היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » בזיונות: אלייענס ציט האלב צוריק אנעקסעשן

בזיונות: אלייענס ציט האלב צוריק אנעקסעשן

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1373715

געשמאק » 11/5/2005 02:56

נאכן מאכן א שרעקליכע חילול השם און התגרות באומות און אויפרעגען אלע טאון גוים פאר די לעצטע פאר וואכן, מיט'ן אריינגעבן די אנעקסעישאן אפליקעישאן, און נאך חדשים לאנג פון קארמען זייער עולם אז די גוים לאזן זייער אנעקסעישאן, בשעת אברהם ווידער דער מעיאר האט זעענדיג דעם אנגעצויגענעם מצב דערקלערט א מינומים 6 חדשים'דיגער אפשטעל אויף ענעקסעישאן, האט די אלייענס זיך געכאפט אז זיי זענען אריינגעפאלן אין א שרעקליכע בלאטע, און עס וועט זיי ביטער קאסטן ביי די וואלן, האבען זיי באשלאסן צו לייגען די אנעקסעישען פון "וואדבארי" אויף האלד ביז נאך די וואלן, ווען זיי וועלן שוין מער נישט דארפען מורא האבען פון זייער ציבור.

היינט דינסטאג דריי וואכען פאר די מעיאר וואלן האט זיגי בראך מיט פנחס יאקאבאוויטש אפגעהאלטן א פרעס קאנפערענץ און פראנט פון זיגיס הויז און וואדבארי. צוזאמען מיט זשאנאטן סווילער פון סאקא עט ווארק ( נישט אויסמישן מיט די ארגינעלע סאקא), אויך האט זיך באטייליגט דער סופערווייזערקע פון וואדבארי (א שיקסע), מיט צווי וואדבארי טאון קאנסול לייט און מיט גרויס חרפה און שאנד זיך געבראכן און געמאלדן אז זיי ווילן שוין ווערן וואויל און זיי ציען צוריק פון די אפליקעשאן.

אבער מיט די מאנרא ענעקסעישאן אפליקעישאן זענען זיי נאך מיט עקשנות עומד במרדם.

ה' ירחם, אז עס זאל נישט שאטן פאר קיין איד.





תוקן על ידי - געשמאק - 11/05/2005 3:11:31

זשוליאני08 » 11/5/2005 03:00

געוואלד מען קושט זיך מיט גוים און גויטעס...

שדים_טאנץ » 11/5/2005 03:04

פארוואס הייסט נישט די מאנרא אנעקסעישאן התגרות באומות?

פארוואס די מאנרא אנעקסעישאן ציט ער נישט צוריק?

תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 11/05/2005 3:05:53

זשוליאני08 » 11/5/2005 03:10

נעבעך, דער יעקב יואל באנדא האט ריזיגע לאטס אין וואודבארי און די אלייענס האט מורא געהאט אז מען וועט מאכן דערפון אן אישו, וועגן דעם האבן זיי געדראפט די וואודבארי אנעקסעישאן, אבער מיט די מאנרא אנעקסעישאן גייען זיי ווייטער אן.

דארט גייט נישט אן קיין התגרות באומות...

Plan to annex Woodbury land to Village of Kiryas Joel withdrawn

In a display of being good neighbors, the Kiryas Joel Alliance today announced it would withdraw its petition to annex 87 acres of land from the Town of Woodbury into the Village of Kiryas Joel. The move was done as "a gesture of good faith in its desire for improved relations and neighborliness with the surround communities," said Pinkus Jacobowitz, a leader of the Kiryas Joel Alliance.

A statement by the SOCA at Work group -- Southern Orange County Alliance at Work -- apologized for its earlier accusations that the KJA was involved in attempts to block-bust the neighboring areas. "We cannot ask for fairness when we ourselves act unfairly,' said SOCA at Work leader Jonathan Swiller.

Woodbury Town officials also announced the formation of a community relations committee that would work to bridge the diverse populations in the area.

http://www.midhudsonnews.com/News/KiryasJoel-withdraws-10May05.htm

זשוליאני08 » 11/5/2005 03:15

"a gesture of good faith in its desire for improved relations and neighborliness with the surround communities," said Pinkus Jacobowitz, a leader of the Kiryas Joel Alliance.


פנחס:

צינד נישט און לעש נישט.

צינדסט אן א פייער מיט דיין אנעקסעישאן און נאכדעם קומסטו זיך דערקלערן א גוטער אז דו האסט אויסגעלאשן דעם פייער.

