לאנדאן. - ריכטער פארבאט רעגיסטרירן סעיל
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1375825
דער דזשאדזש אין די קעיס פון די בילדינג וואס פעלדמאן האט פארקויפט פאר עסטרייכער, האט דער ריכטער געאורטיילט:
דער קונה (עסטרייכער) טאר נישט רעגיסטרירן דעם סעיל.
דער מוכר (פעלדמאן) מוז זיך שטעלן צו דין תורה.
אויב דער מוכר שטעלט זיך נישט צו דין תורה, מוז ער באצאלן אלע קאסטן פאר צד הנתבעים (קהל יטב לב).
די אינזשאנקשען וואס דער קאורט האט געשטעלט איז מער נישט אקטועל. וויבאלד מ'מוז זיך שוין שטעלן צו דין תורה.
ביידע זייטן מוזן אונטערשרייבן אז מ'גייט זיך שטעלן צו דין תורה. און מ'גייט עס נישט רעקארדירן.
וואס מיינט עס?
אז דער גאנצער דיעל איז א זייפן בלאז.
ווייל די דין תורה האט שוין געפסק'ט יארן צוריק אז ער האט עס פארקויפט פאר סאטמאר און מוז עס איבערשרייבן פאר נעקסטגראנוד.
אינטערסאנט אז א שופט זאל קענען צווינגען א מענטש זיך צו שטעלן צו דין תורה, איז דא ערגעץ און די חוקי המדינה א חוב אויף א איד זיך צו שטעלן לדין?
איז שוין אמאל געהערט געווארעןא פסק ווי א קוארט צווינגט א איד זיך צו שטעלן צו דין תורה?
מ'איז דאך שוין געווען ביי דין תורה.
און מ'האט שויל אונטערגעשריבן שטרי בירורין יארן צוריק.
דער ריכטער וויל יעצט ענפארסן צו גיין צו דין תורה.
פוסטע מעשיות!
די אהרונים זענען היינט געקומען אין קאורט מיט א פרישע מעשה, אז זיי האבן 3 עדות אז הרב פעלדמאן האט זיי פארקויפט דעם לאט מיט 20 יאר צוריק, נאר מען האט עס פשוט נישט אונטערגעשריבן...
דער שופט האט געטריבן ליצנות פון די בהמות אז מען לאזט א לאט 20 יאר אן איבערשרייבן. און קלאר געזאגט אז זיי מעגן האבן טויזנט עדות, ביי אים איז אנגענומען נאר אויב זיי האבן דאקומענטן דערויף.
ער האט זיי געגעבן 10 טעג צייט צו קומען מיט דאקומענטן.
אן אהרוני בלייבט אהרוני
ווער עס קאלט קיין לאנדאן ווייסט אז די ארטיגע "אהרונים" דרייען זיך ארום ווי גרויסע לאזער'ס.
עס איז געווען צווי קלאגעס:
1. איינס קעגן ר' חיים משה פעלדמאן אז ער זאל נישט פארקויפן דאס בילדונג, זיי האבן געפאדערט פון דזשאדזש צו לייגן אן "עיקול", די אהרונים האבן גע'טענה'עט אז עס איז נאכנישט פארקויפט געווען, די אהרונים האבן היינט מודה געווען אז ווען זיי האבן געפאדערט פון דזשאדזש דעם "עיקול", איז שוין געווען נאך די "מכירה" (א זאך וואס איז קעגן געזעץ), און דעריבער קען ר' חיים משה פעלדמאן פאדערן פון זיי דאס קאסט פון די לויער'ס ווי דער געזעץ לויטעט.
2. די צווייטע קלאגע איז, אז ר' חיים משה האט נישט געטארט פארקויפן נכסי ציבור, ווייל דער בילדונג איז נכסי ציבור, די קלאגע האט מען נאכנישט באהאנדאלט.
