאמיר הערן וואס באנדא האט צו זאגען, און זאל ר' אברהם אים ענטפערן.

איך בין מסכים.

געשמאק » 18/5/2005 03:20

ער זאל קודם זיך ענדיגען דיבעטן מיט זיך אליין.

getme » 18/5/2005 03:25

אויב עס איז אמת אז ער לויפט נייטראל

ווי איז די אישוס???????

אויב ער לויפט נייטראל נישט וועגן חסידות פארוואס איז ער בעסער ווי ווידער???????????

זיי זאגו זיי לויפן נייטראל אבער געבן נישט אן קיין סיבה וואס זיי זענענן בעסער!!!!!

אלא מאי מיין איך אז עפעס מיינט מען יא דעם אהרן ט"ב
עס איז נישט אינגאנצן שלא לשמה

מקוה_איד » 18/5/2005 05:37

דער בענדאו, רעדט פון פיינע וויכטיגע אישוס, אבער די וויכטיגסטע אישו וואס פלאגט געפערליך תושבי קרית יואל, האט ער גענצליך אויסגעלאזט און פארגעסן, דהיינו:

התגרות באומות!!!!!!!


מר. בענדאו, אז איר קענט פארגעסן פון אזא וויכטיגע ברענעדיגע אישו, זענט איר נישט ווערט צו זיין מעיאר

קריתיואלער » 18/5/2005 06:39

נאך איין פאקט וואס דזשעיקאב בענדא לאזט ארויס איז:

ער האט געוואונען די פרעזידענט אמט אין דיימאנד קלאב, ווייל קיין איין נארמאלער מענטש האט נישט געוואלט לויפן פאר די באנקראטירטע פאזיציע...

user3user3 » 18/5/2005 07:51


איי קרית יואלער וואס האסטו מיט אונז געטון?
די האסט דאך מיט דעם חרוב געמאכט אינגאנצן דעם בריו!
אייייייייייייייייייייייייייייי איייייייייייייייייייייי

וואס וועט דא זיין?
ווי אזוי וועלן מיר זיך צאמנעמען?

איצט קענט איר אביסל פארשטיין וואס עס מיינט לץ אחד דוחה מאה תוכחות,
קוקט נאר דער קרית יואלער, מיט איין שורה האט ער אין דער ערד געלייגט די גאנצע בריוו

קריתיואלער » 18/5/2005 08:18

אז די אלייענס איז מלא יאוש דארפסטו מיר נישט זאגן

אז דער בריוו איז מער חרוב ווי דעם חרוב'ן באנדא, דארפסטו מיר אוודאי און אוודאי נישט זאגן.

איין קליינע טעות מאכסטו. דער בריוו וואס איז די געלעכטער אין שטאט, האב איך נישט חרוב געמאכט, עס איז געווען חרוב ווען עס איז נאך געווען אויף א געשריבענער פאפיר, נאך איידער עס איז אפילו אפגעטייפט געווארן אויפ'ן קאמפיוטער...

guar » 18/5/2005 19:26

קרית יואלער
די שרייבסט
""""נאך איין פאקט וואס דזשעיקאב בענדא לאזט ארויס איז:

ער האט געוואונען די פרעזידענט אמט אין דיימאנד קלאב, ווייל קיין איין נארמאלער מענטש האט נישט געוואלט לויפן פאר די באנקראטירטע פאזיציע..."""""

איך וואלט טאקע זייער נייגעריג געווען צי וויסן וואס פאר א פאסטען דאס איז אין וואס זיין אויפגאבע איז אלס דיימאנד קלאב פרעזידענט ווי אזוי ארבעט דאס?

בדעבד » 18/5/2005 23:48

צו פארלאנגן א דעבאטע אין א ק"י פארמעסט, ווייזט אז די 'אלייענס' איז 'אוט אויף טאוטש' זיי פארשטייען נישט דעם קולטור פון אירע איינוואונער. זיי לעבן אין פאנטאזיע לאנד.

אויב יא אריינלייגן אין פאליטישע קאנטעקסט, איז גאר גרינג צו לערנען פשט אין דעם פארשלאג.

