היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שיעורי תורה פאר בעלי בתים

שיעורי תורה פאר בעלי בתים

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1373505

shia550 » 10/5/2005 22:46

רוב אינגעלייט און מיטליעריגע זענען לימיטעד אין צייט פאר שיעורי תורה, אבער אכשרה דרא אין א דורכשניטליכער מענטש איז זיך משתדל צו האבען א שיעור יעדן טאג..

מיין שאלה איז אז איינער האט א שעה יעדן טאג וואס איז וויכטיגער א שיעור גמרא {דף יומי וכדומה} אדער שולחן ערוך כדי צו וויסען ווי אזוי זיך פירען ווי א איד.

וואס האלטען די חכמי הפורום?

צודערזאך » 11/5/2005 01:21

צדיקים פלעגן אויפדעם ענטפערן:

א שיעור מוסר!!

אז דו וועסט לערנען מוסר וועסטו געוואר ווערן אז דו האסט מער ווי "איין" שעה, ודפח"ח!

jewboy » 11/5/2005 14:27


הלכה.

הלכה באקומט מען אסאך וויסענשאפט, ליידער אין די היינטיגע חדרים לייגט מען נישט אזא דגוש אויף הלכות, און ווען מ'האט חתונה איז עס א (שטיקעל) בראָך....

ליכטיג » 11/5/2005 19:35

די צרה איז נאך גרעסער, אז די ווייבער קענען מער הלכה פון טייל מענער.

צודערזאך » 11/5/2005 22:52

אין די צרה איז פילפאכיג ערגער ווען די ווייב קען אויך נישט לערנען!

ב'מלייבט אן אפגעריסענער עם הארץ אויף אייביג!!

shia550 » 13/5/2005 01:26

welcome jewboy

בקיצור דו האלסט אז הלכה איז וויכטיגער.
די שאלה ואוס די וועסט זאגען נאך דו וועסט דארפען לערנען מיט דיינע קינדער, וואס זיי לערנען אין חדר אין זיך דארפען גרייטען א בלעטל גמרא.

דו ביסט דאך זיכער מסכים אז דאס איז אויך וויכטיג.

jewboy » 13/5/2005 13:08

איך האב נישט געשריבן אז מ'מוז לערנען נאר הלכה, אדרבא ואדרבא מ'דארף ווייטער פארזעצן לערנען גמרא און וכו' אבער מ'וואלט ווען געדארפט מאכן אביסל צייט אויף הלכה אויך.

ב"ה איך האב נישט דעם פראבלעם, כמעט וועלכע מס' וואס די תשב"ר לערנען קען איך איבער גיין מיט זיי.