היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » התגרות באמות??יא אדער ניין??

התגרות באמות??יא אדער ניין??

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1376120

getme » 12/5/2005 22:55

היינט איז מיר ביי געפאלן א קשיא. איך וואלט געוואלט א זאלי,אדער א אלייענס מעמבער זאל מיר עס פארענטפערן אויף א געהעריגן נערמאלן אויפן


ווען עס איז געלונגען פאר מאיר הירש אפציקויפן "עיס פארעם" איז ארויסגעקימען א קנטורוס פין די אלייענס אין זיי האבן דארט געוויינט מיט טרערן ווי שטארק זיי האבן עס געוואלט אפקויפן אין ווי דער "כוחו וזכותו פין רבינו זי"ע" האט זיי באגלייט ביזן לעצטען מינוט ביז מאיר הירש האט עס אויסגעכאפט

מיין שאלה איז,אמת אפקויפן עיס פארעם האט געברענגט א שארקע קעגן רעקציע פין די שכינים,אבער ענק האבן דאך געוואלט טיען די זעלבע זאך נאר עס איז געלונגען פאר קהל ממילא וויאזוי האט עטץ נישט די בושה צי קימען שרייען יעדן טאג התגרות באמות בשעת ווען עטץ האטס געטיען די זעלבע זאך ???

אין יעדן צעטיל וואס ענק געבן ארויס שטייט ארויס "הערציל פאליטיק ווייל מען האט אפגעקויפט עיס פארעם"!!!!!!!!!!


איך האלט אז עס איז נישט קיין התגרות באמות,אבער לויט ענק אז אפקויפן לאנד הייסט התגרות באמות וואס איז מיט ענק???????



תוקן על ידי - getme - 12/05/2005 23:02:40

rabbi88 » 13/5/2005 00:43

How silly of you not to understand
They are the true Talmidim of Rabbine Hakodoish so it's only normal that they inherited the right to decide what IS and what is NOT hisgaris be'imis
I'm sure that you can't even understand that lying about what you will do with your building on Larkin Drive is not hisgaris be'imis either
It's all for the same reason you are NOT a true talmid of Rabbine Hakodoish so you can't say anything about this subject
THEY OWN ALL THE RIGHTS FOR "HISGARIS BE'IMIS"

זשוליאני08 » 13/5/2005 01:03

ליינט אין רעקארד פון פעברוערי 2004, די שרעקליכע התגרות באומות פון עיס פארם, פון וועלכע די אלייענס רעדט כסדר, און וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען.

ליינט וויאזוי פנחס יאקאבאוויטש האט אויסגעארבעט א מעכטיגן התגרות באומות שטיקל, אויסצושפילן די גוים, אבער ער איז מיאוס דיסעפאינטעד געווארן ווען ער איז געוואויר געווארן אז די גוים האבן באשלאסן צו מאכן התגרות באומות קעגן אים...

In May 2002, a group in Kiryas Joel that wanted to provide more affordable housing for the community approached the Etzel family about buying their land, said Pinkus Jakobowitz, a member of the group. After they were turned down several times, Jakobowitz said, the group asked Woodbury developer Wayne Corts to serve as their front man – a non-Hasidic buyer who could allay Tyler Etzel Sr.'s concerns about selling to the Hasidic community. Etzel doesn't want his farm to be turned into the densely populated housing characteristic of Kiryas Joel.
Jakobowitz and his two negotiating partners said that Corts enlisted his friend, Ralph Petruzzo, and that together they negotiated a deal in which Petruzzo would buy the property, sell it on to the Kiryas Joel group and receive $1 million to split with Corts.
But then something happened.
Jakobowitz and his partners said that another Kiryas Joel developer learned of the impending sale and intervened.
In the end, they said, the other developer walked off with virtually the same deal they negotiated.
Jakobowitz's group didn't realize Corts and Petruzzo had dropped them until they read about Petruzzo buying the farm in the Times Herald-Record on Tuesday. Even then, they called Petruzzo thinking they had been successful.


http://www.recordonline.com/archive/2004/02/01/camfarmw.htm

זשוליאני08 » 13/5/2005 03:54

דא ליינטס וויאזוי די שווימער אדמיניסטראציע פארשפרעכט צו קעמפן קעגן די יחידים וועלכע האבן זיך משתלט געווען און אוועקגענומען עיס פארם פונעם ציבור...

זיי זאגן צו אז זיי וועלן פייטן צוריק צו באקומען עיס פארם.

געוואלד, התגרות באומות...
[בילד – נישט אפגעהיט]

טקסטשלךכאן » 13/5/2005 05:41

פון די שטיקעל וואס זשוליאני08 האט געברענגט, זעהט מען אז די אלייענס מיינען באמת אז זיי זענען אין קאנטראל פון די ווילעדש און אז מענדל שווימער איז מעיאר.