און אזוי ווי די וואך האבן די "אהרונים" אריינגעגעבן פרישע פאפירן אויך קעגן ר' גדלי' עסטרייכער (אן קיין היתר בי"ד), טענה'ענדיג אז ער האט נישט געטארט אפקויפן קיין נכסי ציבור, האבן די לויער'ס פון ר' גדלי' גע'טענה'עט אז זיי זענען נאכנישט גרייט, און מ'דארף זיי געבן צייט ענטפערן, האט דער דזשאדזש אפגעשטיפט דעם הירונג אויף נאך 10 טעג.
די אלע אנדערע נייעס פון ווארהייט איז נארישקייטן שלא מן הענין.
פארוואס לאזט ער נישט רעגיסטרירן.
ס'איז דאך זייערס. זיי האבן דאך עס אפגעקויפט לעגאל.
א חוצפה פון דעם דזאזש. ער גייט קעגן ר' זלמן לייב
תוקן על ידי - אינהכינמי - 12/05/2005 23:00:07
ער זאגט איין שקר אז ער לאזט נישט רעגיסטרירן, און דעם שקר נוצט ער שוין פאר א ראי'.
תוקן על ידי - יוסף90 - 12/05/2005 22:58:18
יוסף
ואס פרעגסטו אים אזוי פיל קשיות?
דעם אהרוני האט מען נאר אז מען האט געווינען, די מעשה מוז ער שוין אליין אויסארבעטן...
איחד מעמבער. און יוזל90
עטס קענטס נישט אפמאכן וואס צו זאגן...?
איחוד זאגט אז די אהרונים האבן באקומען צען טאג.
און יוזל90 זאגט אז די זאליס האבן פארלאנגט צען טאג.
מאכטס אפ וואס עטס ווילסט... (אבער געווינען האט עס זיכער)...
געווינערס, הערטס ענק אויף צו שלאגן
[בילד – נישט אפגעהיט]
כאפ נישט קיין הייסע לאקשן...
געווינען האבן ענק... פונקט ווי איר זענט אלעמאל געווינערס...
וויאזוי האט זיך אויסגעדריקט אן אהרוני הערנדיג יעדעס מאל פון זיינע אויבערהארן אז זיי האבן ווידעראמאל געווינען:
"ווען וועלן מיר כאטש איינמאל פארלירן ווי די זאלונים?"...
א דזאדזש קען צווינגען אויב די צדדים האבען אין זייער קאנטראקט אז מיט א מחלוקה מוז מען גיין צו דין תורה
זייער פשוט
ביי די אהרונים איז אלעס זייער פשוט, ביז דער שופט שטימט נישט ווי זיי...
האב יעצט גערעדט קיין לאנדאן כהאב א חבר נאך פין ישיבה קיין גרויסער חסיד איז ער קיינמאל נישט געווען אין פארשטייט זיך אז יעצט איז ער פין די זאלי שוויצערס כמובן, פרעג איך אים וועגען די הייד פארק ווערסיעס, ווער עס איז גערעכט, נעמט ער זיך צי מאכן אויף מיר קולות אז איך קאל אים נאר זיך צי רייצן מיט אים , זאג איך אים ניין איך וויל באמת וויסן ווער עס איז גערעכט, איך וויל נישט לעבן אין עולם הדמיון, אין איך זאג אים נאכאמאל אלעס איבער וואס עס שטייט אויף הייד פארק אין וואס די דזשאדזש האט געזאגט, אין מערקווידיג, ווי נאר איך האב דערמאנט דאס ווארט "דזשאדזש" געט ער באלד א שריי "די דזשאדזש איז אינטער געקויפט יא די ארונים האבן אינטערגעקויפט דעם דזשאדזש", אין ער זאגט אז ער איז שוין זייער מיד ער האט געהאט היינט א שווערן טאג ער גייט שוין שלאפן.
קאמענטארן זענען איבעריג, מען זעט קלאר פין די מעשה ווער עס זאגט די ווארהייט אין סתם באבע מעשיות.