אברהם ווידער האט אינגאנצן נישט אנגעפאנגען צו צינדן. ער האט תיכף ביים אנפאנג דערקלערט אז ער לייגט די אנעקסעישאן אויף האלד כדי צו בארואיגן די שכנים.

ווער מיר נישט קיין פיינער...

מאירהירש » 11/5/2005 03:47

סעגעדין!

בארואיג זיך, איך וואלט אויך געשפרינגען ווען איר טוט דאס בעפאר

די אלייענס האט געטון א געוואלדיגע שריט!!!!
עס מוז באצייכנט ווערן מיט גאלדענע אותיות

עס איז שפעט איך וועל באלד מער מאריך זיין בפרטים אבער ביז דערווייל גדלי', טעיק איט איזי טרינק א גלאז וואסער

גוטזאגער » 11/5/2005 03:50

זיגי מיט פנחס'ל !!!

דער "אמת" איז פראסקעט אין פנים!!!

היינט איז געווארן באשטעטיגט, וואס דער עולם ווייסט שוין חדשים לאנג, און די אלייענס האט דאס פרובירט צו לייקענען מיט אלע כוחות.

אז דער פאקט איז, אז בשעת די באאמטע פון וואדבארי זענען געזיצן, פאריגען זומער, אין א פרידליכע קאנפערענץ, וואס איז אנגעפירט געווארען דורך דער קאונטי עקזעקיוטיוו עדי דייענע, און עס האט אויסגעזען אז די געמיטער הייבן זיך אן צו בארוהיגען, איז פנחס יאקאבאוויטש מיט זיגי בראך, געגאנגען און מיט א שרעקליכע מרידה באומות האבן זיי אנגעצינדען א פייער מיט די שכנים און וואודבארי מיט מאנרא, כדי זיכער צו מאכן אז דו שנאה זאל ווייטער העליש פלאקערן ביי די גוים, און דעמאלטס האט וואודבארי האסטיג אפגעהאקט אלע פרידליכע באציהונגען מיט קרית יואל,און דאס האט אנגעהאלטן פון דעמאלטס ביז היינט דינסטאג, ווען די אלייענס האט מיט גרויס שאנדע זיך געבראכען, און צוריק געצויגען זייער וואודבארי אנעקסעישאן, און וואדבארי האט נאך היינט דערקלערט אז מ'קען שוין ווייטער רעדן פון האבן פרידליכע באציהונגען מיט תושבי קרית יואל.

דא איז דער וואודבארי היינטיגער פרידליכער דערקלערונג.

Woodbury Town officials also announced the formation of a community relations committee that would work to bridge the diverse populations in the area.


זיגי מיט פנחס'ל


תוקן על ידי - גוטזאגער - 11/05/2005 3:54:48

davka » 11/5/2005 04:01

קרית יואל שרייבט:

אין אשכול חדשות אנ"ש שרייבט געזעגענען דאס פאלגענדע:

א היסטארישע פרעסע קאנפערענץ איז פריער אפגעהאלטן געווארן אין וואודבורי צווישן די וואודבורי טאון און קרית יואל אלייענס וואו עס איז געמאלדן געווארן אז די אלייענס ציט צוריק די אנעקסעישאן פעטישענס פון די שטחים אין וואודבורי וואס באלאנגען פאר ק"י איינוואוינער.

ביי די פרעסע קאנפערענץ האט וואודבורי טאון געמאלדן אז די אלייענס לאיערס האבן צוריקגעצויגן די פעטישענס אלס זשעסט פון גוטן ווילן צו די שכנים.

ווי באקאנט איז דער מצב מיט די שכנים געווען אנגעצויגן נאך א ריי ווילדע הערצל פאליטיק שריט וואס דער ווילידזש האט אונטערגענומען. ספעציעל נאכן מעלדן און זיך רייצן מיט דעם אפקויף פון עיס פארם און שפעטער מיט'ן מעלדן אז זי גייט דאס אנעקסירן אדער מאכן א נייעם ווילעדזש.

זייט דעמאלט איז אויפגעקומען די "סאקא" ארגעניזעישאן און אביסל שפעטער די "סאקא עט וואורק" ארגעניזעישאן. ביידע זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן אנעקסעישאן פון וואודבורי לאטס קיין ק"י.

די אלייענס האבן שוין געהאט מיטינגען מיט ביידע גרופעס וואו זיי האבן אנגעדייטעט אז אויב עס וועט אויספעלן וועלן זיי צוריקציען דערווייל די אנעקסעישאן פעטישענס.