ווער ס'האט נאר אמאל מיטגעהאלטן א פאליטישע פארמעסט ווייסט צו זאגן פון דעם כלל אז דער 'אנדערדאג' (דער קאנדידאדט וואס איז אונטערשטעליג) וועט שטענדיג פארלאנגן א דעבאטע, און טאקע וואו מער דעבאטעס, משא"כ דער 'פראנט ראנער' וועט אלעמאל מאנעווירן צו פארמיידן א דעבאטע.

פארוואס?

זייער פשוט. דער אנדערדאג שטייט דאך שמאל ממילא האט ער גארנישט צו דערלייגן פון א דעבאטע. אדרבה, ער האפט אז דער 'פראנט ראנער' וועט באגיין א טעות וואס וועט אים –דער 'אנדערדאג'- צוריקלייגן אינעם פארמעסט.

מיטן 'פראנט ראנעד' איז די מעשה פארקערט, ער שטייט נאר צו דערלייגן פון א דעבאטע.

באנדא, מיט דעם וואס ער האט פארלאנגט א דעבאטע, האט ער אויפגעדעקט זיין פריוואטע מיינונג איבער זיינע שאנסן אויף א געווינס! כאטשיג ברבים רעד ער זייער קאנפידענד....

לאמיר נישט פארגעסען, אין זיין אינטערוויו מיט דאן ראדער, געשפילט צוויי יאר ציריק אויף סיקסטי מינוטס, האט סאדאם כוסעין אויך פארלאנגט א דעבאטע מיט פרעזידענט בוש.

זעהט זיך אויס אז ווען ס'ברענט אויף איינעם די הויט, פארלאנגט ער א דעבאטע....

mefikel » 19/5/2005 04:33

בדעבד

mefikel » 19/5/2005 05:05

I saw Mr. Banda yesterday again in the ווייסע shul, looks like he gtting היימיש , one day he will ראש הקהל .run for

rabbi88 » 19/5/2005 17:32

The KJ Alliance should also sponsor a rally to give Mr Banda the opportunity to kiss babies like politicians do

זשוליאני08 » 19/5/2005 18:10

יעקב יואל באנדא שרייבט אז ער וויל פירן די ווילידזש פונקט ווי ער האט געפירט די דיימאנד קלאב

געוואלד און געשריגן!

מיינט דאס אז ער וועט אהערברענגען די גוים און די גויטעס?!

מיינט דאס אז ער וועט אהערברענגען זיינע ציוניסטישע באדיס, וואס נאר א דאנק זיי האט ער געוואונען זיין דיימאנד קלאב פרעזידענטשאפט, און א דאנק זיי געוועלטיגט ער מיט אן אייזערנע פויסט.

מיינט דאס אז ער וועט בא'גנב'ענען די ווילידזש קאסע, און צווינגען די ווילידזש ארבעטערס אים אראפצוגעבן א קאמישאן פון זייער וועידזש?

ווייל דאס איז וואס ער טוט אין דיימאנד קלאב

אומגלויבליך אבער א פאקט!

ליינט אביסל איבער די דיקטאטורישע גנבי'שע ווערטשאפט וויאזוי באנדא פירט זיין פרעזידענטשאפט אינעם דיימאנד סענטער.

עס איז ממש נישט צום גלייבן אז א סאטמארער איד, א חסיד, זאל זיך אזוי אויפפירן און מאכן אזא התגרות באומות און אזא שרעקליכע חילול השם איבער די וועלט.

http://www.tacyltd.com/Research_Materials_Full.asp?id=54566
GIVING THANKS AT THE DIAMOND DEALERS CLUB

Conferences are good business. The recent Diamond World Congress in New York turned out to have been exceptionally good business. When the money of all the sponsors was in and counted, the Diamond Dealers Club (DDC) – which acted as host to the Congress – found itself with some $270,000 surplus. Not bad. The DDC quickly used the very next Board of Directors meeting to decide what to do with the unexpected windfall. It almost unanimously decided that a $50,000 personal ''bonus'' was due to the bourse's amicable President, Jacob Banda, who had worked so hard to make the Congress a success.

This issue was not an advance agreed official agenda item for the November 18 Board Meeting. Most of the rank and file members of the Club were not aware of this gift. They are now. At the relevant board meeting, one week before Thanksgiving, a member – spontaneously -- brought up the payment to Banda. ''Was it really spontaneous?'' wondered one board member. In a business in which confidence, ethics, principles, good governance, trust etc. are of paramount importance, the position of the President of the Diamond Dealers Club raises some intriguing questions.