העטעך האט אלעמאל חברים וואס דערציילן אין די נייעס, און קרית יואל און בארא פארק און לאנדאן.
זאלט איר נאר זעהן ווי אזוי די אהרונים בויען זייערע נייעס, פון א חבר וואס האט עס געהערט, פון פון ...
יוסף
ברוך שכוונתי.
ווי אזוי קענען דאס די אהרונים געווינען? אז אין קאורט איז פארלוירען געווינט מען אויפן טעלעפאן מיט א זאלי שוויצער אין לאנדאן.
ניין. ער האט עס געהערט פון א ידיד וואס איז א קרוב מיטן גר פון ירושלים מיט 37 יאר צוריק.
דער ריכטער האט ארויסגעווארפן דעם עיקול, ווייל פשוט די מכירה איז א פאקט, ממילא האט נישט קיין זין קין עיקול אפצוהאלטן די מכירה...
ער האט געאורטיילט אז פריינד דארפ באצאלן 30 טויזנט פונט די פרייז וואס האט געקאסט פאר פעלדמאן דער קאורט.
אבער דעם עצם קאורט, צי פעלדמאן האט געמעגט פארקויפן האט זיך נאכנישט אנגעהויבן.
די פאפירן האט מען הערשט נעכטן סערווירט פאר די צדדים. ווי איך הער אויבן-אויף, איז עס – כדרכם בקודש – לופטיגע און לעכערליכע טענות און עסטרייכער-פעלדמאן צד לאכן זיך אויס.
אויסשווארץ
ער האט עס נאכגעשריבן פון "בשעה טובה".
לאמיך פינקטליך הערן וואס דער שופט האט געלאכט.
1) פונעם פסק דין אז
חיים משה פעלדמאן טאר נישט מעכב זיין קניית הת"ת וואס געפינט זיך אויף 111.
2) אדער פונעם פסק דין: אז
חיים משה פעלדמאן זאל אינטערשרייבן אז ער האט נישט קיין שום טענה ומענה און קיין שום זכיה אויף די פראפערטי פון 111.
3) אדער פונעם פסק דין אז:
חיים משה פעלדמאן איז מחויב עפ"י דין תוה"ק איבערצופירן די פראפערטי און דעם דיעד צום רשות פון די הנהלת הת"ת, הן מדין תורה והן עפ"י ערכאות.
4) אדער פונעם בריוו וואס ר' געציל בערגער שרייבט קעגן זיין איידעם, וואס וועט אי"ה אריינגעסקענט ווערן עקסטער.
זאג פונקטליך פון וואס דער שופט האט אזוי שטארק געלאכט.
און פארוואס דער שופט לאזט נישט רעגיסטרירן דעם סעיל.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער איז אלץ אינטערגעשריבן אויף די פסק דין קעגן פעלדמאן?
יצחק טובי' ווייס (כעת גאב"ד ירושלים)
מנחם זכרי' זילבער (ראב"ד התאחדות הרבנים)
בנציון בלוי (רב דביהמ"ד סטענפארד היל).
ווער איז ר' בנציון בלוי?
אן אינטרעסאנטער בריוו פון ר' געציל בערגער.
ר' געציל שרייבט דעם בריוו
ג' נצו"י תשל"ג לפ"ק
און ער באציט זיך צו דעם בנין וואס ער האט מנדב געווען פאר סאטמאר. און ער שרייבט אז ער איז נישט מוחל פאר זיין איידעם ר' חיים משה פעלדמאן, וואס איז אומדערהערט... (כלשונו של ר' געציל).
אט איז דער בריוו אין זיין פולן ארגינעל.
ב"ה ג' נצו"י תשל"ג לונדון
הנני בזה לאשר אשר נתתי כל המעות עבור נו. 111 קעיזנאוו רוד.
