היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פארגעס נישט צי ציילען ספירה!

פארגעס נישט צי ציילען ספירה!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1364592

אזלא_גרש » 4/5/2005 06:05

דא האט עטץ א פראגרעם וואס וועט אייך דערמאנען צי ציילען ספירה יעדן טאג

http://on.to/sfira

rotzer » 4/5/2005 06:18

היום עשרה ימים שהם שבוע אחד ושלשה ימים לעומר

לכה_דודי » 4/5/2005 06:20

קען נאך איינער פין אייך ציילען מיט א ברכה?

פין די צווייטע טאג קען איך שיון נישט ציילען.

איך געדענג פאראיאר איז געווען עפעס א דרשה אין א בהמ"ד אין א יונגערמאן איז ציגעגאנגען צים עמוד אין ביים ציילען ספירה דערמאנט ער זיך אז ער קען שיון נישט ציילען מיט א ברכה ער האט אפגעטרעיטען פין דארט מיט בושות, זייט דעמאלט וויל איך שיון נישט צי גיין צים עמוד, איך טראכט כסדר ווער ווייסט וואס מען זאגט היינט אין איך ווייס נישט, אין איך וויל נישט אויסקיקען ווי יענעם.

שלוםשטוב » 4/5/2005 07:43

איך מיין אז אין שבט הלוי ווערט געפאסקענט אז אפילו טאמער דער בעל תפילה דערמאנט זיך אז ער האט נישט געציילט איין טאג, קען ער יא מאכען א ברכה.

מהפך_פשטא » 4/5/2005 08:01

וואס שטייט און שבט הלוי?

כרםשלמה » 31/5/2005 20:58

בסל הכל איז דא א מחלוקת הפוסקים אויב א רב וועט האכען בזיונות אז ער גייט נישט צו צום עמוד צו ספירה, און אויף דעם איז דער שבט הלוי מתיר.

עס האט נישט קיין שייכות צו דא.

אהליצדיקים » 31/5/2005 21:07

אין המקום פה לדון (וכ"ש לפלפל) בהלכות השייכים למוצי"ם ולא לנו כותבים באינטערנעט, ואעפי"כ לזיכוי הרבים אעתיק מהלוח דבר בעתו (סד, עמו' תשב), והבוחר ישאל מהמורה הוראה שלו:

כשהגרי"ד בעל בית הלוי מבריסק זצ"ל ירד לפני התיבה בין פסח לעצרת, וארע ששכח יום א' לספור היה מבקש מהמתפלל שלידו שלא יברך אלא הוא בּבָּרְכוֹ (כש"ץ) יוציאנו בברכתו (מ540) וזו עצה טובה לכל בעל "חיוב" שבוש לרדת לפני התיבה בשל כך יש שחלקו על כך ולדעתם אין זה פתרון

עד כאן לשונו