קרית יואל'ער אידן האבן היינט מיטגעהאלטן א היסטארישע געשעעניש.
יעקב יואל באנדא איז היינט ביי מעריב אריינגעקומען אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל, צום ערשטן מאל אין 20 יאר.
לצים האבן אים געגעבן שלום עליכם און עם געוויזן וואו די בית הכסא'ס זענען, איינער האט עם געוויזן דער מזרח וואנט און געזאגט אז אלס מעיאר פאסט ער זאל זיך ארויף זעצן אהין, אבער א צווייטער האט תיכף צוריק געזאגט אז ער קען נישט צו נעמען מעיאר שווימערס בענקל.
בקיצור דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן.
יעקב יואל האט פרובירט צו עקטן כאילו ער איז א טעגליכער מתפלל (ווי באקאנט טרייט ער יעצט צו מאכן דעם אנשטעל אז ער איז א היימישער) אבער ער האט אומווילנדיג זיך פארקוקט אויף די הערליכע מארמאר ארון הקודש, וואס איז נאכנישט געווען די לעצטע מאל ווען ער איז געווען אין בית המדרש.
דאס איז אבער געווען א קלייניקייט קעגן די מעזשער פלאפ וואס ער האט געכאפט נאכן דאווענען, ווען ער האט געוואלט אריבערגיין צו די רביצין, דורך די טיר לעבן דעם רב'ס פלאץ, ביז איינער האט אים אויפמערקזאם געמאכט אז די טיר איז Out Of Order שוין יארן...
אזוי???
איך האב גאר עפעס אנדערש באמערקט
דוד עקשטיין איז צוגעגאנגען צום מעיאר קאנדידאט און באגריסט מיט א שמייכל
מאיר הירש האט זיך אפגעשטעלט ביים אנדערן עק ביהמ"ד פאר פינף מינוט און נישט געוואוסט ווי אזוי צו רעגירן
און דאס בעסטע איז:
אברהם ווידער דער אמטירנדער מעיאר איז אנגעקומען אין ביהמ"ד אנקומענדיג צום טיר האט ער דערזען קאנדידאט באנדא דאווענען האט ער געמאכט א בואי בשלום און נעלם געווארן
וואס איך פארשטיי נישט איז:
מה כל הרעש?? איז עס נישט ערווארטעט פון א קאנדידאט צו קומען דאווענען אין ביהמ"ד??
איך זעה דעם קאנדידאט דאווענען מעריב אין ביהמ"ד אפאר מאל א וואך (אמת קיינמאל נישט אזוי פרי) נו ער פראבירט
איך פארשטיי, און איך גלייב אז זייער אסאך קרית יואל איינוואוינער האלטן, אז ביז עטליכע יאר וועט דער געדאנק זיך זעצן ביים אלגעמיינעם ציבור
אז עלעקשאנס איז געזונט פאר די איינוואוינער
הייסט דו ביסט געווען דער ראציגער יונגערמאן וואס האט אים באגלייט?
גוט צו וויסן...
אינטערסאנט אז יעדער וואס איז דארט געווען ווייסט די מעשה אנדערש פון דיר, אז באנדא האט זיך געדרייט ארויף און אראפ א צומישטער און קיינער - חוץ די פאר לצים וואס האבן זיך אונטערגעהאלטן מיט אים - האבן נישט געקוקט אויף זיין זייט.
קריתיואלער
איך ווייס נישט פונקטליך וואס נאך דיר איז גוט צו וויסן
אבער וואס איך ווייס איז :::
אז א היבשע צאל יונגעלייט [טאקע נישט פון די גרעסטע אהרונים] האבן מיר געזאגט נעכטן נאך מעריב אז זיי הייבן שוין ערענסט אן קלערן פון וואוטן פארן זעלבסטשטענדיגן קאנדידאט ר' יעקב יואל
ס'איז בכלל נישט אזוי שרעקעדיג ווי דער גנב מאיר הירש און דער פלאכער סעגעדין און דער פעיקער גרובער פרובירן עס אראפ צו מאלן
--------ווי עס קוקט אויס האט שוין די דיקטאטורישע פירערשאפט פארלוירן דעם קאמפיין------------
באנדא,
איך בין דארט געווען און די נישט (ווייל די ביסט געגאנגען קוקן וויאזוי דעסער קאמפיינט ביי די רעבעצין)
סא זאג מיר נישט וואס עס איז דארט געווען
איין זאך קען איך דיר זאגן, זאל באנדא וואס מער אריינקומען אין גרויסן שול און אויף רעגן וואס מער אהרונים
איך זאג דיר אז ס'קען נישט זיין עפעס בעסער פון דעם פאר אונז...
און יא, שיער פארגעסן, מאך אויך זעכער אז מילך שטערן שרייבט נאך בייסיגע אנטי-אהרן ט"ב ארטיקלען, ווייל דאס וועט אויך צו העלפן צו האלטן די אהרונים אינדערהיים
WOW!
פון איינמאל קומען אין ביהמ"ד האבן זיך שוין אזויפיל יונגעלייט געטוישט ???
דאס מיינט אז ער דארף אריינקומען אין שול נאך א גוטע 312 מאל, און ער האט געמאכט די וואלן ???
א שאד דאס איז נישט איינגעפאלן פארן יעצטיגן מעיאר, מענדל שווימער.
ער וואלט ווען געקענט אזוי אסאך גרינגער געווינען.
באנדא וואס מיינסט מיט געווינען
געווינען וועט ער ווי מענדל שווימער האט געווינען
אדער געווינען אזוי ווי אברהם ווידער האט פארלוירן
אגב, ווי האלטן איצט די פאולס, אויב ביי די היסטארישע 61 % אדער אפשר מער
א קליפ פון מעיאר באנדא'ס בעזוך אין גרויסען ביהמ"ד
http://rapidshare.de/files/1739997/kohn_fam_028.mpg.htmlמען זעהט וויאזוי ער קיקט זיך ארום א צומישטער אין זוכט איינער זאל רעדען צי עם
אינסטראקשענס פאר דאונלאדן:סקראל אראפ ביז גאנץ אינטען
געב א קליק דארט ווי סשטייט Free
נאך דעהם סקראל נאך אמאל אראפ ביז אינטען אין וואַרט ארום א מינוט
דעמאלטץ וועט ארויף קומען א לינק, קליק אויף די לינק אין דאנלאד די פייל
נאך א קליפ
http://rapidshare.de/files/1740044/kohn_fam_027.mpg.htmlדא זעהט מען וויאזוי ער קומט צוריק נאכן פלאפ ביי די רעבעצינס טיר.
מען זעהט וויאזוי ביי די לעצטע באנק געט עם איינער א צי די ערמל אין מאכט חוזק פון עם, אין ער וואקט ווייטער א גערעגטער
שגץ איינער וואס ווילסטו
אז מיר זאלן גלייבן דעם טריפענען 'ווידיאו' מער ווי 'מיילך שטערן'ס שרייבעריי
ווי קאן מען אזוי שטארק פארפארן
להיכן הגענו
אגב. ישר כח
פראגע
דער וואס באגלייט, פרעזידענט בענדאו אין דעם צווייטן קליפ
טאקע דער באוויסטער פאליטישאן און חכם קארל ראוו פון מאנראו מר. זילבערשטיין
איך הייב אן צו ציטערן, עס מוז טאקע זיין אז בענדאו גייט געווינען די וואלן אין אפגאניסטאן, אדער איראק