ובפירוש אמרתי לחתני שיהי' על שמי וכן יכתוב בטבלא על הקיר שאני קניתי.
ומובן שקניתי רק שיהי' חדר של סאטמאר וגם זה עבור שנים שאני נותן עבור החדר בערך עשרים אלפים.
.... ואמר בפירוש לבני שלום נ"י שקונה זה עבור החדר ואיננו מוחל לו בשום אופן עד שיתן בחזרה כל הדידס להנהלה של החדר.
ובשום אופן איננו מוחל לחתני חיים משה נ"י
מה שבזה אותי במה פעמים בפני רבים בהמיטינג שקרא שלא בידיעתי וגם אהי' בנין 111 קעיזנאוו האט ער גיהאט די דידס אין גיט זיי נישט מיר צוריק שלא נשמע כזה בכל העולם אשר טפחתיו ורביתיו
וע' זה בה...הח' יום ג' נצו"י
געציל בערגער
תוקן על ידי - ווארהייט - 13/05/2005 5:21:28
מיין ידיד פון לאנדאן זאגט מיר פריער
אז ער האט געזען א אנדערע בריוו פון ר' געציל ע"ה
ווי ער שרייבט קלאר אז די בילדינג 111 קעיזנאוו זאל באלאנגען צו ת"ת יטב לב דסאטמאר".
און אז דער רבי זי"ע האט אים קלאר געזאגט אז עס זאל זיין אונטער "יטב לב דסאטמאר"
און ווער עס וויל טוישן איז אסור אזוי צו טאן.
חתימת הנגיד ר' געציל בערגער
(סאו, אפשר פון די בריוו האט דער שופט געלאכט אזוי שטארק)?
נו, ווארהייט טיפש
האט מען באצאלט ביז היינט פאר רח"מ די 10 טויזנו פונט, ווי עס שטייט און פסק?
יא אדער נישט?
צווי, ווער איז די הנהלת הת"ת היינט, און דעמאלץ, ר' שלום בערגער צו ישעי' וואלף לעוו.
ר' שלום ציק - ר' בעריש בערגער צו משה ארי' פריינד אדער יענקל עסטרייכער
וואס האקסטו א טשיינג, ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין געהערט עס נישט פאר די אהרונים.
א זייטיגע נקודה:
לייגט'ס צו קאפ.
ר' שלום ציק, און ר' שלום בערגער.
אקעגן משה ארי' פריינד און יענקל עסטרייכער.
נישטא ווער עס זאל לאכן.
ווי אזוי האט דער ריכטער געפרעגט אז יעדער איז דאך מודה אז סאטמער האט געהערט צו ר געציל בערגער
איז די גאנצע פראגע נאר צווישען די משפחה פין ר געציל צו ר שלום "ע"ה צו "ר מענדעל "ע"ה אבער צו ר חיים משה אין רלי ענגלענדער
אין ממילא ליוט די פאפירען וואס קומט דא משה ארי פריינד אריין אז די גאנצע זאך איז א פראווייטער ענין צווישען די בערגער משפחה
מר פריינד איטץ דענט נאטינג באלאנגס טא יא איטץ די בעגער פאמליע
פרישער שאס פאר משה גבאי
פרייטאג מיטאג האט די רבי אנגערופן ר' חיים וואזנער, אז די מי שברך וואס ער מאכט יעדע וואך פאר די טובים פון די קהלה זאל ער פון היינט און ווייטער מאכן נאר פאר די נייע טובים וואס די רבי האט געשטעלט פאר עטליכע וואכן צוריק, ר' בעריש בערגער מיט ר' גדלי' עסטרייכער וכו' וכו'.
ר' חיים וואזנער האט מחמת רוב לחץ ומחמת רוב ענותנותו און נישט וועלנדיג זיין א מחוצף פארן רבי'ן נישט געמאכט א מי שברך פאר קיינעם.
נישטא קיין פראגע אז די אהרונים האבן געווינען.
