היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » נגיד אין קרית יואל מחוצף פאר ר' ח"ה ט"ב

נגיד אין קרית יואל מחוצף פאר ר' ח"ה ט"ב

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1371311

קריתיואלער » 8/5/2005 22:32

די מעשה איז פארגעקומען הארט פאר פסח און גאנץ קרית יואל האט גערעדט דערפון. וויבאלד קיינער האט עס נישט געפאוסט וועל איך עס דא ארויפלייגן.

ביי א באוואוסטער נגיד אין קרית יואל, וואס זיין טיר איז אפן פאר יעדן נצרך, האט מען געקלונגען אין טיר.

דער נגיד האט געהאלטן אינמיטן אריינלייגן א נייעם פסח'דיגן געז רענטש און זיין מיידעלע קומט אים זאגן אז איינער איז ביי די טיר, און פרעגט אויב ר' ח"ה טייטלבוים בנו של זלמן לייב קען ארויפקומען נאך געלט.

דער נגיד זאגט פאר זיין מיידעלע, גיי זאג אים אז אויב קען ער מיר העלפן אינסטאלן דעם געז רענטש קען ער קומען, און אז נישט זאל ער גיין לחיים ולשלום.

די מיידעלע האט נישט געטראכט גארנישט און געגאנגען איבערגעבן דעם מעסעדזש

ס'גייט נישט אריבער קיין פינף מינוט און משה גבאי קאלט אריין דעם נגיד אויפ'ן טעלעפאן און זאגט אים, העלא וואס הערט זיך עפעס?

בקיצור, משה האט אנגעפאנגען ווי זיין שטייגער איז מיט חניפה און פרובירט צו חנפענען דעם איד מיט ביליגע חניפה ווערטער

ביים סוף גיט זיך משה א רוף אן אז ר' ח"ה איז יעצט אין קרית יואל און ער וויל ארויפקומען פאר א נדבה פאר די עניי ירושלים

דער נגיד טראכט נישט קיין צוויי און ענטפערט פאר משה: זיכער קען ער קומען, אויב ווייסט ער וויאזוי מען לייגט אריין א געז רענטש און איז גרייט צו צולייגן א האנט.

טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, די חברה זענען אוועקגעגאנגען פון אים אבל וחפוי ראש.

זשוליאני08 » 9/5/2005 03:08

איך האב געהערט די מעשה שוין דריי וואכן צוריק

דער נגיד איז נישט קיין אנדערער ווי יודי גאלבערגער

און משה פריעדמאן האט אים געזאגט אזוי משיח לפי תומו אז ער גייט שיין באשרייבן דעם טאהשער רבי'ס באזוך און אריינלייגן שיינע בילדער.

יודי האט אים אויסגעהערט ביז צום סוף ווען משה האט אים געפרעגט צו חיים הערש קען קומען און דעמאלט האט אים יודי געזאגט "איך האב עס שוין געזאגט פאר אים אליינס, אויב קען ער מיר העלפן אריינלייגן די פסח אפלייענסעס קען ער קומען."

יענקעלע11 » 9/5/2005 03:29

פארוואס האט ער נישט געטין אזוי ווי אברהם בער יאקאבאוויטש האט געטין ווען דער אנטווערפענער רב שליט"א איז צו געגאנגען צו עם אין ראדני נאך געלט פאר די ישיבה שערי תורה האט ער עם געגעבן $1 און האט זיך נאך אויף געטון פאר זיין מאמע אז ער האט עם געגעבן נישט מער ווי איין דאלאר, האט זי עם גיט אנגעשייגעצט און גענומען 500
דאלאר און אהיים געשיקט צו אנטווערפענער רב מיט אירס אן אייניקל, זעט אויס אז יודי האט נישט געוואלט אויסברענגען זיין מאמע מיט 500 דאלאר,