ביים פרעסע קאנפעכרענץ האט דער טשערמאן פון "סאקא עט וואורק" דאס דארט באגריסט אנווייזענדיג אז די אלייענס האט דערמיט ארויסגעוויזן פארשטענדעניש פאר די שכנים און מיט זיי קען מען גיין צום טיש.

יעצט ווארט מען צו זען אויב די ווילידזש פירערשאפט וועט גיין אין דעם ריכטונג און נישט טאן קיין פרישע שריט אויפצורעגן די שכנים וויאזוי זיי האבן געטאן אין די לעצטע חדשים גייענדיג אין די פוסטריט פון די הערציל פאליטיק.

זשוליאני08 » 11/5/2005 04:03

געזעגענען שוטה איינער

דער מעיאר ר' אברהם ווידער שליט"א האט שוין מיט חדשים צוריק דערקלערט אז ער לייגט די אנעקסעישאן אויף האלד, ווייל ער וויל לעבן גוט מיט די שכנים

און די אלייענס איז דעמאלטס אנגעגאנגען מיט די ביליגע התגרות באומות און הערצל ציוניסטישע פאליטיק ווי גלייך גארנישט וואלט געווען.

יעצט קומט געזעגענען און דערקלערט גאר אז די אלייענס זענען די וואס האבן געלייגט די אנעקסעישאן אויף האלד



דאס איז פון די רעקארד פון דעסעמבער 21:

Kiryas Joel Mayor Abraham Wieder said his village would dampen the latest flames of opposition by halting consideration of any annexation proposals for at least six months. "I think there should be some cooling off period," he said.
At the moment, the only pending annexation request is one filed by his political opponents in the Kiryas Joel Alliance, which has petitioned for 184 acres to be annexed into Kiryas Joel from Monroe and Woodbury.


http://www.recordonline.com/archive/2004/12/21/woodbury.htm

און דא איז די רעקארד נייעס פון פעברואר 28 אז די אלייענס פייפט זיך אן אויף אברהם ווידער און גייט ווייטער אן מיט די אנעקסעישאן

Kiryas Joel – A group seeking to annex 184 acres into this booming community from the neighboring towns of Monroe and Woodbury filed papers last week to begin an environmental review of the proposal.
Mayor Abraham Wieder, calling for a "cooling off" period between Kiryas Joel and its neighbors, declared in December that his village won't act on any annexation requests for at least six months, which happens to be after he and two trustees will stand for re-election.


http://www.recordonline.com/archive/2005/02/28/camannex.htm

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 11/05/2005 4:18:27

מאירהירש » 11/5/2005 04:41

פיין קינד דער אברהם

ער לייגט אויף א קאלינג אף פעריאד,
אך!!! אן המצאה

אבער די קלאגע אנטקעגן וואדבוירי גייט אן!!

אבער ווי פריער דערמאנט ער האט געלייגט אויף א קאלינג אף פעריאד!!

מאירהירש » 11/5/2005 05:00

עס איז צום באמערקן אז עס האט זיך געמאכט א ריס צווישן די סאקע גרופ און עס האט זיך פון דעם געגרינדעט א נייע גרופע סאקע עט וואורק

די ארגינעלע גרופע האט זיך פארהערט מיט פארשטייער פון די ווילעדזש וואו דער יונגאטש סעגעדין האט זיך צעעפענט זיין מויל און געשטסן סטעיטמענטס איבער די האלאקאסט.

די גרופע האט בשום אופן נישט געקענט צוקומען צו קיין פאראייניגונג מיט קרית יואל

די נייע גרופע איז יא געווען וויליג ביים ערשטן רוף פאר פרידן, זיך אראפזעצן מיט פארשטייער פון די אלייענס

און ב"ה די געשפרעכן האבן געפירט זייער גוט און דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער

נו איז דאך געפערליך! אויב וועט די גאס זען אז קרית יואל אלייענס דעליווערט פאר תושבי קרית יואל אזוינע דעליקאטע אישות ווי פארהאנדלען מיט די אלייענס,
טויג דאך נישט

אשר על כן זענען זיי אויפגעקומען מיט א מוראדיגע רעיון אז זיי זאלן שליסן א יד אחת מיט די אויסגעשפראכענע SOCA און זיי זאלן מכלומרשט ווייטער אנהאלטן די מערכה מיט קרית יואל געצילט קעגן די לארקין בילדינג א.א.ז.וו
אזוי וועט מען קענען בארואיגן די געמיטער פון די עקסטרעמע

