שלום עליכם טייערע חברים, גולשי הייד פארק
יעדער ווייסט דאך אז אין די קומענדיגע וואכן גייט זיין די וואלן אין קרית יואל, און ווי יעדער זעהט דא באהאנדעלט מען די אישו'ס וואס זענען נוגע די איינוואוינער פון קרית יואל.
אזוי אויך ווייסט יעדער איינער, אז עס איז דא צוויי צדדים, פון איין זייט, די איצטיגע פירערשאפט, און די וואס האלטן פון זיי, און פון די צווייטע זייט די אלט נייע קאנדידאטן, וואס זוכן צוריק צוקומען צו די מאכט.
אזוי אויך ווייסט יעדער איינער אז די אמטירענדע אנהענגער ברענגן כסדר ארויס, ווי גוט דער איצטיגער מצב אין קרית יואל איז, און וויפיל מען האלט דאס אינמיטן בעסער מאכן, און וואס נאך פלענער עס איז דא פארן עתיד.
יעדער זעהט אויך די צווייטע זייט, וואס רעדן זיך כסדר אפ, אז עס איז נישט גענוג גוט, און אויב איז יא עפעס גוט, איז נאר ווייל עס איז דא וואלן, און אויך אז ווען זיי וועלן געווינען וועט ווערן אסאך בעסער
אבער איין זאך וואס לויט מיין מיינונג פעלט, איז דער "עבר" פון קרית יואל, וואס און וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די רעגירונג פון די אלטע צייטן, וויאזוי האט אויסגעזעהן די ווערטשאפט, זייערע באציאונגען צום עולם, די וואסער, סוער סיסטעמען, זייערע האוזינג פלענער, טעקס אישו, שניי פיצן, מיני באסעס, גאווערמענט פראגרעם'ס, וויפיל האבן זיי געברענגט, און איז עס צוטיילט געווארן מיט יושר, וויפיל האט מען גענומען אויפן טיש און אונטערן טיש, האבן זיי מורא געהאט פון אידישע מוסרים, האבן זיי פרובירט צו לעבן גוט מיט די שכנים, און אזוי ווייטער און ווייטער.
עס דארף זיין גענוג פלעצער פון ווי צו נעמען שטאף, מאטריאל, מען דארף נאר וועלן, איך האף אז דער איבעריגער עולם וועט זיך אנשליסן, צו לערנען היסטאריע פון דעם גשמיות און רעגירונגס היסטאריע.
ווער וויל אנהייבן