היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » סאקע קומט ארויס מיט שטורעם קעגן אלייענס!

סאקע קומט ארויס מיט שטורעם קעגן אלייענס!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1365942

זשוליאני08 » 5/5/2005 06:38

די קרית יואל'ער נארטערן אלייענס האט געכאפט א מעידזשאר שאס, ווען די אריגינעלע סאקע איז ארויסגעקומען מיט א מעכטיגן שטורעם קעגן די שרעקליכע התגרות באומות וואס די אלייענס פירט דורך, ווי למשל זייער אקציע אויף לארקין ראוד, וואו זיי האבן פארפירט די גוים מיט גראבע ליגנטס צו קענען בויען א סקול אומלעגאל.

פאר פסח האט פנחס יאקאבאוויטש געטאנצן ביז צום דאך און דערקלערט זיג, פאמפענדיג פאר די גאס אז די גוים האבן איינגעזען אז די אלייענס זענען פיינע מענטשן, און אז זיי מאכן נישט קיין התגרות באומות.

אבער ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס איז די גאנצע זאך געווען נישט מער ווי א האוקס און א דזשאוק. פנחס יאקאבאוויטש האט געמאכט א יד אחת מיט איין מענטש, וואס האט זיך צוהארגעט מיט סאקע. יענער גוי איז געווען צופרידן דערפון ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז פנחס יאקאבאוויטש וועט אים העלפן געבן לעגיטימיטעט, און פנחס איז צופרידן געווען דערפון, ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז ער וועט קענען ווייזן פאר קרית יואל אז ער רייצט זיך נישט מיט די גוים.

אבער ווי נאר דאס איז געשען איז די אריגינעלע אנטיסעמיטישע סאקע ארגאניזאציע געווארן נאך סאך מער אויפגעברויזט, אויף די חוצפה פון "די פארשאלטענע אידן" (עפ"ל) אז זיי גייען זיך רייצן מיט זיי אויף אזא געפערליכע וועג און שטעלן זיך צוזאם מיט זייער קאנקורענט, און זיי האבן וועגן דעם ארויסגעגעבן א פרעס ריליס מיט קללות נמרצות קעגן די אלייענס. אין די פרעס ריליס שימפן זיי דעם אנטיסעמיט וואס האט זיך אפגעריסן פון זיי, אז ער האט די חוצפה צו מאכן א יד אחת מיט א גרופע וואס רייצט זיך מיט די גוים אויף אזא געפערליכן וועג.

אין דעם פרעס ריליס ברענגט סאקע ארויס וואספארא באנדיטן די אלייענס איז, און אלע זייערע מעשים טובים וויאזוי זיי האבן זיך גערייצט מיט די גוים, אריינגערעכנט זייער סקול בילדינג אויף לארקין ראוד.

דא האט איר דעם פרעס ריליס פון סאקע. ליינטס און שטוינטס:

***S.O.C.A. NEWS UPDATE***
May 3, 2005

Dear Neighbors,

We are writing today to update you. As you may know, a separate group (Soca-at-Work) has started up and is calling on you frequently. This is not our way. We all have families; we are all working full time or part time or working two jobs just to get by. At the same time, we are also caring for our kids or parents or grandparents or maybe all three (God bless you). If you have five minutes to yourself, we don't want to waste it. That's why S.O.C.A. hasn't peppered you with e-mails or calls. Of course, we update our web site frequently and there is a link for any questions you may have.

However, when we send out a S.O.C.A. ALERT it is something that needs your immediate attention and action. We will be sending you a S.O.C.A. ALERT in the next few days.

S.O.C.A.'s plans: We will fight annexation tooth and nail. There will be no negotiation with anyone who wants to take over our communities piece by piece and reduce our quality of life and destroy our environment!

Consider this: Monroe hasn't had adequate recreation or library facilities for years. Why? It's because Kiryas Joel villagers don't utilize parks and libraries and have opposed improvements over the years. KJ has had a Parks grant of over $200,000 for four years and has never used it! KJ is assisted by a Town of Monroe administration that is more interested in currying the favor of KJ voters than in protecting the interests of the majority of the Town's residents.

Or how about this?: KJ villagers "persuaded" Monroe Planning Board members that a former beer distributing warehouse in the heavy industry zone along Larkin Drive would be used as a "workshop" for young boys to "edit publications." It subsequently became public knowledge that the warehouse was being used as an illegal school for children. Last month, the same Planning Board announced that it will now approve the building's use as a school and said it is "being allowed under the religious mantle!" According to the Random House dictionary, a mantle is a cloak or cover-up or something that conceals. So much for separation of church and state.

Neighbors, our first battle was last year at this time. Because EVERYONE got involved and spoke up, we were heard and listened to. It is time again for us to be heard. We must take back control of our communities and our town boards. We must halt the erosion of zoning law enforcement. We must fight the crime of blockbusting. It will take the efforts of ALL OF US to keep the quality of life we have worked so hard to achieve.