דאס האט אנגעהאלטן ביז היינט ווען עס האבן זיך ארויסגעשטעלט די פירער פון די טאון אוו וואדבוירי און ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די עסקנים גיבן זיך אוועק כדי צו ברענגען פרידליכקייט צווישן די שכנים און קרית יואל
(און זי האט נישט גערעדט פון סעגעדין)

שדים_טאנץ » 11/5/2005 05:44

מאירהירש האט געשריבן:

"בארואיג זיך, איך וואלט אויך געשפרינגען ווען איר טוט דאס בעפאר"
ע"כ

גוט צו וויסן ווי שטארק עטס האטס געשפרינגען ווען אברהם ווידער האט עס טאקע געטאן בעפאר ענק.

הא הא הא הא

האסט נישט געכאפט וואס דו רעדסט, האסטו זיך וועגן דעם פאררעדט און געכאפט א גוטן שאס

KJAlliance » 11/5/2005 06:06

איר כאפט וואס איז דא פארגעגאנגן

דעם 'הערצל' אברהם ווידער איז געגאנגן העצן און אריינגעגעבן אנעקסעישאן פאפירן, אז "כאילו" די 'אלייענס' ווילן ענעקסן שטחים פון 'וואדבערי'

תיכף דערנאך [6 חדשים שפעטער] זענען די 'אלייענס' געוואור געווארן, וואס ווידער טוט פעלשן אין זייער נאמען, זענען זיי שנעל געלאפן מעלדן דעם "אמת" אז עס איז נישט געווען די 'אלייענס' וואס האט אריינגעגעבן די פאפירן, עס איז געווען די ווילידזש


אבי איך האב געמיינט אז עס איז ראש חודש אייר, ביזדערווייל זעה איך אז עס איז ראש חודש אדר

הפנים, זעהט אויס אז ניסן קומט פאר אדר נישט נאך אדר

זשוליאני08 » 11/5/2005 06:08

פרישע סחורה וואס די אלייענס וויל נישט אז איר זאלט זען!

חדשים לאנג איז די אלייענס אנגעגאנגען מיט זייער בלאף אז וואודבארי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט זייער אנעקסעישאן, נאר די ווילידזש פרובירט איינצורעדן מענטשן כאילו וואדבארי האבן א פראבלעם דערמיט.

ליינט דעם באריכט פון פעברואר וויאזוי זיי שרייבן אז פאר וואודבארי באדערט אינגאנצן נישט די אלייענס ענעקסעישאן.

אפשר קען מיר איינער זאגן וואס איז פלוצלינג געווארן פראבלעמאטיש מיט די וואודבארי אנעקסעישאן, אז מען האט געמוזט צוריקציען דערפון. איך האב געמיינט אז עס איז נאר ווילידזש פראפאגאנדע אז עס איז דא עפעס א פראבלעם דערמיט.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 11/05/2005 6:13:27
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 11/5/2005 06:16

נאך א קנאקעדיגס, א בריוו וואס זיגי בראך האט געשריבן אין דעם זעלבן באריכט, אז וואודבארי האט נישט קיין שום פראבלעם מיט זיין אנעקסעישאן.

געוואלד, וואס גייט פאר מיט די מענטשן? איז טאקע נישט דא קיין איין נארמאלער צווישן זיי?
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 11/5/2005 14:46

פון רעקארד היינט:

KJ reduces land bid
Group withdraws request for 87 acres of Woodbury

Woodbury – A Kiryas Joel organization that petitioned last year to annex 184 acres into the village from neighboring Monroe and Woodbury announced yesterday that it has withdrawn half of its request to make peace with annexation opponents.
Joining the Kiryas Joel Alliance at an unusual press conference in a back yard in Woodbury were members of the Woodbury Town Board and SOCA At Work, a citizens' group opposed to any expansion of Kiryas Joel.
Speakers said the alliance, after numerous meetings with SOCA At Work and Town Board members in recent weeks, on Monday formally withdrew its petition to annex 87 acres from Woodbury into Kiryas Joel – a request that would have required the approval of the governing boards of both municipalities.
They also announced they want to form a community board to continue the dialogue between Kiryas Joel and its neighbors and improve relations.
"This is an ongoing process," Woodbury Councilwoman Lorraine McNeill said.
The other speakers were Jonathan Swiller of SOCA At Work, Pinkus Jakobowitz of the Kiryas Joel Alliance and Woodbury Supervisor Sheila Conroy.
The announcement came as Woodbury and the Village of Kiryas Joel were about to commence their first fight over the annexation petition – a dispute in which municipality would oversee the state-mandated environmental review.
The alliance hasn't withdrawn the second annexation petition it filed in August – to annex 97 acres of Monroe into Kiryas Joel. The status of that proceeding was unclear yesterday.
The alliance, which has three candidates challenging incumbents in a village election on June 1, portrays itself as the party of peace in Kiryas Joel, accusing the village leadership of inflaming the neighbors.
Abraham Freund, who is running for village trustee on the Alliance ticket, said at yesterday's conference: "We are doing the best that we can do to bring peace. Whatever the outcome after June 1 will be, we will still be here to bring peace."

