קידוש השם!! קימענדיגע וואלן,שטיל רואיג
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1370981
עס איז א קידוש השם אז אין פיר וואכן ארום גייט זיין וואלן אין קר"י אין למעשה איז שטיל רואיג קיינער קריגט זיך נישט יעדער וועט גיין צי די וואלן לויט זיין אייגען ממיינוג, ווער עס געדענקט נאך ווי אזוי עס האט אויסגעקיקט די וואלן פאר פיר יאר צוריק דארף מען נישט מסביר זיין וואס פאר א געווינס דאס איז
למעשה די עיקר קרעדיט דערפאר קימט פאר די "עקספריענס אין רעזאלטאטען" פארטיי וואס זיי האבן אנגעהויבן דערמיט שרייבענדיג אז "ביי זיי האט זיך די קאמפיין נאך נישט אנגעהויבן"ווייל זיי האבן נישט געוואלט מאכן איבריגע מחלוקות אין ביטול תורה כאטש מען האט זיי למעשה גאר גאר שטארק ארינטערגעריסן על לא דבר האבן זיי גארנישט גענעפרט עס איז געווען גאר א שיינע זאך פין זיי. דאך קימט זיך אויך עטוואס קרעדיט פאר די אליינעס פארטיי אז זיי האבן דערהערט די מעסעדש פינעם עולם אז מיר ווילן מנוחה מיר דארפן נישט קיין שמוץ אין טומעל
{כאטש זיי האבן עס דערהערט שוין אביסל שפעט נאכן ארויסקימען מיט א עיר הצדק אין נאך..דאך בעסער שפעטער ווי קיינמאל..}
לאמיר האפן אז די שטילקייט וועט אנהאלטן ביז "נאך" די וואלן, אין קר"י וועט איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פין די טימעל וואס וואלן פלעגט ברענגען פאר קר"י
תוקן על ידי - getme - 08/05/2005 19:46:48
עס איז פאר קיינעם קיין ספק נישט אז די עקספיריענס און רעזולטאטן (ע.א.ר.) קאמיטע האט געמאכט א דזשאב איינס אין דער וועלט
און פאפּט אייך נישט, דער קאמפיין גייט ווערן שמוציג, אבער דאס אז זיי האבן מיט אלע כוחות געארבעט עס צו האלטן קלין ביז הארט פאר די עלעקשאנס, דארף אויסגערימט ווערן איבעראל.
די אלייענס האט פרובירט מיט אלע מיטלען ארויסצונעמען די עקספיריענס און רעזולטאטן פון די כלים מיט אלע זייערע פובליקעישאנס, אבער אן קיין שום הצלחה
פאר פסח איז אנגעקומען אן עיר הצדק ארויסגעגעבן דורך די אלייענס. זיי האבן מיט דעם געהאפט צו פראוואצירן די ע.א.ר. און האבן גע'חלומ'ט אז מען וועט זיי צוריקגעבן אין באבנ'ס באבן אריין און אזוי וועלן זיי שוין האבן א תירוץ פארוואס צו ציען די שמוץ ווייטער
אבער דערווייל איז פסח אריבער און רוב קרית יואל (און ווי ס'זעט אויס אויך די היידפארק שרייבערס ווייסן נישט פון דעם עיר הצדק צו זאגן) און קיינער רעדט נישט דערפון.
די וואך האט די ע.א.ר. נאכאמאל ארויסגעגעבן א דערקלערונג אין די לאקאלע צייטונגען אז דער קאמפיין האט זיך נאכנישט אנגעפאנגען און אז זיי גייען בשום אופן נישט העלפן צושטערן דעם אנהויב זמן פון די ישיבות, דורכ'ן העלפן דעם שמוציגן קאמפיין פון די אלייענס.
בקיצור ס'איז שא שטיל אין שטעטל, און אלע האפענונגען פון פנחס יאקאבאוויטש איבערצושפילן וואס עס איז פארגעקומען מיט פיר יאר צוריק, ווערט צורינען ווי א זייפן בלאז.
על אפם וחמתם פון די זאליס בלייבט דער פראנט אין וויליאמסבורג און זיי קענען עס נישט ברענגען קיין מאנרא.