זיי פאנטאזירן באמת אזוי.

איך האב מיך געציפט א פאר מאל זיכער צו מאכן אז איך בין אויף און איך זע טאקע וואס איך זע, אז ועד הקרי' זענען יחידים און האבן עובר געווען אויף די תקנה פון רביה"ק, וואס רביה"ק האט ארויס געגעבן א באפעל אז נאר ועד הקרי' זאל מעגן קויפן לאטס אבער נישט יחידים...

איז נאך דא איינער וואס ווינדערט זיך נאך וויאזוי אן אלייענס מעמבער האט זיך נישט גע'שעמט דא נעכטן צו פאנטאזירען אז דאס מאל גייען זיי עס זעכער מאכן?

באנדא » 13/5/2005 20:31

אינטערסאנט !!!!!!!

דער גנב מאיר הירש און די אלייענס האבן בערך די זעלבע פאנטאזיעס!!!!!!!!!!!!

פארוואס דארף מאיר הירש אויפשטעלן אהרן ט"ב בחרפו ובעצמו האלטן דרשות און וויינען פאר'ן עולם גולם אז מ'זאל ארויסגיין וואוטן ???????????

און פארוואס דארף דער חכם עתיק אלעזר גרובער האלטן דראמאטישע דרשות אז מ'זאל ארויסגיין וואוטן??????

אלא מאי?? וואלסטו מיר זאגן אז מ'רעדט דא טאקע פון אזעלכע נערנים??????????

נאר וואס דען זיי זענען אביסל קלוגער פון דיר און זיי זעהן יא אז ס'איז צרות ווי א בארג!!!!!!!!!!

דעריבער !!!!!!!!

טו א טובה און מעלדט זיי אן אז ס'איז דערנאך !!

פארפאלן !**פארשפילט איז פארשפילט**!!!!!!!!

דער עולם איז שוין מיד פון ענקערע בעלאניס

IT IS TIME FOR A CHANGE


KJAlliance » 13/5/2005 20:47

אקעי איך הער דעם נייעם סלאגאן

פארשפילט איז פארשפילט

אבער זיסקייט בענדאו

אי"ה יוני דעם צווייטן וועל בל"נ דא עס איבערפאוסטן און בסך הכל וועסטו קענען אויפרישן די 'פעלשערייען' ניגון

ממילא גייט עס סייוואו צוריק צום אלטן

טקסטשלךכאן » 13/5/2005 21:27

ווען ס'וועט וואקסן האר אויף יעקב מאיר פערענץ'ס האנט פלאך וועט יעקב יואל באנדא געווינען די וואלן...

און יעצט וועט מען נישט דארפן אויפשטעלן קיינעם צו רעדן, ווייל דער עולם איז אזוי ענטיזיאסטיש אין ציפרידען אז מען וועט קומען לויפען צו וואטען אויף אלע פיר.

באנדא איז נעבעך אויף א מיסיע מחזק צי זיין די צובראכענע אלייענס מענטשן אויף היידפארק.

צו שפעט מיין פריינד, זיי זענען שוין טיף מיואש

סנישטא וואס צי מאכען

KJAlliance » 13/5/2005 21:33

באנדא שרייבט:
פארוואס דארף מאיר הירש אויפשטעלן אהרן ט"ב בחרפו ובעצמו האלטן דרשות און וויינען פאר'ן עולם גולם אז מ'זאל ארויסגיין וואוטן ???????????

באנדא "גייט" שרייבן, יוני דעם צווייטן
פארוואס "האט" מאיר הירש "געדארפט" אויפשטעלן אהרן ט"ב בחרפו ובעצמו האלטן דרשות און וויינען פאר'ן עולם גולם אז מ'זאל ארויסגיין וואוטן ???????????

געשריבן איז עס 'כמעט' די זעלבע, אבער די ניגון וועט זיין 'פיל' אנדערש

נו, וויאזי פירט מען אויס באנדא, 'פארשפילט איז פארשפילט'

זשוליאני08 » 13/5/2005 21:40

באנדא, איך וויל זאלסט מיר שוין זאגן פונקטליך וויפיל בחורים ס'לערנען אין ישיבה גדולה.

ווייל איך ווייס דאך אז נאך די וואלן וועסטו מיר קומען זאגן אז מען האט אראפגעברענגט באסעס מיט "הונדערטער" בחורים.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 13/05/2005 21:41:42

KJAlliance » 13/5/2005 21:42

און וויפיל זענען רעגעסטירט "לעגאל"