זשוליאני08 » 11/5/2005 14:49

ליינט דעם שטיקל:

The alliance hasn't withdrawn the second annexation petition it filed in August – to annex 97 acres of Monroe into Kiryas Joel. The status of that proceeding was unclear yesterday.


אלייענס, סטאפטס די התגרות באומות!

יעצט אז עטס האטס שוין מודה געווען אז אנעקסעישאן איז התגרות באומות ציט צוריק פון די מאנרא אנעקסעישאן אויך!

געוואלד, סטאפטס די הערצל פאליטיק. ציט שוין צוריק פון די מאנרא אנעקסעישאן, שלעפט נישט ארום!

מען טאר נישט מאכן התגרות באומות!

קריתיואלער » 11/5/2005 16:06

די בזיונות פאר די אלייענס אין רעקארד היינט זענען גרויסע.

דער רעקארד שטרייכט אונטער אז די גאנצע צוריקציאונג איז נישט מער ווי א פאליטישע מואוו, וויבאלד מען שטייט פאר עלעקשאנס אין קרית יואל.

The alliance, which has three candidates challenging incumbents in a village election on June 1, portrays itself as the party of peace in Kiryas Joel, accusing the village leadership of inflaming the neighbors.
Abraham Freund, who is running for village trustee on the Alliance ticket, said at yesterday's conference: "We are doing the best that we can do to bring peace. Whatever the outcome after June 1 will be, we will still be here to bring peace."

rabbi88 » 11/5/2005 16:10

קוקטס נעבעך וואס יאקאבאוויטש טוט מיט זיגי
[בילד – נישט אפגעהיט]

weiss321 » 11/5/2005 23:11

A PHOTO OF HIM YESTERDAY
[בילד – נישט אפגעהיט]

davka » 11/5/2005 23:46

באנדא שרייבט:

ערשטוינט בין איך געווארן ליינענדיג היינט דעם רעקארד זעהנדיג ווי די סטעיטמענט'ס פון די אלייענס פירער זענען אזוי ווירקזאם אויף אזוי ווייט אז אפילן די וואדבארי טאון סופערווייזער וואס האט ביז היינט נישט געוואלט הערן פון פארהאנדלען מיטן ווילעדש האט ארויס געוויזען געוואלדיגע אנערקענונג נעכטן צו די אלייענס פירער און פון די אנדערע זייט ארויסגעברענגט די אומ'אחריות'דיגע פירונג פונעם ווילעדש

באנדא » 12/5/2005 06:03

איך זיץ מיך היינט ביי מיין שווער

פלוצלינג קומען ארויף אפאר אקטיוויסטן פון די אלייענס און הייבן אן אראפצומאלן די בילד פון די קומענדיגע וואלן,אראפ לייגענדיג אויפ'ן טיש ליסטעס פון ארום

דריי טויזענט מענטשען וואס קענען געבן זייער וואוט פאר יעקב יואל באנדא אויב מ'וועט האבן א געהעריגע קאמפיין

וואס דארף צו קאסטן נישט ווייניגער ווי 200 אלפים

נאכדעם נעמען זיי ארויס פעפער'ס פון זייער אקאונט צייגענדיג אז זיי האבן שוין איןזייער אקאונט איבער 100 אלפים

,,,,,,,,,,,,,,ווי ערשטוינט בין איך געבליבן זעהנדיג ווי מיין שווער (בכלל נישט פון די נאמבער'ס אין ק"י)
שטעלט אויס א טשעק [פארשטייט זיך נאכ'ן גוט איבער קוקן די ליסטעס מיט מיר] נישט מער און נישט ווייניגער ווי 5 טויזענט דאלער,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,

פארפאלן די היסטוריע ווייזט אז קיין איין מאנאפאל האלט נישט צו לאנג


ימים ידברו

חברה !!!
ס'קומט א לעבעדיגע קאמפיין

זשוליאני08 » 12/5/2005 06:24

הא הא הא הא הא,

האב איך מיך געווארפן פון לאכן נאכ'ן ליינען די תגובה.