A lengthy and heated discussion followed in which different amounts, up to a maximum of $100,000, were mentioned as the appropriate level of gift to Banda. One participant made the suggestion that Banda should excuse himself and not be present at the discussion. Jacob Banda refused to move from his seat. He was present during the entire deliberation.

At some point – after it was clear that Banda was going to get money – it was decided to have a ''secret'' vote. The vote was not on the principle involved, but rather on the amount. Moreover, a ''zero sum'' was not an option, even though one board member elected not to participate in the vote. The board members were given the choice to indicate whether Banda should receive $50,000, $75,000 or $100,000.

''If the vote would have been open with hands needing to be raised, I would have left the room,'' Banda said to us last night, in reply to our question why he didn't leave the room during the entire discussion. Out of the 18 board members present, Banda says there were only two DDC board members who were against giving money to the President.

As to what happened next the reports are not unanimous. Before going into further details we want to disclose that the DDC President had been the subject of an earlier article that we had spiked (i.e. decided not to publish) – but it is relevant in the present context. In April 2004, we had drafted an article about Diamdel's ''Banda'' boxes. For those readers unfamiliar with the term, this refers to a multi million dollar annual Diamdel allocation that has been secured (by Banda from the DTC in London) for New York diamantaires and is being sold through the Antwerp office of Diamdel.

Ten times a year, a group of New York buyers, selected by Jacob Banda, go to Antwerp where they can purchase both regular DTC, and also earmarked ''Banda'' goods, at Diamdel. So a regular New York buyer, who has come to Diamdel for many years, may find that he is offered a few boxes and on some of those the name ''Banda'' appears in black ink. When purchasing these boxes, the New York client takes into account that commission is due to Jacob Banda.

At the request of WDC Chairman (and ex-DDC President) Eli Izhakoff – who is close to Jacob Banda -- we refrained from publishing the story, as Izhakoff argued that this was a proper commission business for Jacob Banda to be involved in, and we, as journalists, would be intervening in normal customary business transactions. We disagreed – but gave Izhakoff and Banda the benefit of the doubt. However, we didn't think it was proper for the elected President of a diamond bourse, who, as part of serving his constituency, was able to secure additional rough diamonds from the DTC for his members, should be financially benefiting from doing what a bourse President is elected to do. But we let it go. We were wrong for not publishing the story then – and we sincerely regret this now.

As Diamdel doesn't comment on clients, De Beers spokeswoman Lynette Hori confirmed to us that ''Diamdel in Antwerp does supply some of its clients represented by Jacob Banda, but Diamdel tell us that these clients are considered in exactly the same way as all their other clients. We understand from Diamdel that there is no benefit to these clients in being represented by Banda insofar as allocation of goods by Diamdel is concerned. We also understand from Diamdel that there is no commission or favored status accorded to Banda,'' concludes Ms. Hori.

The concern in the market isn't with Diamdel but rather on the dividing line between the public duties of an elected official and his private business.

Getting $50,000 for being part of the organizing committee of the World Diamond Congress turns the ''Banda-box aberration'' into a ''Banda-trend.'' To quote an eminent DDC bourse member: ''If the DDC President, in 2004, received 1% commission on the Banda boxes at Diamdel plus $50,000 on Congress surpluses, that comes to a total revenue of almost $300,000 depending on the size of the Diamdel allocation. [Which is much lower than perceived in the market. CE-Z]. If this becomes the norm, how can we avoid that people will become motivated to run for public office because of the financial rewards? This is not right and not in accordance with the principles and traditions of the Diamond Dealers Club.''

Another DDC member expressed concern about conflicts of interest. ''It may well be that either present or aspiring Banda-box clients are among the board members voting to give Banda money. That cannot be correct.''

At the Antwerp Diamond Conference held last month, the HRD proudly announced that the surplus earned was being donated to six different charities. At the gala dinner, the names and the causes appeared on slides for all to see. In New York there are plenty of charities that could benefit from the Congress surplus.