דער שופט האט געזאגט אז זיי דארפן באצאלן די הוצאות וואס באטרעפט 35 טויזענט פונט...
א קליינער געווינס?
צו דער רבי שליט"א האט אנגערופן הרב וואזנער צו נישט, קענסט די פארקויפן וואס די ווילסט פאר ווער עס וויל קויפן. דער פאקט וואס יעדער האט געזען ברבים אז הרב וואזנער האט נישט געמאכט קייין מי שבירך פאר די מוסרים קענסט די נישט אפלייקענען מוזט די בויען דיינע פאנטאזיעס.
דער פריינד איז צוגעגאנגען צו הרב וואזנער נאכ'ן עולה זיין און אים געפרעגט צי ער האט דירעקט נישט געמאכט קיין מי שברך פאר די טובים?
האט הרב וואזנער אים געענטפערט "יא"!
און דער חמור האט זיך גענומען רודערן, מאכנדיג די שטונק נאך גרעסער.
תוקן על ידי - allnewspic - 16/05/2005 0:14:51
ווארהייט: איז דאס אמת אז פריינד האט געמוזט צוריק צאלן געלט פאר פעלדמאן?
אינטערערסאנט ווי עס איז צוגאגנגען: דער ריכטער האט איינגעטיילט ווער עס דארך אלץ באצאלן. פרענקל נישט ווייל ער האט נישט אונטער געשריבן, שרייבער אויך נישט ווייל ער האט צוריקגעצויגן.
און נאכדען האט ער אויסגערעכנט די נעמען פון לעוו, אויך י.א. לעוו, פריינד, שעהר, עסטרייעכר און פונקטליך וויפיל די אלע מוזן באצאלן...
נאכמער ער האט זיכערגעמאכט אז דאס געלט זאל נישט ווערן באצאלט פון קהל האט ער דאס געמאכט אלס א דעביט פון זייערע בענק אקאונטס.
דער אלטער י.א. לעוו האט זיך אפגערעדט אז לא די וואס כבוד האט עס נישט געברענגט, זאל איך נאך מוזן באצאלן...?
אבער ווי איך הער באצאלט אלעס י.וו. לעוו און ר' אהרן וועט אין צוריקצאלן מיט א ברכה...
איחודמעמבער שרייבט
גאב"ד לאנדאן שרייבט בריוו קעגן די מוסרים
דער לאנדאנער רב הגאון רבי אפרים פאדווא שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א בריוו קעגן די לאקאלע לאנדאנער מוסרים, די אהרונים וואס האבן אריינגעטראגן קלאגעס און מסירות אין קאורט קעגן די סאטמארער תלמוד תורה.
יעצט גיב איך איבער דעם רשות הדיבור פאר די אהרונים ווייטער צו שעלטן און בילן.
טאגליכט שרייבט
proof please a copy please
איחוד שרייבט:
גאב"ד לאנדאן שרייבט בריוו קעגן די מוסרים
דער לאנדאנער רב הגאון רבי אפרים פאדווא שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א בריוו קעגן די לאקאלע לאנדאנער מוסרים, די אהרונים וואס האבן אריינגעטראגן קלאגעס און מסירות אין קאורט קעגן די סאטמארער תלמוד תורה.
איך האב דא דעם בריוו.
אין דעם בריוו שרייבט דער סד"ד ר' יעקב ראובן קאנראד בזה"ל:
1) כבוד קהל יטב לב דסאטמאר
2) הר"ר חיים משה פעלדמאן
3) הרב מאיר גדלי' עסטרייכער
במענה למכתב הזמנה לד"ת שנתקבל מאת הטוען יטב לב התובעים, קשה להבי"ד להזדקק לד"ת זה.
ע"כ עליכם להתדיין בזבל"א וזבל"א כהלכה
בכל אופן לדון בערכאות אסור, ואתם מחויבים לצאת תיכף ומיד מן ערכאות.