איך האב שנעל גענומען א קאלענדער וועלנדיג זיכער מאכן אז ס'איז טאקע אייר און נישט אדר.

איך זע שוין אז דער אשכול וועט מארגן זיין די פאפולערסטע אשכול אויף היידפארק. יעדער וועט אהערקומען דא זיך צו קענען אויסגעבן מיט גרויס געלעכטער אויף די אלייענסעס חשבון.

יעקב מאיר פערענץ איז דורכגעגאנגען אן אפערעישאן נאך די פארגאנגענע וואלן, אראפצונעמען די האר וואס האט זיך אים פלוצלינג צוואקסן אויף זיין האנט פלאך.

באנדא, פאר דיין שווער מיין איך אז דו זאלסט נישט אנגרייטן א האר דאקטאר נאר ענדערש א הארץ דאקטאר, ווייל ער וועט עס נישט איבערטראגן אז ער האט גענומען שווער אויסגעהארעוועטע 5,000 דאלאר און עס געווארפן אין מיסט.

פאראכטן געווארן אויפן פארלאנג פון דעם שרייבער, דוקא

תוקן על ידי - davka - 12/05/2005 14:43:27

קרית_יואל » 12/5/2005 09:35

זשוליאני
ביי דיר קען זיין יעצט אדר פונקט ווי יעצט איז סיון.

davka » 12/5/2005 14:46

באנדא, איך מיין אז דאס איז א סאבדזשעקט וואס האט נישט קיין שייכות מיט די אשכול און דעריבער וואלסטו געדארפט מאכן אן עקסטערע אשכול פאר דעם.

אויסשווארץ » 12/5/2005 17:56

באנדא,
פון דעי געלט וואס דיין שווער האט געגעבן... קען ער דאך געבן 50 פעקלעך (פלעי מאני), פארוואס האט ער נאר געגעבן 2 פעקלעך?

זאג דיין שווער, (אין מיין נאמען) אז ער קען עס רואיג דאפלען.

שארמאש » 12/5/2005 18:18

באנדא

איך געדענק ווען זיגי בראך האט זיך אוןיפגעטהון ביי די 2001 מעיאר וואהלען מיט איבער א מיליאן דאלער אין אקאונט...
Sweet dreams



rabbi88 » 12/5/2005 21:14

This Pinny guy looks so cool
I guess he will withdraw the application to annex Monroe property only when the other SOCA group will
join him at yet another press conference
But this time he will tilt his hat to the left side
and he will look even better
keep it up PINNY you made my day

getme » 12/5/2005 22:13

באנדא

עס שטימט מיר עפעס נישט!!
וואס הייסט ליסטעס פין דריי טויזענט מענטשן??

אין קר"י איז דא בערך דריי טויזענט משפחות!מיינסט'ע טאקע צי זאגן אז גאנץ קר"י גייט וואטען פאר באנדא??

אדע רקען זיין אז האסט געזען די ליסטעס פין די פרויען אין ביזסט "דאס" אדרוך מיט דיין שווער

זיי מסביר

זשוליאני08 » 13/5/2005 00:37

דער היינטיגער פאטא ניוס שטרייכט אונטער:

התגרות באומות גייט נאך אלס אן. די אלייענס האט נאכנישט געסטאפט די אנעקסעישאן פון מאנרא.

פנחס יאקאבאוויטש סטאפ די התגרות באומות, נעם אראפ דיינע שמוציגע נעגל פון די גוים פון מאנרא!

'A gesture of good neighborship'

By Bob Quinn



WOODBURY-The Kiryas Joel Alliance announced this week it has withdrawn its petition to annex 87 acres from the Town of Woodbury into the Village of Kiryas Joel "as a gesture of good faith in its desire for improved relations and neighborliness with the surrounding communities."

Pinkus Jakobowitz, speaking on behalf of the alliance at a press conference with town of Woodbury officials and members of SOCA at Work, acknowledged that the sole motive behind the annexation bid was "to help alleviate the great hardship experienced by large middle income families in their quest for affordable housing.