When we started to ask questions (by e-mail) about the $50,000 bonus to Banda, Eli Izhakoff – who is not a member of the present DDC board – immediately informed us that ''Indeed, the board of directors voted to give Jacob Banda $50,000 as appreciation for what he did and other reasons. He [Banda] has informed the officers and most of the board members that he does not intend to take the money and that the club can distribute the money to several charities. You can get in touch with the officers to verify that this was done before your e-mail was sent.''

The first alleged ''talk'' about charity took place days after the ''bonus'' was decided upon – and it doesn't change the fact that the Board of the DDC did not intend to give to charity – they gave to Banda.

In a telephone conversation with us, Jacob Banda confirms that he plans to give the money to five Yeshivas (religious schools) in New York. ''Schools with broken chairs, attended by the poorest students. In the past the DDC would give a lot to charity but that was stopped some years ago because of budgetary reasons. Now they have given me a nice gift and I have a chance to give this to these worthy Yeshivas,'' he said. Banda later specified that the money would be transferred directly from the DDC to the Yeshivas.

There are different views on when and why the decision was made to give the $50,000 to charity. Banda said to us that he had told a few officers of the board of this decision on the Monday morning following the Thursday vote. What we found was that, as of last night - some two weeks after the vote -- some board members were not aware that he had made such a decision, Banda shrugged that off by him ''not being responsible for what they know or don't know.''

There are anecdotal reports about arguments between Banda and bourse members, in which Banda tried to explain why he deserved the money and why he was angry that there were those who wanted to deny him the gift. Banda explained to us that ''when we [i.e. the DDC] thought that there would not be enough money to cover the costs of the Congress, and when the bourse was thinking about canceling the event, I guaranteed that I would cover the losses out of my own pocket.'' Apparently, the DDC board members reasoned that as there were profits, it was only right that Banda should also get a share from these. One board member remarked to us that ''Banda had made similar magnanimous promises also in the past, but when there indeed was a loss it was subsequently covered by the Club. Moreover, the board would never allow a President to assume personal liability for the loss occurred in the organization of a bourse event'' he said.

The exact timing of the decision to turn the Banda ''bonus'' into a ''charity gift'' is not really relevant – and we don't wish to dwell on it. The disturbing fact remains that a Board of Directors meeting of the DDC decided to financially reward its President for his work in making the Congress a success; that the President of the DDC did not immediately stop such deliberations in a board meeting over which he himself presided.

What is even more disturbing is that the only ''secret'' vote was on the amount to be given to Banda. If anyone had thought then that the money would go to charity, there would have been no reason for a secret vote. And the amount might have been higher – and it would have been unanimous.

What is unsettling is the bourse culture – the environment -- against which this is all taking place and that connects us to ''Banda boxes'' and, maybe, other issues. Why do the members of the DDC board of directors feel that a President is entitled to financial benefits, bonuses, commissions, etc. for looking after the best interest of its members? Since when does the DTC think that a bourse President that secures rough allocations for (mostly young) diamantaires ought to be entitled to charge a personal commission? And the question which the DDC members themselves ought to ponder is whether there aren't far more honorable ways to express praise and appreciation to the worthy leaders of our industry.


תוקן על ידי - זשוליאני08 - 19/05/2005 18:12:20

זשוליאני08 » 19/5/2005 18:32

פאר די וואס קענען נישט ליינען קיין ענגליש, אדער האבן נישט קיין געדולד צו ליינען אזא לאנגען ארטיקל, וועל איך ארויסנעמען דעם תמצית.

ליינט און שטוינט!

ענדע 04' האט די דיימאנד קלאב געענדיגט מיט א סורפלאס פון 270,000 דאלאר. יעקב יואל באנדא האט זיך תיכף צוזאמענגעזעצט מיט זיינע ציוניסטישע חברים אינעם קלאב און געמאכט מיט זיי א יד אחת וויאזוי אריינצורוקן צו זיך אין טאש אריין א גרויסע אפותיקי פון די איבערגעבליבענע געלט.

יעקב יואל מיט זיינע קראוניס האבן פאררופן א באורד מיטינג וואו איינער פון זיינע ציוניסטישע פריינט האט פארגעשלאגן אז מען דארף געבן א מתנה פאר יעקב יואל פון עט ליעסט 100,000 דאלאר פאר זיין איבערגעגעבענע ארבעט.