PLEASE JOIN THE EFFORT! WATCH FOR OUR NEXT ALERT!!

Sincerely,

Joseph Ferguson
Chairman, Southern Orange County Alliance (S.O.C.A.)

S.O.C.A. Committee


תוקן על ידי - זשוליאני08 - 05/05/2005 6:53:22

מאירהירש » 5/5/2005 07:49

ליינט און שטוינט איבער דעם שרעקליכן התגרות באומות וואס ווערט אנגעפירט די לעצטע פאר יאר דורך די אומפאראנטווארטליכע ווילעדזש/וועד הקרי' אדמיניסטראציע

לא די, אז זיי שפירן נישט פאר וויכטיג צוריקצודרייען פון זייער פארדרייטע מהלך, נאר אדרבא זיי גייען אן מיט פולן טעמפא און שרייען אז דער איז שולדיג יענער איז שולדיג

און ווען עס קומען אויף מענטשן בעלי אחריות מיט ערנסטע השגות און פראבירן פארהאנדלען, קומען זיי אויף אז דאס לייגט גאר צו אויל אויפן פייער???!?!?!?!?!?!?!?! ?!?!?!?! ?!?!?!?!? ?!?!?!?!? ?!?!?!?!?


Consider this: Monroe hasn't had adequate recreation or library facilities for years. Why? It's because Kiryas Joel villagers don't utilize parks and libraries and have opposed improvements over the years. KJ has had a Parks grant of over $200,000 for four years and has never used it! KJ is assisted by a Town of Monroe administration that is more interested in currying the favor of KJ voters than in protecting the interests of the majority of the Town's residents. .

און אפשר קען איינער אויפקומען מיט א לייטישע ענטפער וואס עס איז געווארן מיט די גרענטס פאר א פארק??

דאס ליגט אפשר אויך ביי קאמיוניטי קאונסיל??????

זשוליאני08 » 5/5/2005 17:14

זייט ווען איז דער יונגער 26 יעריגער ראצער פנחס יאקאבאוויטש א בעל אחריות און זייט ווען איז ער א תלמיד רביה"ק זי"ע?

מסתמא זייט ער האט געשיקט בריוון צו די פאליס דעפארטמענטס זיך צו בעטן צו זיי אז זיי זאלן אים שיקן א פאליס סטיקער...

פנחס יאקאבאוויטש: אונז תושבי קרית יואל פארלאנגען פון דיר: זאלסט שוין יעצט אריינלייגן א עד אין די רעקארד און קלאר מאכן פאר די גוים אז עטס זענטס קעגן ענעקסעישאן. אויך זאלט עטס שוין גיין און צוריקגעבן ענקער בילדינג אויף לארקין ראוד וואס רייצט אויף די גוים. ווער נעמט אחריות אויף די שרעקליכע התגרות באומות וואס עטס מאכטס דא? סטאפטס שוין זאפארט!

פרובירן פארהאנדלען זאגסטו?

מי שמך לאיש? ווער האט דיר געגעבן די רעכט צו פארהאנדלען מיט אנטיסעמיטן אין אונזער נאמען?

מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי? ווער האט דיר געבעטן דו זאלסט דיך אריינמישן אין א מחלוקה און אזוי צולייגן אויל צום פייער און נאך גרעסער מאכן די שנאה קעגן קרית יואל?

קרית יואל'ער אידן שרייען אויס צו פנחס יאקאבאוויטש: לא מעוקצך ולא מדובשך! ביסט א יונגער צוצאק וואס איז נאכנישט ארויסגעקומען פון די פעמפערס. האסט דעם רבי'ן זי"ע קיינמאל נישט געקענט אדער געזען, זיי מוחל שטיי אוועק פון ענינים וואס באלאנגען פאר עלטערע ערוואקסענע מענטשן, טריי אונז נישט צו העלפן און מאך אונז נישט חרוב.

זשוליאני08 » 5/5/2005 17:22

אגב, רעדנדיג פון די גרענט

די גאווערמענט האט אפגעציילט פאר די ווילידזש 200,000 דאלאר אין גרינע קעש.

וואס מיינסטו האט גדלי' סעגעדין געטאן דערמיט? ער האט עס אריינגערוקט אין טאש אריין...

נאר אן אלייענס מעמבער קען רעדן אזעלכע שטותים

ווילסט וויסן וואו די 200,000 דאלאר ליגט? אין די גאווערמענט'ס קאסע אין אלבאני.

די מינוט וואס מען וועט אנפאנגען בויען די פארק וועט קומען א טשעק (נישט קעש), און די ווילידזש וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע פעני וואו ס'איז געגאנגען.