"However, after listening to the concerns of our neighbors during various discussions with leaders of the Town of Woodbury and SOCA-at-Work for the past two months, and after evaluating the current situation as a whole, we have concluded that for the sake of promoting good neighborly relations we are withdrawing this petition for annexation," he added.

The timing of the Tuesday's announcement, noted Woodbury Supervisor Sheila Conroy, was important because on Wednesday, the state Department of Environmental Conservation was to rule on which municipality - the town of Woodbury or the village of Kiryas Joel - would be the lead agency to oversee environmental reviews.

Conroy, like Jakobowitz and Jonathan Swiller from SOCA at Work, acknowledged the spirit of cooperation among the parties. And although the details remain to be worked out, she and Town Councilwoman Lorraine McNeill also discussed the creation of a community panel to continue discussions between the groups.

That collegiality has not always been evident in such discussion.


SOCA is non-profit organization comprised of members who are concerned about the potential growth in southern Orange County and committed to fighting the proposed "KJ Pipeline" as well as any future proposals to annex Monroe and Woodbury property into the Village of Kiryas Joel, according to its Web site.

"We can prevent annexation. We can prevent the creation of new villages. But we can only do so if the panic selling stops," the group says on the Web.

But on Tuesday afternoon, at the backyard press conference in Woodbury, Swiller also struck a conciliatory tone with the Alliance.

"When the KJA saw that our objection to annexation was based on real concerns, and not blind resistance, they reconsidered the idea of annexation and told us that it was outweighed by their wish to have constructive relationships with their neighbors," he said. "They then offered to drop their annexation plan. This was done unilaterally and was not part of any quid pro quo.

"And we are profoundly grateful to the Kiryas Joel Alliance who put neighborliness first, and proved that their words were matched by their actions. We view this event as merely the start of an interaction based on mutual respect, openness and fairness on all sides."

Then he and Jakobowitz shook hands.

The issue of growth in Kiryas Joel remains, however. According to a report in the Times Herald-Record, the alliance has not withdrawn the second annexation petition it filed in August n to annex 97 acres of Monroe into Kiryas Joel.

זשוליאני08 » 13/5/2005 00:45

נאך א בילד פון די פרעסע קאנפערענץ, וואו יונגעלייט און בחורים האבן זיך ארומגענומען מיט גוים און גויטעס און גערעדט צו רעפארטערס.

וואו איז אלימלך שטערן? פארוואס הערט מען נישט קיין קול מחאה פון אים?

אין פראנט זעט מען דעם רויטן פנחס יאקאבאוויטש...
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 13/5/2005 00:53

בילד פון אלימלך שטערן, וואס די גאנצע אידישע וועלט ווארט יעצט אויף זיין הייליגן מחאה, מוחה צו זיין קעגן די גרופע יונגעלייט און בחורים וואס האבן זיך ארומגענומען מיט גוים און גויטעס מיט א שרעקליכע פריצות, א זאך וואס מען האט קיינמאל נישט געזען אין סאטמאר, וכו' וכו' וכו'
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריתיואלער » 13/5/2005 03:41

זשוליאני נא דיר

דא האסטו די מחאה פון אלימלך שטערן קעגן די פריצות וזוהמה אז די אלייענס האט געמאכט א פרעסע קאנפערענץ, מיט גוים און גויטעס
[בילד – נישט אפגעהיט]

KJAlliance » 13/5/2005 22:34

הייסט דאס בסך הכל אזוי:

אין אנהייב האבן די גוים "פארשטאנען" אז ביי די "גרעניצן" מיינט נישט זיי

אבער 'יעצט' זענען זיי אביסל צומישט געווארן, און דעריבער, מוז מען אויפגעבן דעם אנעקסעישאן פלאן

אבער פאוואליע, וואס איז מיט די מאנרוע חלק, וואס "סעיוו מאנראו" קעמפט אקעגן, פארוואס איז 'סאקע' מער מאנסגעבענד, ווי 'סאקע עט ווארק' אדער 'סעיוו מאנראו'

אפשר ווייל עס איז געווען א 'פאוטאו אפ' אפארטונעטי???

