היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווען פארט קרית יואלער רב שליט"א אויף א"י

ווען פארט קרית יואלער רב שליט"א אויף א"י

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1365566

טאגליכט » 4/5/2005 20:52

איך האב געהערט קלאנגען אז מהאט אפגעשטיפט די נסיעה אויף נאך סוכות, קען עס איינער קאנפירמען, איך מוז וויסען איך וויל מיר בעצייטענס פארשאפן א טיקעט

polish » 5/5/2005 00:21

פון מיינעט וועגן קען ער שוין פארן...

אינטערעסאנט אז ער האט געשריבן אויפן סאטמאר'ן ביהמ"ד אין ירושלים "אונזער" ביהמ"ד.

אין די צייט ווען ער איז געווען דאס לעצטע מאל אין ירושלים, האט ער ניטאמאל געקענט אריינגיין קיין רחוב יואל... אבער ווי געזאגט, איז עס "אונזער ביהמ"ד"...

לויט זיין ווערסיע פון "אונזער", איז ר' אהרן נישט נאר א וועלטס רבי, נאר די וועלט איז גאר זיינס...

פרעגט אים, וועט איר זען אז ער פון זיין זייט וואלט מסכים געווען איבערצונעמען די וועלט אונטער זיינע פלייצעס...






תוקן על ידי - אינהכינמי - 05/05/2005 0:40:07

Natanya » 5/5/2005 01:25

איך האב יעצט געהערט פון א גוטע מקור אז די רב שליט"א וועט פאהרען גלייך נאך סוכות אויף ארץ ישראל, מען גרייט זיך און דער מאסען אויף מעכטיגע נסיעה אזוי אז עס זאל צופען, פונקט זאגט מיר איינער אז מען וועט פארגעסען אז ר' זלמן לייב האט בכלל אמאל געוואינט און ירושלים, די רב וועט פראווענען א שבת און ירושלים וואו גאנץ ירושלים וועט זיך צוזאם קומען בצילא פונעם רב, און א שבת נאכדעם און מירון פאר יחידי סגילה, ווצב"ש תומכים, ידידים, עסקנים וכו'.

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 05/05/2005 1:35:07

polish » 5/5/2005 17:42

גאנץ ירושלים?...

Natanya » 5/5/2005 18:47

איך הער אז נאך שבועות וועט מען לאזען וויסען פארען עולם פונקטלעך די פלאן פון די נסיעה

איחודמעמבר » 5/5/2005 19:53

וואס הייסט "ווען ער פארט"?
ווען מען וועט אים פירן קיין ארץ ישראל וועט ער זיין דארט...