ביי די טיים עס וועט זיי געלונגען עס אהערצוברענגען וועט שוין זיין נאנט צו די עלעקשאנס, און קוים מען וועט זיך געבן א דריי און די עלעקשאנס וועלן זיין פאריבער.
דו מיינסט צו זאגן אז די אלייענס האבן געמאכט א גוטן דזשאב מיט שטיל מאכן די ווילעדזש פארטיי.
ווער האט זיך דאס געגלייבט?
ווער ס'האט געליינט די וואך אין בולעטין, וויאזוי זיי האבן באשריבן די נייעס פון די אלייענסעס דורכפאל מיט סאקע, וועט בעסער פארשטיין וויאזוי זיי מאכן עס אזוי גוט, און וויאזוי ס'געלונגט זיי צו געווינען די וואלן אן קיין איין שאס.
די אלייענס האט געהאט א געזונטן דורכפאל, וויבאלד זיי האבן איין וואך פריער געקלעימט וויקטארי אז סאקע האט איינגעזען אז די אלייענס זענען פיינע מענטשן, און יעצט האט זיך ארויסגעשטעלט אז סאקע איז להשמיד ולהרוג קעגן זיי, אבער אנשטאט מען זאל ענטפערן די אלייענסעס נארישע אטאקע, און זיך לאזן אריינציען אין זייער שמוץ, האבן זיי געשריבן די נייעס ווי גלייך זיי האבן גאר גרויס מיטגעפיל מיט די זאליס אז סאקע, אנשטאט זיי זאלן באטראכטן די אלייענס ווי פריינט, רודפ'ן זיי די אלייענס און פרובירן צו שטערן זייערע מוסדות.
ווער ס'קען אריינסקענען דעם בולעטין דא זאל עס ביטע טאן.
דא איז דא א אנדערע סיבה
די ווילעדזש ווייסט און שפירט אז עס איז דא גענוג סחורה זיי ביליג צו מאכן אויב נאר עס זאל זיין א לאנגע עלעקשן סיזאן און מען זאל האבן גענוג צייט צו מאכן זייער עולם טראכטן
ממילא טרייען זיי צו גיין דעם וועג און דער סיזאן זאל דורכגיין אן קיין ערנסטע שאדנס פאר די מוחות ווייל ווי יעדער ווייסט האבן די פריערדיגע עלעקשאנס שטארק געשאדט פאר מאיר הירש ווייל יונגעלייט האבן ערנסט אנגעהויבן פארלאנגען און והא ראי' אז ער האט זיך געמוזט צושטעלן און פארטושן דעם עולם גולם מיט עפארדעבל הייזער, פאבליק סעיפטי, פייער סטעישן, און ער וויל נישט אז דאס זאל נאכאמאל פאסירן
לאמיר פארשטיין קלארער וואס דו האסט יעצט געשריבן.
די ווילידזש האלט אפ די אלייענס פון ארויסקומען מיט אטאקעס קעגן די ווילידזש?
הייסט עס אז דאס איז די סיבה פארוואס די אלייענס איז נאכנישט ארויסגעקומען מיט קיין שום נארמאלע אטאקע קעגן די ווילידזש - חוץ די נארישע ניבול פה פון מיילעך שטערן קעגן די אהרונים - ווייל די ווילידזש לאזט זיי נישט?
קאם אן, אביסל שכל.
די ווילידזש איז באלעבאס אויף זייערע אייגענע פעדערס און אויף זייערע אייגענע קאסעס, און וועגן דעם האלטן זיי זיך צוריק פון ארויסקומען קעגן די אלייענס (און גלייב מיר אז ס'איז דא אזוי סאך סחורה וויאזוי די אלייענס מאכט זיך ללעג ולקלס, אז דו קענסט דיך ניטאמאל פארשטעלן)
און די סיבה פארוואס פנחס יאקאבאוויטש קומט נישט ארויס קעגן די ווילידזש איז
ווייל ער האט נישט מיט וואס!
ווען ער קומט שוין יא אמאל ארויס מיט א קנאקעדיגע אטאקע, גייט נישט אריבער א וואך און ער בלייבט ללעג ולקלס, ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז זיינע דמיונות האבן שוין ווייטער געארבעט.
יוסער3
זיי מער פארזיכטיג.