ס'איז געווארן א גאנצע איבערקערעניש אויפ'ן פלאץ. א חלק פון די באורד מעמבערס האבן געשריגן פארוואס עפעס זאל מען טאן אזא זאך? מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט אז די דיימאנד באורד זאל נעמען א סורפלאס און עס אויססקוואנדערן פאר א פרעזידענט!

יעקב יואל האט דערקלערט אז עס קומט זיך אים ערליך, ווייל אינמיטן יאר, ווען ס'האט אויסגעקוקט אז מען גייט ענדיגן מיט א דעפיציט, האט ער זיך אונטערגענומען צו באצאלן פון זיין אייגענעם טאש יעדן פעני שאדן, און וויבאלד ער האט באוויזן אז עס זאל אנשטאט א דעפיציט ווערן א סורפלאס דארף ער באקומען דאס געלט.

שפעטער האט מען נאכגעטשעקט און געזען אז אויך די פריערדיגע פאר יאר האט יעקב יואל געמאכט די זעלבע הבטחה יעדן יאר, צו באצאלן אלע שאדנס פון זיין אייגענעם טאש, אבער עס איז אלעמאל געווען דעפיציטן און קיינמאל האט ער נישט געהאלטן ווארט און קיינמאל נישט ארויסגענומען א פעני פון זיין טאש.

אבער יעקב יואל האט זיך געהאלטן חי וקיים אז ער מוז באקומען די מתנה, ווייל ער ארבעט אזוי שווער פאר דעם קלאב.

די איבערקערעניש ביי דעם מיטינג איז געווארן גרעסער און גרעסער, און אפאר פון די פארזאמלטע האבן אנגעפאנגען צו פארפירן אז יעקב יואל האט נישט וואס צו זיצן ביי אזא מיטינג, וואו מען דיסקאסט צו ער זאל יא אדער נישט באקומען אזא גרויסע מתנה, ווייל פארשטייט זיך אז באורד מעמבערס וועלן מורא האבן צו וואוטן קעגן דעם ווען ער זיצט דארט, אבער יעקב יואל האט זיי געזאגט שטעלטס ענק אויפ'ן קאפ, איך בלייב דא זיצן, און ער איז טאקע געבליבן זיצן ביי די גאנצע מיטינג, בשעת מען האט דעבאטירט צו ער זאל באקומען א מתנה אדער נישט.

די שייגעץ שטיק איז געגאנגען נאך ווייטער. ווען ס'איז געקומען צו וואוטן האט מען נישט געגעבן קיין אויסוואל פאר די מעמבערס צו וואוטן אז יעקב יואל זאל גארנישט באקומען. זיי האבן נאר געקענט וואוטן אז ער זאל אדער באקומען 50,000 אדער 75,000 אדער 100,000. בלית ברירה האבן רוב מעמבערס געוואוט אז ער זאל נאר באקומען 50,000 דאלאר, נישט האבנדיג קיין אנדערע טשענס.

אבער מיט דעם האט זיך דער איבערקערעניש נישט אפגעשטעלט, און ס'האט זיך ווייטער גערודערט פאר אפאר וואכן. ווען יעקב יואל האט געזען אז ס'נעמט נישט קיין עק, האט ער דערקלערט אז ער גיט אוועק די געלט פאר טשעריטי- צדקה.

וואס הייסט צדקה? פינף "ישיבות" (עס שטייט נישט אין דעם ארטיקל אבער לויט ווי מען שמועסט איז 82 לי עוועניו געווען איינס פון זיי) האבן באקומען א טשעק פון די דיימאנד קלאב און אזוי האט ער געקענט באקומען דאס געלט, און אויך איינשטילן די איבערקערעניש קעגן אים. די ישיבות האבן באקומען א קליינע פראצענט פאר'ן טאן די טובה פאר אים, און כשר'ען דאס געלט!

די ארטיקל איז מיט דעם נאכנישט פערטיג! די סקאנדאלן זענען געגאנגען ווייטער און ווייטער! אבער וויבאלד די תגובה איז געווארן זייער גרויס וועל איך דא זיך אפשטעלן און פארזעצן און א צווייטע תגובה.

