היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » חד גדיא - איין קאטשקעלע

חד גדיא - איין קאטשקעלע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1371672

פומבדיתא » 9/5/2005 10:12

אנגעפאנגען האט זיך עס אין די פארנומענע טעג פאר פסח, א קאטשקעלע האט זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאנציר איבער די גאסן פון קרית יואל, און אזוי שפאנצירט ער און שפאנצירט ער זייט דעמאלץ.

ווען ער זעט מענטשן הייבט ער אויף א שטרענגען בליק און קוקט זיך איין מיט פארדאכט, אויב ווארפט מען עם צו עפעס צו עסן קומט ער צו לויפן ווי א ברייטע מחותן.

א קאטשקעלע איינער אליינס, א גרוש אדער אפשר א אלמן, מען ווייסט נישט פונקטליך.

עס זענען פארהאן חילוקי דעות וואס ער זוכט, עס זענען דא די וואס זאגן אז ער איז געקומען אויף א חול המועד טור און האט זיך זייער פארליבט און שוין באשלאסן דא צו בלייבן, אנדערע זאגן אז ער איז א שפיאן פון די ווידער אדער באנדא קאמפיינס (ווענט זיך צו וועמען מען רעדט) און אנדערע זאגן גאר אז ער איז א גלגול (דערווייל זענען די חילוקי דיעות נאר צווישן מיר און מיין ווייב און מיינע קינדערלעך שיחיו, אבער ווער ס'וויל זיך צושטעלן צו די מחלוקה איז וועלקאם.)

קרית יואל און מאנסי אידן זענען געוואוינט צו זען גרופעס פון קאטשקעלעך וואס קומען אויף א באזוך און גייען אוועק נאך א שטיק צייט, אבער דער קאטשקעלע דרייט זיך איינער אליינס, וואס דאס איז א זעלטענע זאך, און ס'קוקט נישט אויס אז ער האלט ביים אוועקגיין.

דא האט איר א בילד פון אונזער ר' קאטשקע, אויב זעהט איר עם שיקט עם א גרוס פון פומבדיתא, דאנט ווארי, ער וועט תיכף וויסן פון וועמען מען רעדט, אונז זעמיר שוין היינט פאניע בראט ("בעסט באדיס" אין ענגליש...)

תוקן על ידי - פומבדיתא - 09/05/2005 10:25:02
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 9/5/2005 10:17

די קינדער מעגן זיך אפלערנען פון עם, ער גייט קיינמאל נישט אויפן גאדער
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 9/5/2005 10:20

אזוי זענען מיר געווארען ידידים, איך האב עם צוגעווארפן אביסל אבערלענדער פסחדיגע קעיק און ער איז געקומען צו לויפן, ער האט זיך באלעקט די פינגער (פון די פיס...)

תוקן על ידי - פומבדיתא - 09/05/2005 10:23:12
[בילד – נישט אפגעהיט]

פומבדיתא » 9/5/2005 10:22

ווי נאר ער האט געזען מיין קעמערע האט ער זיך אויסגעדרייט א גערעגטער און מיך איבערגעלאזט א פארשעמטער.

נאר שפעטער בין איך געוואר געווארן אז ביי די קאטשקע חסידים איז מען זייער קעגן פיקטשערס...
[בילד – נישט אפגעהיט]

שמעק_טאביק » 10/5/2005 08:29

פומבדיתא
[בילד – נישט אפגעהיט]

שמחהלע » 10/5/2005 09:18

ס'קוקט אויס אז דו וואוינסט אויף עיקערס רד.

פומבדיתא » 10/5/2005 18:55

באקומען אין תיבה אישית פון זאליוועקי:

דו ביזט אפשר צופרידן פון די קאטשקע, אבער זיי מוחל הער אויף זיי צו געבן עסן!

איך האב זיך שוין גענוג פארעקלט פון די שמוץ וואס זיי לאזן איבער וואו זיי גייען!

מיין ענטפער צו עם:

דאנט ווארי, איך געב זיי נישט צו עסן, איך האב באקומען די בילדער פון א צווייטן.

איך האב נאר געוואלט זיין אביסל קיוט

בלייב מיר ווייטער גוטע חברים.

שלמה_זלמן » 11/5/2005 01:40

די קאטשקע איז א זכר קאטשקע. די ווייב זיינע זיצט יעצט אויף איר נעסט מסתמא ביי די לעיק אויף עיקערס אדער אין אן אנדערע זיכערע פלאץ. יעצט אין פרילינג איז די breeding season ווען די קאטשקעס מערן זיך דעריבער קען מען זען קאטשקעס זיך אויפפירן נישט נארמאל. מ'קען זיי זען שרייען זייער שטארק אדער בייסן אנדערע קאטשקעס. געווענליך וועט דער זכר, וועלכער גיט יעצט זייער שטארק אכטונג אויף זיין "ווייב," זיין דער וואס פירט זיך אויף מאדנע פאר אפאר סיבות: איינס, ער דארף אכטונג געבן פאר competition. צוויי, ער וויל מאכן זיכער אז די ווייב זיינע עסט גוט און גיט זיך אכטונג נישט צו זיין אין א סכנה כדאי ער זאל נאך זוכה זיין צו זען נחת פון די קינדער וואס גייען קומען.

דאס איז מיין סברה ווי ווייט איך פארשטיי צו zoology. ס'קען אויך זיין אז ער איז טאקע נעבעך א single. אדער ווייל די ווייב איז גע'הרג'עט געווארן אדער איז די ratio פון זכרים / נקבות נישט 50/50 דעריבער דארף ער נעבעך ליידן אין דעם סעזאן ווען אנדערע קאטשקעס זענען פארנומען אין שטוב צו בויען א נייעם דור. וויבאלד קאטשקעס זענען homogeneous אזוי ווי מענטשן (דארפן צו זיין עכ"פ...) און נישט ווי שלענג אדער אנדערע חיות וואס דארפן נישט האבן א 50/50 ratio דעריבער פאלט אלס ארויס איינער פון די גרופע.



שלמה זלמן

שלמה_זלמן » 11/5/2005 01:58

די פאלגענדע קומט פון א וועבסייט פון א canada geese (דאס איז די שיינע נאמען פון די עקלדיגע קאטשקעס. און ס'איז canada geese נישט canadian geese מיט א n ביים סוף) ליבהאבער און ס'זאגט מער ווייניגער וואס איך האב געשריבן פריער:

The male will guard the female and the nest and will call out a warning if danger approaches. It takes about a month for the eggs to hatch. The chicks break out of the shell with an egg tooth on the top of their bills. It may take them one to two days to completely break out of the shell. The chicks will fly when they are between 40 and 70 days old. Most Canada geese will mate for life.

פון די לעצטע שורה קען מען זען אז ס'קען טאקע זיין אז דער איינזאמער קאטשקע איז אן אלמן.

שלמה זלמן

צודערזאך » 11/5/2005 16:56

פומדיתא