אבער למעשה, ווען גייט זיך די 'התגרות באומות 2005', זיך אפשטעלן אין מאנראו

rabbi88 » 23/5/2005 23:06

That's not even a question, it never will. The only question is when will the Hisgaris BeImis begin again against Woodbury? The answer is JUNE 2

Remember, yiou read it here first

אטוען » 31/5/2005 02:27

איך האב מעיין געווען אין די אלייענס ענעקסעשאן פרשה און אויך און זייער צוריקציאנג. און איך האב איינגעזען אז זייער צוגאנג איז געווארען אויסגעארבעט מיט גרויס "חכמת התורא"

זיי האבען געבויעט זייער גאנצען בנין אויף איין יסוד. אז אזויווי קרית יואל גיין אן מיט איהרע ענעקסעשאן פלענער און נעמט נישט אין באטראכט דעם הארבען איסור פון "התגרות באומות," זענען זיי מחויב אויפציקומען מיט אייגענע ענעקסעשאן פלענער וואס וועלען זיין אויסגעהאלטען ע"פ תורה.

זיי האבען דן געווען בכובד ראש ביז זיי זענען דערגאנגען א היתר. אז אזוי ווי קרית יואל וויל ענעקסען בערך "פיער הונדערט אקער" וועלען זיי פארלאנגען צו ענעקסען נאר "צווי הונדערט אקער" וואס דאס א 'חצי שיעור' און אלע ווייסען דאך אז "חצי שיעור איז מותר מן התורה"! און אויפ'ן סמך פון דעם היתר האבען זיי זיך געגרייט אנגעהויבען זייער אייגענעם ענעקסעשאן פלאן.

האט אבער איינער מעורר געווען אז די אלייענס שיטה לגבי
התגרות באומות איז דאך אזוי הארב אז אפילו ווען ס'איז בכלל נישט דא קיין שיעור איז עס נאך אלץ אסור, ווי די אלייענס האט טאקע ארויסגעוויסען ביי די פרשה פון דעם פייפליין, אז פאר דעם וואס די גוישע שכנים איז אפילו איינגעפאלען אז קרית יואל איז זיך מתגרה מיט זיי, האט די אלייענס עס געהאלטען פאר א חוב קדוש זיי מודיע צו זיין, (מיט אן 'עד' אין רעקארד) אז קרית יואל
איז "עתיד להתגרה בהם."

לכבוד דעם האבען זיי נאכאמאל דן געווען, און מיט מער כובד ראש ביז זיי זענען דערגאנגען א פרישען היתר. אז אזוי ווי דער גאנצער איסור קעגען קרית יואל'ס ענעקסעשאן פלאן איז מחמת דעם איסור פון "התגרות באומות" און אזוי ווי די אלייענס וויל דאך ענעקסאן לאנד סיי פון מאנרא און סיי פון וואדבורי ממילא אז זיי וועלען צוריקציען איינס פון די צוויי וועט דאך דאס זיין גענוי לחצאין און
זיי האבען מכריע געווען אז בשעת הדחק איז דער איסור פון התגרות באומות נישט חל לחצאין! און אויפ'ן סמך פון די הוראה האבען זיי זיך געזעצט צוטוישען זייער ענעקסעשאן פלאן.

האט זיך אנגעהויבען א פרישע שאלה "פון וועלעכען טאון זאל מען צוריקציען? פארשטייט זוך אז ס'זענען געווען צדדים לכאן ולכאן, און מ'האט דן געווען מיט נאך מער כובד ראש. ווייל דא איז די שאלה געווען "ווער איז חשובער באנדא אדער בראך?"

למעשה האבען זיי געפסקנט אז מ'זאל צוריקציען פון וואדבורי. פארוואס? הערט גאונות אין שטוינט, רבותי! ס'איז דא א היתר פון הייליגען דברי חיים אויף א שטר מכירה איהם שבת. דער היתר איז נאר גיט פאר א שטאט ווי עס וווינען נישט קיין אידען. דא האבען זיי מיט גרויס גאונות מדמה געווען מילתא למילתא אז אזוי ווי SOCA
די ארגענעזאציע וואס העצט קעגען קרית יואל האט זיך צעטיילט און צוויי גרופעס, די גרופע פון מאנרא ווערט אונגעפיערט דורך א גוי און די גרופע פון וואדבורי ווערט אונגעפיערט דורך א "כלשכן דפקר טפי, איד" ממילא איז דער היתר פון "אין התגרות באומות לחצאין" נישט חל אין וואדבורי! מה שאין כן אין מאנרא בלייבט דער היתר פון התגרות באומות בתקפו ואפילו למהדרין מן המהדרין!



rabbi88 » 31/5/2005 20:27

This is way too deep for most of the guys here but I see that you really have the inside scoop of the Alliance Party!