היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » זאלי מסירה אין קרית יואל מיט'ן לינקן פוס

זאלי מסירה אין קרית יואל מיט'ן לינקן פוס

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1360263

זשוליאני08 » 30/4/2005 01:30

די זאלי/אלייענס מוסרים אין קרית יואל, האבן געליטן א דורכפאל, ווען זייער מסירה וואס זיי האבן אריינגעגעבן אין סטעיט סופרים קאורט קעגן קרית יואל און טאון אף מאנרא, ארענדזש קאונטי און די שעריף דעפארטמענט, האט זיך תיכף אנגעפאנגען מיט'ן לינקן פיס.

די ערשטע מפלה איז געווען ווען די אנקלאגע איז אנגעקומען צו סטעיט סופרים קאורט ריכטער מעקגירק, דער זעלבער ריכטער וואס האט ארויסגעווארפן די פאריגע אנקלאגע פון די אלייענס קעגן קרית יואל.

די צווייטע מפלה איז געווען ווען מעקגירק האט אפגעווארפן אלע "פערלימינערי פארלאנגען" וואס די אלייענס האבן געבעטן (דאס מיינט זאכן וואס זיי האבן געבעטן אז דער ריכטער זאל באשטעטיגן תיכף ומיד נאך פאר מען קומט אין קאורט), אן קיין אויסנאם.

די איינציגסטע זאך וואס מעקגירק האט מסכים געווען איז געווען אנצונעמען זייער אנקלאגע, און ער האט באשטימט א דאטום ווען צו קומען אין געריכט.