בכל הכבוד
בשם הבד"ץ
יעקב ראובן קאנראד
סד"ד
יעצט ביטע ענטפער. אן קיינע קללות
ווער איז אתם?
וואס שרייבט ער צו גדלי' עסטרייכער און חיים משה פעלדמאן ואתם...
ווייל זיי זענען אין קאורט וועגן די געלט.
תוקן על ידי - ווארהייט - 18/05/2005 20:38:38
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווארהייט
ווארהייט
וואס פארקויפסטו דיינע נארישקייטן
ווער איז אריין און געריכט
רר' חיים משה
ר' גדלי'
אדער די אהרוני'שע קהלה
אודדאי כדי צו מרצה זיין ביידן שרייבט ער בלשון רבים
ער מיינט צו זאגן אז מ'טאר נישט דן זיין און ערכאות
דאס איז אבער קלאר אז ער האט געהייסן ארויסגיין פון ערכאות
נו, פושעים גייט ארויס פון ערכאות.
איך פארשטיי נישט דיין כעס.
שריי אויף הרב קאנראד.
לא עלי תלנותך. חביבי.
נישט איך האב געשריבן פאר:
קהל יטב לב
חיים משה פעלדמאן
מאיר גדלי' עסטרייכער
ואתם מחויבים לצאת תיכף ומיד מן ערכאות.
סאו שריי אויף קאנראד.
WHACKY
ווער איז דער תובע אין ערכאות?
איז אמת אז ר' חיים וואזנער מופט אוועק פון לאנדאן ???
90
יעצט ביסטו א מענטש.
די פרעגסט. ווי א מענטש וועל איך דיר ענטפערן.
דער תובע יעצט איז
חיים משה פעלדמאן
ער פארלאנגט אז מ'זאל אים באצאלן די געלט פאר זיינע אדוואקטן, און פאר דעם איז באשטימט א הירינג.
וועגן דעם שרייבט הרב קאנראד פאר אלע 3 צדדים
ואתם מחויבים לצאת מן הערכאות
פארשטייסט שוין?
א. ער פארלאנגט שוין גארנישט ווייל מיט'ן מודה זיין פון משה ארי' פריינט וחבריו דזאדזש אז זיי האבן געפאדערט אן עיקול ווען זיי האבן שוין דאן געווארוסט אז דער פארמעגן איז פארקויפט, ווערט מען אויטאמאטיש מחוייב מיט די קאסט פון דעם קעיס, ער דארף עס בכלל נישט פאדערן.
ב. לשיטתך אויב אזוי, וואס מיינט ער מיט'ן שרייבן קעגן הרב גדלי' עסטרייכער, ער פאדערט דאך קיין קאסט אויך נישט.
וועם דען מיינט ער? די קאורט האט דאך זיך שוין גענדיגט.
דער ריכטער האט עס ארויסגעווארפן?
דרך אגב, האסט באמערקט וועם ער רופט "קהל ייטב לב" "דער איד האט עס שוין באמערקט,זיי פרובירן עס צו פארענטפערן, לייענט און האט הנאה.
דער ריכטער האט אראפגענומען נאר דעם עיקול
אבער און 23.סטן גייט זיין א הירונג צו אויף די טענה צו עס איז נכסי ציבור, צו ר' חיים משה האט עס געמעגט פארקויפן, און צו ר' גדלי' האט עס געמעגט קויפן.
לויט מיין אינפארמאציע איז דער הירינג איבער די געלט.
פעלדמאן פארלאנגט לאיער געלט
און קהל יטב טענה'ט אז ער האט פארקויפט א בנין וואס איז נישט זיינ'ס עפ"י תורה.
קודם כל עס איז שקר, ווייל ער ווערט אויטמאטיש מחוייב צו צאלן.
אבער וואס מיינט יענער בי"ד מיט נאמען פון ר' גדלי'