היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » KJ בעט פערמיט פאר מעכטיגע נייע קוואל

KJ בעט פערמיט פאר מעכטיגע נייע קוואל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1382936

אויסשווארץ » 17/5/2005 16:58

קרית יואל האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו קאנעקטן א נייעם קוואל, וואס געט ארויס מער פון דאפעלט וואסער פון אלע קוועלער וואס זיי האבן ביז הינט.

די נייע קוואל קען ארויסגעבן 450 גאלאן א מינוט. וואס איז מער פון דאפעלט פון אלע קוועלער וואס זיי האבן.

ציניקער זאגן אז דער קוואל איז התגרות באומות ממש.

May 17, 2005

Kiryas Joel

Village might connect a powerful, new well

Kiryas Joel could drown its chronic water woes with a new well said to be more than twice as productive as any of its 15 existing wells.
The village has applied to the state Department of Environmental Conservation for a permit to operate a well in Monroe capable of producing 450 gallons per minute. By contrast, the most powerful wells in Kiryas Joel's arsenal can pump no more than 220 gallons per minute, Village Administrator Gedalye Szegedin said.
The 45-foot-deep well taps a sand-and-gravel aquifer next to the Ramapo River on property Kiryas Joel owns in Monroe, near six wells that are already part of the village water system. Water is piped from that property under Route 17 to Kiryas Joel.
The state DEC is soliciting written comments on the proposal through June 3. The agency will determine how many hours a day Kiryas Joel could pump the well if and when it issues a permit. If approved, the well could be on line within two months, Szegedin said.

Chris McKenna


http://www.recordonline.com/archive/2005/05/17/brf179.htm

באראפארקער » 17/5/2005 17:15

אלע וואסער וואס קרית יואל ניצט יעצט איז קוואל וואסער? זיי ניצען נישט קיין וואסער פין די שטאט?

איך געדענק ליינען פאר א צייט צוריק, אז די שטאט וויל נישט געבען וואסער, און פארדעם איז א פראבלעם צו בויען נייע דירות, עפעס אזוי.

איך בין אן עם הארץ אין קרית יואל אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס די וואסער פראבעלם איז קרית יואל'ס פראבלעם נישט די שטאט.

yohcee718 » 17/5/2005 18:28

באראפארקער

אפשר קענסטו מפרש מער וואס דו מיינסט מיט דעם ווארט 'שטאט'

ווי איך פארשטיי אידיש און לשון קודש און אויך ענגליש אין לפי ידעתי איז 'קרית' יואל א שטאט מיט אן אייגענע ווירטשאפט.

'שטאט' מיינסטו אפשר Monroe?
New York City?
New York State?




באראפארקער » 17/5/2005 18:32

די סטעיט,
און די קאנטרי קען מען האבען וואסער פין די שטאט, מען מוז נישט האבען א קוואל, פארוואס דארף קרית יואל אליין שאפען די וואסער?

עפשטיין » 17/5/2005 19:41

וואס איז געוועארען מיט די וואסער וואס קרית יואל גייט באקומען פון די שטאט NEW YORK CITY דורך א פייפליין?

אויסשווארץ » 17/5/2005 19:43

יענע וואסער קען מען לכאורה נישט נוצן.
מ'איז געוואיר געווארן אז ס'איז נישט אזוי גלאטיג ווי מ'האט געמיינט.

לויט ווי איך הער איז גאנצע פייפליין היסטאריע.

yohcee718 » 18/5/2005 00:23

שטאט אין אידיש איז נישט דאס זעלבע ווי STATE

שטאט איז א CITY

STATE איז א 'מדינה' כמו STATE OF ISRAEL = מדינת ישראל

NY CITY איז באלאבוס אויף אלע וואסער פון UPSTATE NY

זיי האבען באקומען דעם כח פון מדינת ניו יארק צו זיין א מושל תקיף איבער אלע וואסער ענינים.

די CITY דהיינו דער 'שטאט' האט מסכים געוועהן צו לאזען קרית יואל צו ציען א PIPELINE פון דעם HUDSON RIVER אבער די שכנים האבען גע'טענה'עט אז דאס וועט גורם זיין א געוואלדיגע אויף רייס פון געבויעריי פון עקעלדיקע ZONING נוסח קרית יואל.

פאר דעם זענען זיי אונגרופען 'אנטי סעמיטען'

אבער פון אן אייגענע קוואל איז גרונגער אבער דאס ברענגט אנדערע פראבלעמען.... דהיינו צו האבען גענוג וואסער מוז גראבען טיפער און טיפער ... און עס איז א סכנה אז לבסוף וועט אין טייל פלעצער דער ערד זינקען ...

זאליweaky » 18/5/2005 00:38

יוחי:

קאנגראטולאציעס.

דו האסט זיך ענדליך אויסגעלערנט די שפראך וואס מען דארף נוצן אקעגן סאטמאר און קרית יואל.

און עטליכע הערות.

דער קוואל פון וואס מען רעדט, געפינט זיך אויף לארקין דרייוו, סמוך ונראה צו דעם נייעם בנין פון דיינע סעמיטישע פריינט, די זאלי'ס.

און אויב קען עפעס זינקען צוליב דאס גראבן פונעם קוואל, איז עס נאר די גיגאנטישע "בוך-פאבריק"... נאך וועלכע קיינער וועט נישט וויינען, חוץ אפאר געציילטע ביזנעסלייט.

און די זאנינג אין קרית יואל, איז די זעלבע גרויליג ווי די זאנינג אין בארא פארק וואס דיינע קאלעגען און אויבערהארן וואלטן זיך געווינטשן צו זען, און זיי ווערן געשטערט פון "סעמיטן", וועלכע האבן נישט קיין ברעקל געפיל צו זייערע אייגענע קינדער און אייניקלעך.

אויב עפעס, איז דיינס פיל גרויליגער, ווייל אין קרית יואל שלאגן זיך אלע בילדער'ס מיט די ווילעדזש, וואס פארלאנגט צופיל "אפען ספעיס" פאר גראז און ביימער.