זשוליאני08 » 19/5/2005 19:17

די קאנטרעווערסי איז גרעסער ווי איינער קען זיך אפילו פארשטעלן

אין אפריל 04' האבן זשורנאליסטן אויפגעדעקט א שטארקן סקאנדאל, א קאנספיראציע וואס ווערט דורכגעפירט דורך יעקב יואל באנדא.

זיי האבן געוואלט שרייבן אן ארטיקל דערפון, אבער דאן האט אלי אייזיקאף, יעקב יואל באנדא'ס ציוניסטישער חבר אנגערופן די זשורנאליסטן, און זיי געווארנט מיט גוטן און מיט בייזן אז זיי זאלן נישט שרייבן די ארטיקל, ווייל עס וועט זיך נישט לוינען פאר זיי, און בלית ברירה האבן זיך די זשורנאליסטן געבראכן און נישט געשריבן די מעשה.

וואס די זשורנאליסטן האבן אויפגעדעקט איז געווען אז יעקב יואל האט געמאכט א דיעל מיט א גרויסע דיאמאנט קאמפאני אין אנטווערפן, מיט'ן נאמען דייעמדעל, אז זיי זאלן פארקויפן דימאנטן נאר פאר זיינע מענטשן, און נישט פאר די קאמפעטישאן.

יעקב יואל האט דערנאך צוזאמגעשטעלט א ליסט פון דיאמאנט קלאב מעמבערס וואס מעגן איינקויפן די דיאמאנטן, אלע וואס זענען געווען אויף די ליסט זענען געווען נאנטע פריינט מיט באנדא, אדער די וואס ער האט פרובירט צו חנפענען, אדער משחד זיין.

די דיאמאנטן זענען איינגעפאקט געווארן אין ספעציעלע באקסעס, אויף וועלכע עס איז געשטאנען אויפגעשריבן גרויס "באנדא" (בעסער געזאגט בענדא).

די אלע מענטשן וואס האבן געקויפט די דיימאנדס האבן נישט געוואוסט, אז יעקב יואל באקומט קאמישאן אויף יעדן דיימאנד וואס זיי קויפן, ווייל ער האט געמאכט א דיעל מיט די קאמפעני אז זיי מוזן אים געבן קאמישאן אויף יעדן דיימאנט וואס זיי פארקויפן פאר איינעם פון זיינע מענטשן.

אלעס אינאיינעם האט באנדא האט אין 04' געמאכט 300,000 דאלאר פון זיינע צוויי גרויסע גניבות. 1) די מתנה וואס ער האט ארויפגעצווינגען אויף די באורד מעמבערס און 2) די קאמישאן וואס ער האט באקומען פון די "באנדא" דיאמאנטן פון די דייעמדעל קאמפאני.

לויט די רעגולאציעס פון די דיימאנד קלאב, טאר א פרעזידענט נישט אויסנוצן זיין דזשאב אויף צו מאכן געלט, אבער יעקב יואל האט באוויזן צו פארוואנדלען דעם פרעזידענט אמט פון דעם דיימאנד קלאב אין זיין פריוואטן געלט מאשין.

יעצט וויל ער לויפן פאר מעיאר און איינפירן די זעלבע זאך אין די ווילידזש, וואו ער האפט דורך ענליכע שווינדלערייען רייך צו ווערן מיט הונדערטער טויזנטער דאלער, אויפ'ן חשבון פון קרית יואל'ער איינוואוינער.

שטעלטס ענק פאר אז ס'וועט זיין א סורפלאס אין קרית יואל, און יעקב יואל וועט פאררופן א ווילידזש באורד מיטינג צו צווינגען די באורד מעמבערס אז מען זאל די סורפלאס געבן פאר אים.

אבער א שאד אפילו צו דמיונ'ען, ווייל יעקב יואל האט נישט קיין טשענס אין העלל צו געווינען דעם דזשאב

rabbi88 » 23/5/2005 22:17

I understand that Jacob Banda has maintained his neutrality on Zionism too so as not to offend his Zionist benefactors

rabbi88 » 25/5/2005 18:26

I am sorry. I must retract what I wrote in my last message.
NO! Jacob Banda was not neutral when it came to his Zionist friends. He was completely on their side. Read how he sponsored a bus to take them to the Israeli parade!

You got to give the man credit foe his guts! He knows where his bread is buttered and that's who he stands with! Shitoh or not!