היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ראבאשקין פלייש נעמט ר' יחאל שטיינמעץ

ראבאשקין פלייש נעמט ר' יחאל שטיינמעץ

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1371270

natrul » 8/5/2005 22:03


לויט ווי כ'הער, וועט ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אויפהערן געבן א השגחה אויף ראבאשקין פלייש, צלויב דעם וואס וויינלענד, האט עיהם באשמוצט, און ער האט מסדר געווען אז ר' יחאל שטיינמעץ זאל געבען די הכשר,

jid_613 » 9/5/2005 01:40

תכלית... וועט שוין פאר א פשוט'ער חסידישער אינגערמאן פאסען צו עסען רובאשקין?

בד"א כל הכבוד פאר רב ווייסמאנדעל פאר אויסהאלטען אזוי לאנג די פרעשויר, עס איז ממש א שאד אז יעצט ברעכט ער זיך.

איחודמעמבר » 9/5/2005 01:45

וואס מיינט איר אז דער פראבלעם איז געווען הרב ווייסמאנדל שליט"א?
די פראבלעם איז מיט די שחיטה.

jid_613 » 9/5/2005 01:48

איחוד

וואס א פראבלעם רעדסט די וועגען?

איחודמעמבר » 9/5/2005 01:50

דו פרעגסט צי מען וועט זיך שוין נישט דארפן שעמען צו עסן די פלייש.
אויף דעם האב איך געענטפערט.

tzvibp28 » 9/5/2005 02:41

jid
וואס פארשטייסטו נישט, די ביי-האר, די ביי-האר!!!, וועם גייט אהן יראת שמים, IT'S ALL ABOUT ,BEIHOOR,ֱ

jid_613 » 10/5/2005 00:52

איחוד

טאקע דאס רעדט מען וועגען, א שחיטה וואס לפי דער וואס האבען דאס געזעהן אדער וואס האבען דארט גע'ארבעט איז דאס גאר א מהודר'דיקע, און טראץ דעם איז פאר א פשוט'ע רב וואס וויל דארט געבען א הכשר לפי ראות עיניו א מורא'דיקע פראבלעם, און נישט צוליב כשרות אדער אפילו צב"ח נאר פשוט וויליאמסבורגער טעראר.

natrul » 10/5/2005 01:42


רב ווייסמאנדל האט נישט אראפ גענומען די הכשר, וועגן פראפלעמן מיט כשרות,

און בכלל ער האט גארנישט קיין שלעכטס געמיינט מיטן געבן די הכשר,

נאר אז מ'אט עיהם טערארעסירט,

איז האט ער געבעטן
ר' שטיינמעץ זאל עס אבערנעמן,

טובעין » 10/5/2005 20:34

די שאלה איז אויב דאס איז א נייע שחיטה, נאר עס געהערט צו רובאשקין?

אדער איז דאס דער רעגולער רובאשקין שחיטה, די זעלבע סטעף נאר מיט נאך א הכשר.

tzvibp28 » 10/5/2005 21:31

קען מיר איינער אפשר מסביר זיין וואס זענען די "גרויסע פראבלעמען" מיט רובאשקין שחיטה אז מ'האט אזוי מורא דערפון?