קרית_יואל » 5/5/2005 19:57

זשוליאני
בלוי איז נישט גענוג
פירקעל אן דעם אשכול מיטי רויטע ווערטער וועט עס האבן א בעסערן אפקלאנג!...

מאירהירש » 5/5/2005 20:15

ווייטער לאזטו ארויס גאנצערטע שורות,,,!!!!

פארוואס?????

די קרית יואל אליייענס זאל אריינלייגן עדס

מוסדות ויואל משה זאל צוריקגעבן בילדינגס

און...........................

גדלי' סעגעדין מיט דעם צערידערטן פעלבערמאן פון מאנסי זאלן ווייטער זיצן אויפן וועבסייט און מאכן די אלע זינלאזע סטעיטמענטס?????!!!!!

הוא הדבר אשר דברתי

יעדער איז שולדיג אז די ווילעדזש אדמיניסטראציע האט אנגעצינדן אן שוידערליכע העצעריי ביי די ארומיגע שכנים

אנגעהויבן מיט די פייפליין אישו

דאן מיט די וואודבוירי פראפערטי פון עיס פארם

דאן מיט די קלאגע אנטקעגן די טאון טוו וואדבוירי

דאן מיט די האלאקאסט באשולדיגונגען אויף די לאקאלע ראדיא

און זיי מעגן רעדן און טון וואס זיי ווילן בשם די איינוואוינער


און........ ...... .... ... .... ...... ... .


פנחס יאקאבאוויטש מיט די קרית יואל אלייענס זענען אלעס שולדיג ווייל זיי פראבירן צו ארלעדיגן א סקול בילדינג אויף לארקין........................

נישט דא ווער עס זאל לאכן


אלסווייסער » 5/5/2005 20:44

ענטפער וואס מען פרעגט ???????!!!!!!!!!!!!!!!

פארוואס געט נישט די קרית יואל אלייענס אויף די אנעקסעשאן, ווען די גוים פארלאנגען דאס ?????.....

ווער האט מתיר געווען זיי נישט צו פאלגן!!!!!!

( איך האב אויך די קנעפלעך !!!!! ????? ...... )

זשוליאני08 » 6/5/2005 06:07

הייסט עס אז די התגרות באומות פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך ביי גדלי' סעגעדין.

אבער:

"ראביי" ישעי' יעקב שטויבער מעג אנקלאגן גוים און זיי אויפרייצן מיט א שרעקליכע שנאה קעגן אידן.

חיים הערש ליימזידער מעג זיך פארשטעלן ווי א גוי, און זיך דרייען מיט א הינטל און אויסנארן א שטאט מיט גוים און אנמאכן א שרעקליכע אנטיסעמיטיזם.

משה עקס-ראה"ק מעג געבן ווילדע העצערישע סטעיטמענטס פאר די רעקארד אז די וואס רודפ'ן קרית יואל זענען פונקט ווי די נאציס, ווייל קרית יואלער אידן האבן געליטן פונעם האלאקאסט.

מענדל שווימער מעג גיין מיט א שרעקליכע ערמה און פארפירן די גוים אז ער גייט בויען א ביזנעס ווען באמת בויט ער א סקול.

פנחס יאקאבאוויטש מעג שיקן בריוו צו די פאליס און זיי אויפרייצן קעגן זיינע אידישע ברידער (מיט די האפענונג אז ער וועט דערפאר באקומען א פאליס סטיקער...)

פנחס יאקאבאוויטש מעג נעמען א צד אין א ריין-גויאישע מחלוקה וואס דאס האט געפירט צו א שרעקליכע האס קעגן קרית יואל.

האסט שוין גענוג אדער דו דארפסט נאך? ווייל איך האב א גאנצע מגילה און איך קען בלייבן רעדן פאר די גאנצע נאכט.

און זאל מיר שוין פנחס יאקאבאוויטש ענטפערן איינמאל פאר אלעמאל: האט דער רבי זי"ע געגעבן רשות פאר די אלע העצערישע אקטיוויטעטן קעגן די גוים אדער נישט?

די אלייענס מאכט דעם רבי'ן זי"ע אויסקוקן ווי א שרעקליכע היפאקריט פאר די גאס, אז דא האט ער געשריגן התגרות באומות און דא האט ער אליינס געשטיצט התגרות באומות.

פנחס, עפריה לפומך, אז דו שעמסט דיך נישט צו זאגן אז די אלע מעשים טובים זענען געמאכט געווארן בעצת רבינו זי"ע.

קריתיואלער » 6/5/2005 06:16

דו טענה'סט דיך מיט אים ווי א נאר, נאך דעם וואס יעדער האט שוין גוט געזען אין די קונטרס וואס איז אנגעקומען אין קרית יואל, וואס די גענגסטערס האבען געטאן ווען זיי זענען געווען ביי די פאוער.

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1340848