היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » עפארדעבל דירות וועט ארויפגיין??

עפארדעבל דירות וועט ארויפגיין??

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1371526

user3user3 » 9/5/2005 02:56

עס דרייט זיך ארום א שמועה אז די עפארדעבל דירות וואס זענען פארקויפט געווארן פאר א יאר צוריק וועלן די פרייזן ארויפגיין מיט נאך דרייסיג טויזענט דאלאר
צו איז דאס אמת אדער סתם שמועות?
ווער עס האט אינפארמעישן ביטע פאוסטן

זשוליאני08 » 9/5/2005 03:01

ס'איז אן אלטע ליגנט וואס האט שוין לאנג עקספייערט

האסט געהערט די רומאר נאכדעם וואס ס'האט זיך שוין ארויסגעשטעלט צו זיין נאר א רומאר

גוטזאגער » 9/5/2005 05:35

שקר אין לו רגלים !!!

הערסט א מעשה, קינד און קייט רעדט פון די נייע עפארדעבל האוזינג געזעץ פונעם ווילידזש, און די אלייענס איז געווארן ביזי מיט אלטע לגיונות.

איך האב יעצט געקאלט מיין שוועסטער וואס האט געקויפט דארט א דירה, זי האט יעצט לעצטנס געגעבן די צווייטע 25,000 דאלער, און זי האט מיר באשטעטיגט אז ס'איז הוילע פאנטאזיעס.

בקיצור, די גאנצע מעשה איז הוילע בלאף.

getme » 9/5/2005 05:47

יא עס איז אמת עס גייט ארויף גיין

אבער נאר פאר די זאליס די וואס שטימען פאר די אלייענס, אין אזוי אויך פאר אלע זאליס אפלוי די וואס האבן נישט געקויפט קיין דירה גייען צאלן מיט דרייסיג טויזענט דאלער מער!!

אדרבה פרעג דיר נאך, וועסטע זען אז איז אמת

user3user3 » 9/5/2005 07:35

די צווייטע פינעף און צוואנציג טויזענט דאלער? דאס טייטש פופציג טויזענט דאלער דאון פעימענט? און די רופסט עס עפארדעבל? און וואס איז מיט קלאוזינג קאסטן? קומט אויס אז אנצוקומען צום "עפארדעבל דירה" דארף מען האבן אכציג טויזענט דאלער אפ פראנט? And its still affordable
וואס מען קען נאר טון אין קרית יואל

מאירהירש » 9/5/2005 08:09

מיסטער USER3USER3 בארואיגט אייך,


עס האט זיך מיר פארווארפן א קאפי פון א קאנטראקט,

ליינט און שטוינט, וואס מען קען טון מיט מענטשן
[בילד – נישט אפגעהיט]

מאירהירש » 9/5/2005 08:15

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

מאירהירש » 9/5/2005 08:18

3
[בילד – נישט אפגעהיט]

מאירהירש » 9/5/2005 08:19

4
[בילד – נישט אפגעהיט]

מאירהירש » 9/5/2005 08:21

5

יעצט לייג צו נאך געלט

און .............. יא ....... עס איז עפארדעבל.......
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 9/5/2005 09:19

פנחס, איך האף אז דאס איז טאקע ענקער סטראטעגיע אויף די קומענדיגע וואלן, צו פרובירן צו קאמפיינען ביי די עפארדעבל דירות איינוואוינערס און לענדלארדס,

וואס זיי זענען ווי באקאנט די סאמע צופרידנסטע מענטשן אין קרית יואל, מיט די ווילדע מציאה וואס זיי האבן אריינגעכאפט

און אינטערסאנט, פון 30,000 דאלאר איז די סומע פלוצלינג געפאלן צו 5,000-6,000 דאלאר (וואס, אגב, איז געווען אויף דעם וואלן צווישן די קונים און רובא דרובא מענטשן, וגם אני בתוכם, האבן געשטימט אז מען זאל צולייגן די נייע ענדערונגען.)