אין א אנדערע אשכול, שטעלסטו אן א פנים פון א שור תם, און די פרעגסט אזוי אומשולדיג צו די עפארדעבל דירות ווערן טייערער(א הוילער בלאף), און דא ביסטו גאר דער אלייענס קאמפיין מענעדזשער.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 09/05/2005 5:47:25
פארוואס האט גדלי' געפילט פאר וויכטיג דאס אריינצושטעלן אין די רעקארד און נישט אין די לאקאלע צייטונגען????
[בילד – נישט אפגעהיט]
אז מ'לייגט נישט אריין א עד 5 וואכען פאר א עלעקשאן, אין אידישע צייטונגען, דאס פארשטייסטו נישט !!
אבער דאס אז פנחס יאקאבאוויטש האט בפועלדורכגעפירט "בכח הזרוע" קאקוסעס,וואס דאס מיינט ביי מיר אויף אידיש "וואלן" אן מעלדן אין ערגעץ, נאר פראסט אין פשוט צאזאמגענומען זיין משפחה און געטון כל מה שלבו חפץ דאס איז יא יושר און גערעכטיקייט !!
תוקן על ידי - גוטזאגער - 10/05/2005 5:49:06
ביזט גערעכט.
סעגעדין האט עס בכוונה נישט אריינגעלייגט אין די אידישע צייטונגען, ווייל ער האט מורא געהאט אז איינער וועט אפשר געוואויר ווערן אז עס גייט זיין וואלן.
דערווייל ווייסט נאך קיינער נישט...
סעגעדין, KEEP UP THE GOOD WORK
שטיל?
אין די לעצטע האלבע יאר קומט שון אן די בולעטין מיט דעם "וויכטיגע ווענדינג צו תושבי קרית יואל" אז מען זאל געדענקען אז די וואלן האבן זיך נאכנישט אנגעהויבן אבער מיר זענען דא, מיר לויפן נישט אוועק.
די נייע געזעצן פארשלאגן
עפארדיבל האויזינג: אז מען מוז אוועקגעבען א חלק דירות פאר עפארדיבל
מיינט איר טאקע אז די בילדער גייען דערלייגען געלט? די קונים פון די אנדערע דירות וועלן עס באצולן, און די ווילידזש וועט קענען איינקעסירן נאך שטייער אויף די זעלבע פראפערטי
קאמייוניטי רום געזעץ:
מיינט איר טאקע אז די בילדער גייען דערלייגען געלט? די קונים און די איינוינער פון די דירות וועלן עס באצולן.
שארט קאוט געזעץ:.
מיינט איר טאקע אז די בילדער גייען דערלייגען געלט?
די קונים פון די דירות וועלן עס באצולן.
די אלע זאכען זענען זייער גוט, אבער קום מיר נישט זאגן אז די וואלן האבן זיך נישט אנגעהויבן, לייען די לעצטע פאראגראפ פון די ארטיקל "נייער געזעץ פארשלאג איבער "עפארדעבל האוזינג" ווערט דעבאטירט" און די בולעטין
פריעדמאן ביסט א שקרן.
דער ווילידזש האט ארויפגעלייגט א גרויסן שלאס אויף זייער אפיס מיט א האלב יאר צוריק, און מען באשטעטיגט מער נישט קיין נייע געזעצן, ווייל זיי דארפן דאך זיין שטיל.
דעריבער קען נישט זיין אז מען האט פארגעשלאגן די אלע געזעצן, ווייל מען דארף דאך זיין שטיל
אגב, איז פאריגע וואך געשטאנען אין די רעקארד אז אנדערע ארענדזש קאונטי ווילידזשעס און טאונס האבן אנגעפאנגען נאכצומאכן קרית יואל מיט די עפארדעבל הייזער געזעץ. אינטערעסאנט אז פאר זיי האט דער געזעץ יא אויסגעקוקט צו זיין הונדערט פראצענט גוט.
עס קוקט אויס אז די ליינסט נישט די בולעטין,
אדער זאגט דער בולעטין ליגנט
פון איין זייט שרייט מען אז אלעס איז אין ארדענונג נאר ווייל די אלייענס לויפען
און פון די צווייטע זייט שרייט מען אז אלעס טוט מען נאר הארט פאר די וואלען
א הארבע פיני און אלייענס
נאר תשבי יתרץ...................